איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12656
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
- גאלדענע פעדער
- שר האלפיים
- תגובות: 2411
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל
- פרישוואסער
- שר האלפיים
- תגובות: 2016
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 704
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
גאלדענע פעדער האט געשריבן: גאר א שיינע און רייכע אשכול איבער די כשרות פון די לייט גרעיפ דזשוס אויב מען קען עס ניצן פאר קידוש און פאר די ארבע כוסות, ס׳האט זיך אמאל שטארק געקאכט איבער דעם.
רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א ווואס האט אנגעפירט די פאנעל פאריאר, האט נאר גערעדט בנוגע די וואסער וואס מען לייגט אריין אבער נישט די שאלה פון בוסר, צוליב דעם איז ער אליין אראפגעפארען בין כסא לעשור די יאר צוזאמען מיט נאכאיינער (הגרמ"נ לעוויטה שליט"א) צו טועם זיין די טרויבען, אין ער האט געזאגט אז עס איז נישט בוסר.
די מציאות איז (מען קען קוקען אין די אשכול פאר צוויי יאר צוריק) אז אמאל פלעגט זיין 60 פערצענט דזשאוס אין די טרויבען זענען געווען 11 brix היינט איז עס 70 פערצענט דזשאוס !! אין די טרויבען זענען 13 brix
ממילא שטייט שוין נישט אויף די באטעל צוויי דריטלעך ווייניגער צוקער מיט קארב'ס אין קאלורי'ס, נאר האלב !! ודו"ק.
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 704
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9521
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 704
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
יידישע קהילות האט געשריבן: ווייסט איינער וויפיל וואסער עס איז פאראן אין רעגורלאר גרעיפ דזשוס?
ציווישען 5 אין 15 פערצענט עס ווענט זיך יעדער season אין batch איז אנדערש
אזוי האב איך געהערט מפי הרב משה דוד קרויס די משגיח מטעם בד"צ עדה"ח אין אויכעט מפי די עומד ע"ג הרב גבריאל נויפעלד. אין לעצטנ'ס האב איך געהערט די זעלבע פון די הויפט משגיח פון די ou הרב נחום רבינוביץ
הצעיר באלפי האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן: ווייסט איינער וויפיל וואסער עס איז פאראן אין רעגורלאר גרעיפ דזשוס?
ציווישען 5 אין 15 פערצענט עס ווענט זיך יעדער season אין batch איז אנדערש
אזוי האב איך געהערט מפי הרב משה דוד קרויס די משגיח מטעם בד"צ עדה"ח אין אויכעט מפי די עומד ע"ג הרב גבריאל נויפעלד. אין לעצטנ'ס האב איך געהערט די זעלבע פון די הויפט משיח פון די ou הרב נחום רבינוביץ
שכח הצעיר פאר די אינפא.
בדרך אגב, קענסט זאגן דעם הויפט משיח אז ער מעג שוין קומען...
- אורה ושמחה וששון
- שר חמישים
- תגובות: 55
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm
שאלת תם..איז לייט גרעיפ דזשוס כשר לקידוש?
וואס רעדט מען פין כשר לקידוש וד׳ כוסות??
עס איז בכלל כשר? מאכן גרעיפ דזשוס איז גאנץ קאמפלאצירט אין סקימט נאך צי חששות יין נסך. ווער געט א הכשר? איז ער א באוויסטער רב? האט ער עפעס עקספיריענס??
אבער היינט-נעכטן אנגעהויבן טין איןכשרות ויין & ג. דזשוס ??
די ביזט ל״ע...פין ווי קימסטו, פין דע לבנה? סהאט די בעסטע הכשר פין הרה״ג מצעילעם שליט״א, ער טיט שוין אין דעם 50-40 יאר נאך מיט פריערדיגע צעילעמער רב ז״ל וואס גייט צוריק 80-70 יאר אין כשרות!!
אזוי??? דאנמאלטס פארוואס כשרות טראסטו?? אין אז ער שרייבט כשר לקידוש וד כוסות פרעגסטו דע שאלת תם??

