תקופת שמואל - תקופת רב אדא
הקדמה א' (בענין שעות היום):
היינטיגע צייטן האבן וויסנשאפטלער איינגעטיילט דעם טאג די פאלגענדע חלקים: דער טאג איז צוטיילט אין 24 שעה,יעדע שעה איז צוטיילט אין זעכציג מינוט, יעדע מינוט איז צוטיילט אין זעכציג סעקונדעס. טייל גייען ווייטער און צוטיילן יעדע סעקונדע אין מילי-סעקונדעס, דהיינו הונדערטסטלעך פון א סקונדע.
חז''ל האבן אבער איינגעטיילט אביסל אנדערש, ווי פאלגנד: יעדע טאג האט 24 שעה. יעדע שעה האט 1080 חלקים, און יעדע חלק האט 76 רגעים. ווען דו וועסט צוטיילן די 1080 (אדער תתר''ף ווי עס ווערט גערופן אין די ראשונים) חלקים אין מינוטן, וועט אויסקומען אז יעדע מינוט האט 18 חלקים (18x60=1080), און יעדע חלק באשטייט פון דריי און א דריטל סעקונדעס.
הקדמה ב' (בענין חישוב השנה):
הקדמה להקדמה: צו פארשטיין די הקדמה, און אזוי אויך דעם גאנצן שמועס, דארף מען פארגעסן פון דעם פאקט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט יעדן טאג, און זיך קאנצענטרירן אויפ'ן פאקט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט איינמאל א יאר (אפשר שפעטער אינ'ם אשכול וועל איך מסביר זיין מער באריכות די צוויי גלגלים). אויף יעדע גלאבוס (globe) איז דא א שטריך ווואס לויפט דורך אינמיטן די וועלט אויף די ברייט, וואס דער שטריך הייסט קו המשוה און אויף ענגליש equator. דאס איז די (מכלומר'שטע) ליין וואו די זון גייט ארום די וועלט, ער הייבט אן ניסן, און גייט יעדן טאג כמעט איין דעגרי, ביז נאך 365 טעג קומט ער צוריק אן צום אנהייב וואו ער איז געווען פאראיאר ניסן.
און יעצט, צום הקדמה:
עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו ציילן יארן. איין וועג איז דער שנת החמה, וואס דאס מיינט ווען דער זון ענדיגט איינמאל ארומגיין איר גלגל (נישט אויסמישן מיט'ן גלגל היומי וואס דרייט זיך ארום אינגאנצן אין 24 שעה) און קומט צוריק צום אנהויב, דעמאלטס איז א יאר. דאס פאסירט יעדע בערך 365 טעג מיט 6 שעה.
נאך א וועג צו רעכענען איז דורך די לבנה. די לבנה האט סאך א קלענערע גלגל, און זי פארט ארום איר גלגל יעדע 29 טעג, 12 שעה מיט תשצ''ג (793) חלקים. יעדע מאל זי קומט צוריק צום אנהויב איז א חודש. (כדי צו אויסגלייכן דעם האלבן ואג, מאכט מען איין חודש פון 29 טעג און איין פון 30 טעג אין א רייע, און די איבריגע תשצ''ג חלקים, פאר דעם איז דא חשון און כסלו מיט וואס מען שפילט זיך ארום מלא-חסר כדי זיך צו אויסגלייכן.) צוועלף חדשים איז א יאר.
אין שנת החמה איז נישט דא קיין חדשים וויבאלד גארנישט געשעהט נישט יעדע 30 טעג, די חדשים פון די גוים זענען וואס מען האט סתם אפגעמאכט צו פארגרינגערן דאס האלטן חשבון. (אזוי אויך איז נישט דא קיין עכטע 'שנת הלבנה' ווייל גארנישט געשעהט נישט, נאר מען רעכנט צוועלף מאל ארומגיין דעם גלגל אלס יאר.)
אויף וואס דער שנת החמה איז יא 'במציאות' צוטיילט, איז פיר תקופות. דהיינו, כידוע לויפט די זון נישט פונקט אויפ'ן קו המשוה (equator) נאר זומער אביסל העכער צו צפון און ווינטער אביסל נידריגער צו דרום (פונקטליכער: 23 און א האלב מעלות [דעגרי] ארויף און אראפ). ניסן צייט איז די זון פונקטליך אויפ'ן קו המשוה, און עס הייבט זיך אן רוקן אויף ארויף. עס קומט אן צום העכסטן פונקט אין תמוז, און פון דעמאלטס הייבט די זון אן אראפצופארן, בערך תשרי צייט קומט עס אן צוריק צום קו המשוה, דאן גייט עס ווייטער אראפציר פונ'ם קו המשוה, ביז בערך טבת קומט עס אן צום ווייטסטן פונקט אויף דרום, און דאן הייבט עס אן ארויפצוגיין, ביז ניסן איז ער צוריק אויפ'ן קו המשוה וואו ער האט אנגעהויבן. קומט אויס אז דער יאר איז 'במציאות' איינגעטיילט אין פיר חלקים; 1) ווען די זון פארט פון קו המשוה אויף ארויף, ביז עס קומט אן צום העכסטן פונקט. 2) ווען עס הייבט אן אראפצופארן, ביז עס קומט צוריק צום קו המשוה. 3) ווען עס פארט ווייטער, פון קו המשוה אראפ דרום צו, ביז עס קומט אן צום נידריגסטן פונקט אויף דרום. 4) ווען עס הייבט אן צוריק ארויפצופארן, ביז זי קומט אן צוריק צום קו המשוה.
די פיר תקופות האבן נעמען, די ערשטע תקופה (ווען די זון פארט פונ'ם קו המשוה ארויף צו דרום) הייסט תקופת ניסן, די צווייטע (פון צפון צום קו המשוה) הייסט תקופת תמוז, די דריטע (פון קו המשוה אויף דרום) הייסט תקופת תשרי, און די פערטע (פון דרום צוריק צום קו המשוה) הייסט תקופת טבת.
אזוי אויך, די מינוט ווען די זון איז פונקט אויף א געוויסע פונקט דעמאלטס איז 'דער תקופה' (דעמאלטס טאר מען נישט טרינקען קיין וואסער אא"וו). ווען די זון איז פונקט אויפ'ן קו המשוה איז תקפות ניסן, פונקט ביים צפון שפיץ פון איר גלגל איז דער תקופה פון תקופת תמוז, צוריק ביים קו המשוה איז תקופת תשרי און ביים דרום שפיץ איז תקופת טבת.
המשך קומט אי"ה