פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרב צווייפעל, האלט אייך פעסט! און גייט'ס אן מיט אייערע אויפקלערונג מערכה!

ישר כח הרב כ''ץ!
הרב צווייפעל, ממש ווי אייערע דבורים האט הרב כ''ץ גערעדט און זיין דרשה און ס'קומט זיך פארן רב א שטארקע קרעדיט אז ער האט זיך געוואגט צו רעדן א קעגן דעם ריז אן קיין מורא און בושה פון די גאס אשרי חלקו!

א בינגא הצלחה, מיינט אז אנדערע מוזען פארשפארען.

פאר ווער ס'וויל זיך נישט פאפען: ס'איז קלאר ווי די טאג אז בינגא זאל מצליח זיין מיינט אז אנדערע וועלען מיזען פארשפארען. (רעדט צי סיי וועלעכע סיעלסמאן וואס ווייסט וואס טיצעך, וועט איר עס גיט פארשטיין.) און מען הערט שוין טאקע שמועות פון עטליכע געשעפטען און בארא פארק אז זיי גייען בקרוב פארמאכען.

פאר דיין ברודער וואלסטו עס נישט געטאן!

איך וויל דא פרעגן פון די אלע וואס מאכען בינגא גערעכט: ווען אייערע ברודער טאטע אדער שווער האט ווען א גראסערי, קופט איר דען ביי בינגא, און איר לאזט אייערע משפחה מיטגליד זיך מיטשענען? אוואדע אז נישט! ריכטיג?!! אויב אזוי אונז זעמער "כולנו אחים בני איש אחד אנחנו!" יודישע קינדער זענען ברודער, טארען מיר נישט לאזען אז אונזערע ברידער זאלען פארלירען זייערע פרנסות!

בינגא איז נישט דא בלויז אויף צי זיין ביליג ער איז דא צי באזייטיגען אנדערע!

ווען בינגא איז ווען דא בלויז אויף זיין ביליג החרשתי! אבער זיין ציל איז קלאר אינטער צי האקן די פרייזען. און אויף טייל זאכען איז ער גרייט נישט נאר אויף נישט צי מאכען געלט נאר אפי' אויף צידערלייגעןן..! און אזוי נאך א יאר צוויי וואס ער וועט שוין האבען פארמאכט אפאר געשעפטען וועט ער סעטלען זיינע פרייזען און איבער נעמען די קלייענטען פון די געשעפטען. און יא נאכדעם וועלען א טייל יודישע קינדער שוין האבען פארלירען זייערע פרנסות.. השם ירחם.

איז בינגא אויסגעהאלטען על פי הלכה ?

איך קלער אז ס'קען אפי' זיין אז בינגא איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה! קוקט נאך און ב''מ און די לעצטע משנה פון פרק הזהב, איז דא א הלכה פון "לא יפחת את השער" אה''נ די חכמים דינגען זיך טאקע אז מען מעג יא. אבער כ'האב נאכגעקיקט און שו''ע און ח''מ, אמת טאקע מען פאסקענט טאקע ווי די די חכמים אז מען מעג, אבער קיק און דער "פתחי תשובה" שרייבט ער קלאר אז די היתר איז נאר אויף צי פארקויפען "תבואה און פירות!" וויבאלד די גאנצע היתר פון די חכמים איז נאר, כדי אז די בעלי שדות פון די פירות און תבואה זאלן פארקופען פאר די מוכרים פאר ביליגער!

קימט אויס על פי דעם "פתחי תשובה" אז אויב איינער ברענגט אראפ די מארקעט פרייז, און ס'ברענגט נישט צי אז די קאמפעניס זאלען אראפ לאזען זייערע פרייזען איז קלאר נישט מותר על פי הלכה. און אויב איינער קופט דארט איז ער א מסייע לדבר עבירה!!

קימט מיר לכאורה אויס אז אויב איינער קופט און בינגא איז מען לכאורה א מסייע לדבר עבירה.. וואס זאגען די לומדים דערצו?
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג מארטש 06, 2017 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
קימט מיר לכאורה אויס אז אויב קופט מען און בינגא זאכען וואס זענען נישט אזא צורך ווי "תבואה און פירות!" איז מען לכאורה א מסייע לדבר עבירה..

