ק-ה אכסוף - אין ק-ה ריבון
עין טובה האט געשריבן: ווען מ'ענדיגט זיך טענהן זאל איינער ביטע צוזאמעננעמען וואס ס'איז געבליבן און מיר שיקן אן אישי...
פריעדמאן האט שוין פריער געשריבען בשם דעם וויזניצער חוקר הנגינה, אז עס זענען דא עטליכע השערות, און דער איינציגער וואס טענהט בבירור אז ער ווייסט איז ר' נפתלי חיים הנ"ל, וואס האט בפני קבל ועדה געטענהט אז ער האט עס גיברענגט, אלע אנדערע האט מען נישט גיהערט קלאר נאר בעיקר קושיות ווי אזוי עס קען זיין.
עס איז ממש א פלא - אז אזא שטארקער ניגון זאל זיין אזוי נישט קלאר דער מקור.
אגב; דער זעלביגער איז מיט דער ק-ה ריבון, וואס כידוע איז ציטיילט פון כמה חלקים, וואס דער ערשטער טייל (דער חופה ניגון) איז נישט קלאר דער מקור פון דעם ניגון.
אז מרעדט שוין, דער ק-ה ריבון
דער ערשטער טייל (די חופה ניגון):
נישט קלאר - יש טוענים אז עס איז פונעם הייליגען רוזשינער, אויסצישליסען אז איך האב אמאל גיהערט א שמועה, אז דער ניגון וואס ווערט אנגערופען 'יעקב אבינו'ס ניגון ביים פאשען די שעפעלעך' איז ענדליך, אין די שמועה איז בשם ר' יצחק אונגאר פון ויזניץ בני ברק, איך האב אים גיפרעגט אין ער האט מיר גיענטפערט, אז ער האט גירעדט מיט ר' בנימין הארטמאן הי"ו וירפאהו, אין געוויזען די נאטען פון באטשאטשער רב, האט ער גיזאגט אז מען קען זאגען אז עס איז דא איינציגע נאטען וואס זענען ענדליך, אבער בהחלט איז עס נישט גלייך אין עס האט נישט קיין מקור.
דער צווייטער טייל (וואס מען זינגט אין בני ברק אויף רברבין):
דער הייליגער אמרי חיים האט פארציילט פאר'ן בני ברק'ר שטאטס רב, הרב לאנדאוי, אז דער שטיקעל האט ער גיהערט אין חבד, זייענדיג אויף קעסט ביי זיין שווער אין ראחמיסטריווקא, אין ער האט דענסטמאל גיהערט דעם ניגון, 'אין איך האב אריינגעלייגט מיין אייגען געפיל אין דעם'.
כידוע האט דער אמרי חיים נישט געוואלט זינגען בחיים חיותו פונעם טאטען (דער אלטער רבי דער אהבת ישראל) דער ניגון פון ק-ה ריבון מיט דעם טאטענס ניגון, זאגענדיג אז עס איז שרביטו של מלך, אין ער פלעג דענסטמאל זינגען דער גאנצער ק-ה ריבון מיט די חבדסקער תנועה, דערנאך ווען ער איז געווארען רבי האט ער איבער געלאזט דעם שטיקל אויף רברבין.
דער דריטער טייל (אויף אלקא דיליה):
שטייט אין ספר 'צוואת אבא' פון ר' אלטער אברהם ברוך רוזנבערג, אז דער הייליגער תורת חיים (א זוהן פון דעם ערשטען קאסובער רבי דער אהבת שלים, אין דער טאטע פון דער ערשטער וויזניצר רבי דער צמח צדיק) הא מחבר גיוועהן די תנועה, דארט איז אויך משמע, אזוי ווי עס איז ידוע אז דער אלטער רבי דער אהבת ישראל האט למעשה צאמגישטעלט דעם גאנצען ניגון.
דער פערדער טייל (אויף למקדשך):
שרייבט ר' קלמן שטעקעל אין דעם ערשטען וויזניצער ריקארדינג, וואס איז ארויס נאך פאר תש"ל, אז דער שטיקעל האט דער צמח צדיק געזינגען אויף די שטיקל 'יבנה המקדש' פון 'צור משלו', אין ר' קלמן האט מיר געזאגט אז בשעת ווען ער האט ארויס גיגעבען דעם 'פלאטע' האט דער רבי דער אמרי חיים איבערגעקוקט אלעס וואס ער האט געשריבען, אין באשטעטיגט אלעס וואס שטייט דארט.
אזוי אויך שרייבט ר' קלמן דארט אויף די דעקל פון דעם ערשטען פלאטע אז דער גאנצער ניגון פון 'ק-ה ריבון' האט דער אלטער רבי דער אהבת ישראל צאמגישטעלט, פון די אויבערדערמאנטע ניגונים (פארשטייט זיך אויסער די חלק פון רברבין וואס דאס האט דער אמרי חיים צוגעלייגט.
עס איז דא נאך אסאך צו רעדען איבער די נושא, ווי דער ספר כנסת ישראל אין נאך, אבער דערווייל עמער בלייבען דא שטיין.