דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!
אסאך, גאר אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די צווייטע וועלט מלחמה, און די שוידערליכע רציחות אויף די אידישע פאלק. פול איז שוין געשריבן געווארן וועגן די ענגע געטא'ס אין וואס די רושעות'דיגע דייטשן האבן אריינגעקוועטשט די אידן ביזן עס ליקווידירן און אוועקפירן צום טויט די צענדליגע אידן.
די ווארשע געטא, איינס פון די פולע געטא'ס אין יענע צייטן, איז פון די מערסט באוואוסטע געטא'ס, צוליב די אויפשטאנד פון די אידן דארטן. ליידער האט זיך די אויפשטאנד גענדיגט זייער ביטער, ווען די נאציס האבן אונטערגעצינדן די הייזער דארטן, און די גאנצע געטא איז ארויף אין פלאמען מיטנעמענדיג מיט זיך הונדרעטע אידן הי"ד. אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, האט זיך אויך א חסידישע רבי ארויסגעשטעלט קעמפן קעגן די נאציס און פרובירט מיט זיינע בעסטע מעגליכקייטן צו ראטעווען וויפיל אידן עס נאר מעגליך. "דער רבי וואס האט געקעמפט" - אט אזוי איז באקאנט דער ראדזינע רבי הרה"ק ר' שמואל שלמה ליינער זצוק"ל הי"ד. דער רבי וואס האט זיך אפען ארויסגעשטעלט מיט העלדישקייט קעגן די רשעים.
לייענט איבער זיינע פעולות צו ראטעווען אידן, צו מקיים זיין חסד של אמת. און איבער די אויפשטאנד וואס ער האט געפלאנט קעגן די נאציס אין די ווארשע געטא, און וויאזוי זיין פלאן האט זיך ליידער גענדיגט.
זיין ביאגראפיע אין קורצן
אין י"ח שבט שנת תרס"ט איז הרה"ק ר' שמואל שלמה ליינער זצוק"ל, דער פינפטער ראדזינע רבי געבוירן געווארן צו זיין גרויסן טאטע'ן ר' מרדכי יוסף אליעזר ליינער זצוק"ל.
ער איז שוין פון זיינע פריע אינגע יארן געווען אויסגערופן אלס אן עילוי, און געווען באוואוסט מיט זיינע מידות טובות. אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער זיך געווייקט ביי זיין טאטע, און קונה געווען הויפענעס פון קדושה און יראת שמים. און געזיצן על התורה ועל העבודה.
זייענדיג אלט בלויז 19 יאר אין חודש חשון תרפ"ח, האט ער חתונה געהאט, און געווארן א איידעם ביי הרה"ק ר' יוסף קאליש מאמשינוב. און זיין חתונה איז געפראוועט געווארן מיט די באטיילוגונג פון טוזענטע חסידים מיט גרויס פרייד.
אין תרפ"ט זייענדיג אלט בלויז צוואנציג יאר, איז זיין גרויסע טאטע ליידער אוועק פון די וועלט, אבער ווי ריכטיגע חסידים האבן אים רוב פון זיין טאטענ'ס חסידים אויפגענומען און געקרוינט פאר דער ממלא מקום, און נאכפאלגער. און מיט דעם איז איינער פון די אינגסטע רבי'ס אין היסטאריע געווארן אן אדמו"ר פאר טויזענטע מבקשים.
ר' שמואל שלמה איז געווארן ראדזינע רבי. קודם האט ער געפירט אין די שטאט ווארשע, און אין יאר תרצ"ד, איז ער אריבער צוריק צו בית אביו, אין ראדזין, און דארטן אויפגעבויעט א ריזן אימפעריע פון תורה וחסידות. ער האט אויפגעשטעלט זיין ישיבה "סוד ישרים", א ישיבה וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט געציילטע בחורים, און באלד באוואוסט געווארן אלס איינער פון די בעסטע חסידישע ישובת אין פוילן, מיט הונדרעטע בחורים וואס האבן דארטן געלערנט. ער איז געשטאנען מיט אויפענע אויגן איבער די ישיבה און זיך געזארגט איבער די אלע געברויכן פון די תלמידים, רחניות און גשמיות צוגלייך. באלד פון אנפאג האט ער געשטעלט זיין שוואגער דער שפעטערדיגע ראדזינע רבי ר' אברהם ישכר ענגלארד זצ"ל מראדזין אלס די נשיא הישיבה, און מיט די צייט האט ר' אברהם ישכר, אויף די שליחות פון זיין גרויסע שוואגער, געפענט נאך זיבן סניפים אין פארשידענע שטעט.
ר' שמואל שלמה איז אויך געפארן צו די פארוואפענסטע שטעט אין פוילן כדי צו מייסד זיין די באקאנטע תלמודי תורה און בתי חינוך "בית יעקב". ער פלעגט אויך אסאך פארן באזוכן די שטיבלעך פון זיינע חסידים זיי צו טרעפן און מחזק זיין. און ער האט ווייטער פארשפרייט די רעיון פון זיין זיידע דער בעל התכלת און ווייטער פארשפרייט די מצות התכלת.
די שרעקליכע מלחמה
פוילין תרס"ט: שוידערליכע שמועות דרייען זיך אין די גאסן, די לופט איז געשאפנט און אנגעצויגן. מען הערט וואס עס גייט ליידער פאר אין דייטשלאנד, די אנטיסעמיטיזעם וואס הערשט אין לאנד, די גזירות אקעגן אידן, און מען האפט אז ס'וועט זיך נישט אריבערכאפן צו די דערנעבענדיגע פוילן.