און מיר קומט אויס אז טאמער רעכנט מען $25 האלסעיל פאר ציצית וכדו' אזוי אז די געשעפטן מוזן בעטן $36, איז מען דער עובר עבירה אליינס.
אנטשולדיגט אויב ס'איז צו שארף.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ'האב אייך ציגעצייכענט א פתחי תשובה. קוקטס עס ביטע נאך דערנאך וועל מיר רעדן.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב אייך ציגעצייכענט א פתחי תשובה. קוקטס עס ביטע נאך דערנאך וועל מיר רעדן.

עמיר עס נאכקוקן אי"ה. איך וויל נאר באצייכענען, אז מ'דארף וויסן ווער איז מחליט וואס די שער איז. אפשר זענען גאר די אנדערע מייקרי שער?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

משהזוךמיר האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב אייך ציגעצייכענט א פתחי תשובה. קוקטס עס ביטע נאך דערנאך וועל מיר רעדן.

עמיר עס נאכקוקן אי"ה. איך וויל נאר באצייכענען, אז מ'דארף וויסן ווער איז מחליט וואס די שער איז. אפשר זענען גאר די אנדערע מייקרי שער?

ער שרייבט דאך ׳קלאר׳ אז בינגא איז נישט דא פאר קיין געלט

אויב איז עס קלאר איז דאך נישט שייך צו טענה׳ן

מן הסתם האט ער אינסייד אינפאו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: כ'האב אייך ציגעצייכענט א פתחי תשובה. קוקטס עס ביטע נאך דערנאך וועל מיר רעדן.

די פתחי תשובה האלט אז דאס וואס די חכמים זאגן זכור לטוב אויף ווער עס איז פוחת מן השער, איז נאר וויבאלד די שער וועט טאקע ביליגער ווערן, דהיינו אז די האלסעילערס וועלן זיך ברעכן, משא"כ ווען דער ארענדער מאכט ביליגער ביר, וועט צוליב דעם נישט ווערן ביליגער תבואה, דעמאלטס איז נישט, לענינינו, ווען בינגא וועט פארקויפן ציצית פאר $20, וועלן די האלסעילערס מוזן אראפקומען מיט די פרייז, איז אוודאי זכור לטוב
.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:

גערעכט כ'האב איבער געלערענט דעם ענין (דער פריעדיגע לאנגע פתחי תשובה וועגען די ארענדע האב איך נאך נישט געהאט געלערנט) און פאראכטען מיין תגובה.

אבער לעצם דעם געשעפט בינגא, נישט די חיליק פון ציצית, האלט איר איז יא אויסגעהאלטען על פי הלכה?

גאלדענע פעדער האט געשריבן: איז בינגא אויסגעהאלטען על פי הלכה ?

איך קלער אז ס'קען אפי' זיין אז בינגא איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה! קוקט נאך און ב''מ און די לעצטע משנה פון פרק הזהב, איז דא א הלכה פון "לא יפחת את השער" אה''נ די חכמים דינגען זיך טאקע אז מען מעג יא. אבער כ'האב נאכגעקיקט און שו''ע און ח''מ, אמת טאקע מען פאסקענט טאקע ווי די די חכמים אז מען מעג, אבער קיק און דער "פתחי תשובה" שרייבט ער קלאר אז די היתר איז נאר אויף צי פארקויפען "תבואה און פירות!" וויבאלד די גאנצע היתר פון די חכמים איז נאר, כדי אז די בעלי שדות פון די פירות און תבואה זאלן פארקופען פאר די מוכרים פאר ביליגער!

קימט מיר לכאורה אויס על פי דעם "פתחי תשובה" אז אויב איינער פארקופט פאר ביליג (ברענגט אראפ די מארקעט פרייז- פוחת דעם שער) און ס'ברענגט נישט צי אז די קאמפעניס זאלען אראפ לאזען זייערע פרייזען איז קלאר נישט מותר על פי הלכה. און אויב איינער קופט דארט איז ער א מסייע לדבר עבירה!!

