איך האב מיר געפרייד ווען איך האב געהערט אז מען גייט צופיקסן די מוסלמענער, אבער געהאט א שטיקל זארג אז איינמאל זיי מישן זיך אריין אין רעליגע איז צרות, און דא קומט די נייעס..... דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע האנט.
ראוד איילאנד – א געפעכט וועלכע ציט זיך שוין עטליכע יאר, איבער דער אייגנטימערשאפט אויף א היסטארישן שוהל און עטליכע טייערע תשמישי קדושה, איז צוריק אין געריכט, ווען א פאנעל פון דריי פעדעראלע אפעלאט ריכטער האבן אנגעהויבן אויסהערן די טענות פון ביידע זייטן. די רעדע איז פונעם היסטארישן טורא שוהל, באנייעט אין יאר תקכ"ד, וועלכע איז די עלטסטע שוהל אין אמעריקע. ווי די קהילה שארית ישראל פון מאנהעטן טענה'ט, איז זי די אייגענטימער פונעם שוהל און פון די פּאר טייערע רימונים וועלכע געפינען זיך אינעם שוהל, אבער די עקזיסטירנדע ישועות ישראל קהילה, וואס איז סטאנציאנירט אין שוהל, טענה'ט אז זי איז די ריכטיגע אייגנטימער. דער געפעכט איז באזירט אויף אומקלארע דאקומענטן איבער א פינאנציעלן אפמאך, ווען די שארית ישראל קהילה האט ארויסגעהאלפן דעם טורא שוהל צו קענען אנגיין. פאראיאר זומער האט א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אין ראוד איילאנד געהאט געגעבן גערעכט פאר קהל ישועות ישראל, און אצינד האט קהל שארית ישראל אפעלירט אין פעדעראלן אפעלאט געריכט. דער איד דעלי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected]מען בעיט און אי"ה עס געשעהט. - לאמיר זאגןתפילת תודה- זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט ארייןדאנקן די גוטער באשעפער