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36592
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- אורה ושמחה וששון
- שר חמישים
- תגובות: 55
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm
farshlufen האט געשריבן: ניין, א בעל מכשיר איז לאו דוקא דער גרעסטער מאן דאמר אין ברכת הפירות.
די האלטס דעם רב פאר ערליך אין גלייבסט אים??
אז ער שרייבט כשר לקידוש וד כוסות האט ער עס מברר געווען!! אליינס אדער איבערגעשמוסט מיט אנדערע ת״ח.
וייל ער איז א בעל מכשיר קען ער נישט קענען ברכת הפירות??
קענסט בכלל דעם איד?? מיט פרעגן אויף זיין נאמנות ביזטו רח״ל מבזה א רב א ת״ח.!!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36592
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.
אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.
אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 704
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן: ניין, א בעל מכשיר איז לאו דוקא דער גרעסטער מאן דאמר אין ברכת הפירות.
די האלטס דעם רב פאר ערליך אין גלייבסט אים??
אז ער שרייבט כשר לקידוש וד כוסות האט ער עס מברר געווען!! אליינס אדער איבערגעשמוסט מיט אנדערע ת״ח.
וייל ער איז א בעל מכשיר קען ער נישט קענען ברכת הפירות??
קענסט בכלל דעם איד?? מיט פרעגן אויף זיין נאמנות ביזטו רח״ל מבזה א רב א ת״ח.!!
אין וואס וועט איהר ענטפערען אויף אלע מזונות ברויטען וואס רוב רבנים מכשירים (וואלאווא, התאחדות, טארטיקוב, עדה"ח, רב לנדא ועוד) שרייבען בפירוש "ברכתו מזונות", אין אעפ"כ זענען דא היבש אסאך רבנים וואס זענען מרעיש עולמות אז עס איז א טעות מוחלט אין מען דארף מאכען אויף דעם א המוציא מיט נטילת ידים אין ברכת המזון, אין עס זענען דא א גרויסע טייל וואס האלטען אז אפילו אהן א קביעות סעודה איז אזוי די הלכה !
אלא מאי, כשרות מיט הלכות ברכת הפירות זענען צוויי באזינדערע סוגיות אין מקצועות, ואין הכרח אז דער וואס איז א מומחה אין דעים איז אויכעט א מומחה אין דעים !
נאך א נקודה, ווען מען דינגט זיך מיט יענעפ אין א הלכה איז עס נישט קיין בזיון, נאר א מלחמתה של תורה, אין ווער עס פארשטייט דאס נישט, אז בית שמאי אוסרין ובית הלל מתירין ואעפ"כ וכו', לא דרך על מפתן התורה וכו' ודו"ק.
(גראדע מיין דיין האלט אז עס איז יא א מזונות - איך וויל נאר ארויסברענגען די נקודה)
- אורה ושמחה וששון
- שר חמישים
- תגובות: 55
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm
farshlufen האט געשריבן: חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.
אין יעדע מקצוע זיינען פארהאן מורי הוראה וואס זיינען ספעשילייזד און אויסגעקאכט אין יעדן ס"ק, אין די הלכה וועלט איז דער דעת פון אזא איינעם מער אנגענומען ווי אנדערע דארט וואו עס איז זיין ספעשילטי.
אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעל
האסט א שאלה? ער שרייבט קלאר זיין נאמען, פרעג עם..
לכה״פ פרעג דיין מו״ץ אויב דאס איז ריכטיג צי טין.
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 704
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
מען האט געפרעגט, ער האט געענטפערט און אסאך רבנים (בתוכם רז"ל פילאף, רבי בנימין לנדא, רבי שרגא האגער, רח"ד כ"ץ ועוד) האבען געהאלטען אז די תירוץ איז נישט אויסגעהאלטען אין הלכה (לדעתם עכ"פ).אורה ושמחה וששון האט געשריבן:אזאך וואס האט אפציעל א קלארע הוראה מיט א חתימה אלץ אחראי פין א אנערקענטער ערליכע מגדולי עלטערער רבנים, איז א פקפוק אויף זיין הוראה א בזיון..פינטעלfarshlufen האט געשריבן:חלילה צו מבזה זיין, ס'איז א פשוט'ער דיון אין א הלכה אויף למעשה כדרכה של תורה.