קימט מיר לכאורה אויס אז אויב איינער קופט און בינגא איז מען לכאורה א מסייע לדבר עבירה.. וואס זאגען די לומדים דערצו?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אין דברי חיים איז דא א תשובה וועגן דעם.

ער טענה'ט דארט אז דאס וואס די גמרא זאגט אז מען מעג פארקויפן פאר ביליג ווייל עס גייט צוברענגן אראפצולאזן די פרייזן, איז נישט פשט אז נאר דעמאלטס מעג מען. נאר אז דעמאלטס איז זכור לטוב.

און ער איז עס מדייק אין רש"י דארט, ווי רש"י איז מסביר ורבנן מאי טעמא, זאגט רש"י זכור לטוב. זאגט די דברי חיים אז רש"י לערנט פשט אז די גמרא פרעגט נאר פארוואס קומט זיך עם א ברכה פון זכור לטוב, אוןיף דעם איז די תירוץ ווייל ער ברענג אז מ'לאזט אראפ די פרייזן, אבער אפילו עס ברענגט נישט אראפ צו לאז די פרייזן איז נישט דא קיין שום איסור, נאר עס איז נישט דא די ברכה פון זכור לטוב.

העולמ מדברינו אז דעם פורים וועט מען מוז בלייבן ביי וגם חרבונה זכור לטוב. ווער וייסו אפשר נעקסטע יאר וועלן פאלן די פרייזן איבעראל, און מ'ווהט קענען זינגן וגם בינגא זכור לטוב.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער יוד האט געשריבן: אין דברי חיים איז דא א תשובה וועגן דעם.

ער טענה'ט דארט אז דאס וואס די גמרא זאגט אז מען מעג פארקויפן פאר ביליג ווייל עס גייט צוברענגן אראפצולאזן די פרייזן, איז נישט פשט אז נאר דעמאלטס מעג מען. נאר אז דעמאלטס איז זכור לטוב.

און ער איז עס מדייק אין רש"י דארט, ווי רש"י איז מסביר ורבנן מאי טעמא, זאגט רש"י זכור לטוב. זאגט די דברי חיים אז רש"י לערנט פשט אז די גמרא פרעגט נאר פארוואס קומט זיך עם א ברכה פון זכור לטוב, אוןיף דעם איז די תירוץ ווייל ער ברענג אז מ'לאזט אראפ די פרייזן, אבער אפילו עס ברענגט נישט אראפ צו לאז די פרייזן איז נישט דא קיין שום איסור, נאר עס איז נישט דא די ברכה פון זכור לטוב.

די "פתחי תשובה" שרייבט קלאר אז אויב ס'ברענגט נישט אראפ די פרייזען פון די בעלי השדות איז יא א קלארע איסור!

וואס איז דער מראה מקום פון די תשובה פון דער דברי חיים?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

גאלדענע פעדער, די תשובה אין דברי חיים איז אין חו"מ סי יח.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יש''כ. גיי מיר עס נאכקיקען.

צום בעסטען פאל בלייבט א מחלוקת צווישען די פתחי תשובה און די דברי חיים.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

נו, איז קיין שאלה פון מסייע ידי עבירה איז זיכער נישט דא. און קיין טענות אויף בינגא קען מען אויך נישט האבן.

און אפשר אפשר וועט עס נאך צו ברענגן אראפ צולאזן די פרייזן, וועט מען נאך דארפן עם דערמאנען לטובה.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער יוד האט געשריבן: נו, איז קיין שאלה פון מסייע ידי עבירה איז זיכער נישט דא. און קיין טענות אויף בינגא קען מען אויך נישט האבן.

און אפשר אפשר וועט עס נאך צו ברענגן אראפ צולאזן די פרייזן, וועט מען נאך דארפן עם דערמאנען לטובה.

נישט ריכטיג. לויט די פתחי תשובה איז בינגא לכאורה אן איסור. און דער וואס קופט דארט איז א מסייע לידי עבירה.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ווי לאנג די דברי חיים איז מתיר, איז נישט מעגליך צו זאגן אז ס'איז דא א איסור פון מסייע ידי עוברי עבירה ביי דעם.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן: נו, איז קיין שאלה פון מסייע ידי עבירה איז זיכער נישט דא. און קיין טענות אויף בינגא קען מען אויך נישט האבן.

