ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר
א חידוש און אנאליזן..
א חידוש אין פונקטליכקייט..
א חידוש און ארויסהאבן א זאך..
א חידוש אין מסביר'ן א זאך..
און ס'איז א חידוש אז ס'נאכנישט דא אויף דעם עולם, אן אשכול (צוויי) פונעם אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער און אנאליז געבער ר' "פנחס גלויבער"!
(לאפרושי מאיסורא, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט. און איך ביניש פינחעסנס ברודערקע אדער שוואגערס קאזין.. איך האב פנחס'ן אין מיין לעבן נאכנישט געזעהן!!)
יעדע וואך מאנטאג (אבער פונקטליך אויפן טאג..) איז דא א פרישע אנאליז אויף קולמע פון ר' פנחס אויף נומער 3 דערנאך 8 פון מעין מעניוא
צום אלעם ערשט וויל איך פערזענליך בעטן קולמעוואסער (זאל עס זיין ר' זלמן, אדער דער אנדערער דארט נא ווי אזוי הייסט ער??!!) אויב מ'קען אים איבערלייגן אויף אן עקסטערן קנעפל.. מהיכן דנתנו אז ער דארף זיין צוזאמען מיט יעדן? און ר' ר' הערשלען האט פארכאפט א קנעפל פאר זיך?!?!
מילא די אנדערע שריפטשטעלער און אנאליז טרייבער ווי ר' שמעון ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) אדער דער נייער ר' יואל פעלזן און ר' יונה הכהן כהן הערט מען נישט פון זיי יעדן איינציגסטן וואך! לאפיקו ר' פנחס וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט יעדן מאנטאג..
ר' פנחס האט אסאך מעלות וואס איז וויכטיג פאר אן אנאליז רעדער ווי למשל:
1) ער האט גוט און קלאר ארויס א נושא
2) ער נעמט נישט קיין צד (און 'נישט' אזויווי "אלע" אנאליז שטעלער וואס נעמען נישט קיין צד, ער נעמט 'טאקע' נישט קיין צד)
3) ער טרעפט אלעמאל גוטע און ברענעדיגע נושאים וואס דורכצוטון (למשל דעי וואך [וואס טוט זיך ארום טראמפערס עקזעקעטיוו ארדער פון אימיגראציע] האט ער מסביר געווען וואס איז דאס אן עקזעקעטיוו ארדער, וואס פארא כח עס האט.. וגו')
4) ער איז פונקטליך און צייטליך יעדן וואך..
5) צולייגט זייער גוט און מסודר די טעמע. (ווי האט דער ליטפישער גדול געזאגט "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה".. ומכלל הן..)
וואס נאך??!! הערט אליין און קומט ארויף אהער צוצולייגן די מעלות וואס איך האב נישט אויסגערעכנט!!
צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..