פלוצלינג אין פרייטאג כי תבא, י"ז אלול תרצ"ט, האט דייטשלאנד אטאקירט פוילן, אן קיין שום פריערדיגע ווארענוג כאפענדיג דאס לאנד אין איבעראשונג. די שרעקליכע "צווייטע וועלט מלחמה" האט אויסגעבראכן. א קריג וואס האט געקאסט דאס לעבן פון אזויפיל ווי 62,000,000 מענטשן!
גלייך ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן. האט ר' שמואל שלמה פארשפארט זיין ישיבה און אהיימגעשיקט אלע בחורים, ווער עס קען זיך ראטעווען זאל זיך ראטעווען.
ווען אידישע פליטים האבן זיך אנגעפאנגען ארומוואלגערן אויף די גאסן האט ר' שמואל שלמה ברייט געפענט די טויערן פון ישיבה, און עס מקדיש געווען פאר די פילע פליטים וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ. און אזוי האט ער פרובירט צו העלפן מיט זיינע בעסטע מעגליכקייטן זיינע נעבעכדיגע אידישע ברודער.
די נאציס האבן אין געציילטע וואכן באוויזען איינצונעמען גאנץ פוילן און באלד אנגעפאנגען מיט די מאסן דעפארטאציעס, און הריגות פון די אידן. ר' שמואל שלמה איז אנטלויפן פון ראדזין און צו די שטעטל וולאדובה. און דארטן געווען פארנומען צו אויסשרייען צווישן די אידן די שוידערליכע אמת אז די פארשאלטענע נאציס הרג'נען אויס די אידן, נישט אזויווי רוב אידן האבן געמיינט אז די נאציס צווינגען בלויז די אידן צו ארבעטן פאר זיי.
זיין הייליג איידל הארץ האט נישט געקענט פארנעמען וואס עס גייט פאר, און צוקוקענדיג ווי די "אידן ראט" ארבעט ליידער מיט אויף א געוויסע פארנעם מיט די דייטשע רוצחים, איז ער אליינס אראפגעגאנגען צו די אידן ראט, און זיי שארף אויסגעזידעלט פארן מיטארבעטן מיט די נאציס טראץ די גרויסע סכנות מיט וואס דאס איז געווען פארבינדן. אזוי אויך האט ער זיך גאר שטארק אקעגן געשטעלט און נישט געלאזט איבערגיבן נעמען פון אידן פאר די דייטשע רשעים.
ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו בעטן ביי די אידן זיי זאלן אנטלויפן, ער האט געשריגן און פארפירט אז מען זאל זיך נישט לאזן אויס'הרג'נען, נאר זיך קעגן שטעלן די נאציס. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, נישט קיין סאך האבן אים אויסגעהערט, אדער בכלל געגלייבט.
זיינע חסידים האבן במשך די גאנצע צייט אים פרובירט צו ראטעווען, און ארויספירן פון פוילן. זיי האבן אים געשיקט געלט זיך צו קענען ראטעווען, און אנטלויפן, אבער ער האט נישט מסכים געווען דערצו, און אנשטאט דעם געניצט די געלט צו באגראבן די טויטע אידן וואס האבן זיך ליידער ארומגעוואלגערט אויף די גאסן.
די קלימאקס איז געווען אין יאר תש"ב, אין ברען פון די מלחמה, ווען ער האט באשלאסן צו מאכן אן אויפשטאנד אין די ווארשע געטא! ער האט פרובירט צו שאפן כאטש פופציג מענטשן וואס זאלן זיך צושטעלן מיט אים, און נאכדעם אנטלויפן אין אין וואלד , אבער ליידער האט זיך קיינער נישט אנגערופן צו אים. די נעבעכדיגע אידן זענען געווען צופרידן ווילאנג זיי האבן געהאט א קליין שטיקל פארטריקענטע ברויט, און זיך נישט געזוכט קיין סכנה'ס. דער אדמו"ר האט אבער באשלאסן פאראויס צו גיין מיט זיין פלאן און האט פארופן א תענית רצופים פון דריי טעג, און דערנאך געפלאנט אונטערצונעמען די אויפשטאנד.
אבער ליידער איז עס אים נישט געלונגען. אין כ"ח אייר תש"ב, האלטענדיג נאך די דריי טעג פאסטן, האבן אים די דייטשע רשעים ליידער געטראפן, און ארויסגעפירט צו הרג'נען. דער רבי האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין שרעק, נאר בלויז געלאכט די רשעים אין פנים. זיי האבן אים גענומען אין צענטער פון שטאט, און פארנט פון צענדליגע פארזאמלטע מענטשן אים געהאנגען, און ליידער ברוטאל אומגעברענגט הי"ד.
איבער זיינע לעצטע מינוט'ן זענען דא פארשידענע ווערסיעס וואס עס האט זיך אפגעשפילט. לויט ווי געוויסע עדות האבן פארציילט האט דער ראדזינער רבי אין די לעצטע מינוט'ן אויסגעשריגן: "אידן, בייגט ענק נישט פאר די רוצחים! שמע ישראל השם אלוקנו השם אחד!" און זיין נשמה איז ארויס פון אים ריינערהייט. נאך עטליכע טעג האבן זיך אידן איינגעשטעלט דאס לעבן, און אים אראפגענעמען פון די תליה און מקבר געווען.
דער בארימטער משורר, און דיכטער "יצחק קאצענעלסאן האט געשריבן איבער דעם א באזונדער ליד מיטן נאמען "דאס ליד פון דער רבי פון ראדזין" ווי ער שילדערט זיין העלדישקייט און העראישקייט. ער שילדערט צווישן אנדערע וויאזוי דער רבי האט צוגעזאגט געלט פאר יעדער איינער וואס וועט אים ברענגען א גוף פון א אידישע גע'הרג'טע, כדי אים צו ברענגען לקבר ישראל.
השם ינקום דמו!