און אפשר אפשר וועט עס נאך צו ברענגן אראפ צולאזן די פרייזן, וועט מען נאך דארפן עם דערמאנען לטובה.

נישט ריכטיג. לויט די פתחי תשובה איז בינגא לכאורה אן איסור. און דער וואס קופט דארט איז א מסייע לידי עבירה.

זיי מוחל, קוק איבער דעם פתחי תשובה, אדרבה ווען דער מוכר בזול איז גורם אז ישתנה השער לטובת הלוקחים , איז דעמאלטס געזאגט געווארן אויף דע מוכרי בזול "זכור לטוב" כלשון חכמים

אין כאן לא איסור, ואין כאן מסייע לידי עוברי עבירה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער יוד האט געשריבן: ווי לאנג די דברי חיים איז מתיר, איז נישט מעגליך צו זאגן אז ס'איז דא א איסור פון מסייע ידי עוברי עבירה ביי דעם.

כ''האב היינט צופרי אדורך געלערענט די גאנצע תשובה. קומט מיר לכאורה אויס אזוי: אז דער ס'האט שכל זאל זיך אפהאלטען פון קויפען און בינגא צוליב דעם וואס ס'איז כאטש א ספיקא דאיסורא, א מחלוקת צווישען די פתחי תשובה מיט די דברי חיים.

און נאך א זאך: זאל קיינער מיר נישט קומען זאגען אז בינגא איז א גוטע זאך! ווייל מיט א תורה'דיגע בליק: איז אפי' לויט די דברי חיים וואס ס'איז מותר צי פוחת זיין די שער אפי' בכגון דא האלט ער אויך אז מען קען פשוט נישט מעכב זיין פון אזא מוכר, אבער לכ''ע עלמא, אפי' לויט די דברי חיים, איז זעכער "נישט" דא קיין זכור אותו האיש לטוב! צוליב וואס ער מאכט שאדען פאר די אנדערע לוקחים.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך מארטש 08, 2017 3:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איים סארי. אבער ווי אזוי איז שייך צו זאגן אז קויפן דארט איז בכלל א פראבלעם?

אויב דער יוד וואס מאכט די געשעפט האט א הוראה פון'ם דברי חיים להיתר, איז נישט מעגליך צו זאגן אז דער וואס שטיצט עם איז א מסייע ידי עוברי עבירה, ער האט דאך א היתר.

און נאל מער אויב וועט דאס סוכ"ס גורם זיין אז אנדערע זאלן אויך אראפ לאסן די פרייזן, איז עס זיכער ריכטיג, און זכור לטוב.

על כל פנים, צו זאגן אז דער וואס האט שכל זאל זיך אפהאלטן פון גיין דארט איז שטארק איבערגעטריבן.
אפרים נחום
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפרים נחום »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן: ווי לאנג די דברי חיים איז מתיר, איז נישט מעגליך צו זאגן אז ס'איז דא א איסור פון מסייע ידי עוברי עבירה ביי דעם.

כ''האב היינט ציפרי אדורך געלערענט דעם גאנצע תשובה. קימט מיר לכאורה אויס אזוי: אז דער ס'האט שכל זאל זיך אפהאלטען פון קויפען און בינגא ציליב דעם וואס ס'איז כאטש א ספיקא דאיסורא, א מחלוקת צווישען די פתחי תשובה מיט די דברי חיים.

און נאך א זאך: זאל קיינער מיר נישט קימען זאגען אז בינגא איז א גיטע זאך! ווייל מיט א תורה'דיגע בליק: איז אפי' לויט די דברי חיים וואס ס'איז מותר צי פוחת זיין די שער אפי' בכגון דא האלט ער אויך אז מען קען פשוט נישט מעכב זיין פון אזא מוכר, אבער לכ''ע עלמא, אפי' לויט די דברי חיים, איז זעכער "נישט" דא קיין זכור אותו האיש לטוב! ציליב וואס ער מאכט שאדען פאר די אנדערע לוקחים.

