טרעפיק אין נ. י. איז דא א לעזונג?
מען קען מאריך זיין איבער די נושא, אבער לכאורה וואלט געווען די בעסטע זאך צו בויען נאך עטליכע בריקן, אדער ארויפבויען נאך א שטאק צו צוויי אויף די בי קיו אי, ווי אויך קען מען לכל הדעות צולייגן נאך א לעין אויפ'ן 17.
יעצט איז מיר פייגעבאלן אז היות אונזער פרעזידענט ירום הודו איז אן "אמביציע" פערזאן, ער זיכט כסדר צו מאכן חדשות, וואלט אפשר געווען כדאי אז אונזערע געטרייע חברים דא אויף אייוועלט זאלן זיך צוזאמשטעלן, און שיקן א פעטיציע צום ווייסן הויז, בעטנדיג אז מען זאל ארויפבויען א שטאק צוויי אויף די בי קיו אי, אא"וו די אויבנדערמאנטע הצעות.
איך בין זיכער אז איינמאל אזא סארט פעטיציע ווערט געמאכט וועט דאס גאר שנעל אנקומען צו צענדליגער טויזענטער סיגניטשער'ס, פון די אלע רייזנדע וואס ליידן שוין יארן פון די פראבלעים.
צו די לאקאלע פאליטישענס איז דאך נישטא וואס צו רעדן ווייל זיי ליידן פון די מחלה וואס הייסט "יעדער זאל ניצן מעס טרענזיט", אבער לכאורה דארף טראמפ יא זיין פארשטענדליך צו נייע באמבאסטישע געדאנקען.
יאך ווייס נישט וויאזוי מען שטעלט אהער אזא סארט פעטישען, אבער ווער עס וויל זיך מנדב זיין דערצו דאס אויסצושטעלן אויף א קנאקעדיגע וועג, און מאכן גרייט פארן עולם, וועט אולי האבן א זכי' ארויסצוהעלפן טויזענטער אידן מאחינו בני ישראל יושבי טרעפיק, א מצוה וואס וועט באגלייטן דורי דורות, עד ביאת משיח שקוינו לו בקרוב.
נ. ב. הגם טראמפ האט שוין גערעדט בכלליות צו אינוועסטן אין ניו יארק~ניו זשורסי אינפוסטרוקטשור, אבער אז מען שטעלט אים אהער א פאדערונג מיט א פלאן, דארף דאס גיבן אין א שטופ פאראויס