איך פארשטיי נישט איין זאך אז איר זענט א פוסק שרייבט אפ א גאנצע תשובה און געבט עס ארויס פארן עולם עס איז סתם אשאד אז נאר די צוויי דריי אידן אויפן וועלטל זאלן וויסן אז ס'איז אסור צו קויפן דארט.....
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער, עפעס פארשטיי מיר זיך נישט דא.

איז קלערט אז מהדרין גפן קדם וכדו' גייען אלע אראפ לאזען זייערע פרייזען, צוליב בינגא?
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך מארטש 08, 2017 3:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אפרים נחום, כ'בין נישט קיין פוסק קען איך נישט שרייבען קיין תשובה. כ'האב פשוט אדורך געלערענט די סוגיא מיט די שו"ע.

אדרבה לערענט עס אויך אדורך און לאזט וויסען ווי אזוי ס'קומט אייך אויס להלכה.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך מארטש 08, 2017 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אויב וועלן די אנדערע געשעפטן לייגן דרוק אויף די גרויסע קאמפעניס, קען אלעס געשען.

עס קען זייער מעגליך זיין אז די קאמפעניס ווילן פארדינען אביסל ווייניגער און די געשעפטן אביסל ווייניגער. און כלל ישראל ועט פארדינען אסאך מער.

און אויף גאלדענע'ס צווייטע טענה אז אפילו ס'לאזט ניט אראפ די פרייזן איז מותר עס אבער ס'איז נישט אויסגעהאלטן. איך הייב נישט אן צו וויסן פון ווי נעמטס דו אזא ענין (לדעת הדברי חיים).
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער, האסט אמאל גערעדט צי סעילסמאן וועגען דעם ענין?

איך האב שוין יא עטליכע מאל גערעדט. ס'ארבעט נישט אזוי ווי איר זאגט. פרעשער גייט נישט ארבייטען דא פינטעל. ס'איז ווער ס'קויפט מער סחורה דער באקימט פאר ביליגער.

איז בינגא (לויט די פתחי תשובה) א ריכטיגע פוחת את השער שלא על פי הלכה. און אפי' לויט די דברי חיים, זעכער "נישט" קיין זכור לטוב. ער איז פינקט ווי א גברא אלימא וואס מען קען נישט אפהאלטען.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

פארוואס איז ער א גברא אלים? אויב טוט ער עפעס וואס איז אויסגעהלאטן עפ"י הלכה (ד"ח) איז עס אויסגעהאלטן.

גייסטו מיר זאגן אז ס'איז נישט יושר צו טיילן קיין אגוזים לקטנים?

ווי זעסטו להלכה אז ווען איינער טוט עפעס וואס מ'מעג איז עס א חסרון נאר מיר האבן נישט קיין כח עפ אפהאלטן?

פונקט לעצטענס האב איך געהערט איינער שטיין ברבים או קאכן וועגן א געוויסע ענין אז יענע איז א גבר אלים, צולייגענדיג אז ביי ארבא איז אויך דא א פסק פון כל דאלים, אבער א גבר אלים בלייבט ער.

איך וואונדער זיך נאך ביז יעצט. איז עס בכלל א חסרון און א עולה ביי א פסק פון כל דאלים צו גיין כאפן? ווען ב"ד פסקנ'ט כל דאלים מיינסטו אז די חפץ חיים וואלט נישט געגאנגן כאפן?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער. נאך איין ווארט

דאס איז קלאר לכ''ע (לייען: אפי' לדעת הד''ח): אז די שיטה פון די חכמים איז מען מעג יא פוחת זיין דעם שער, איז נישט אויף צוליב תקנות הלוקחים אז זיי זאלען קענען קויפען פאר ביליג. וויבאלד פון די אנדערע זייט איז דאך דא א פסידא פאר די אנדערע מוכרים וואס זייערע פרייזען זענען טייערער. נאר די סיבה פון די חכמים איז קלאר: אז ס'איז מותר צי פוחת זיין די שער ווייל אזוי וועלען די בעלי שדות ופירות פארקויפען פאר די מוכרים פאר ביליגער. און ס'וועט זיין גוט פאר ביידע סיי די לוקחים און סיי די מוכרים.

יעצט פארשטיי מיר זיך שוין מיט אלעס?
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”