אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ויז'ניץ איז פול מיט ניגונים וואס זענען אריבערגעברענגט געווארן אל הקדושה. די אלע וועלעכלעך וואס מען שפילט לעצטנס ביי חתונות, אלע לעבעדיגע טאנץ ניגונים, אלעס שטאמט פון צוגאנער, פאסטוכער, און מיליטערישע מארשן, א גרויסן חלק דערפון האט דער אמרי חיים אריבערגעברענגט, אבער אנדערע ניגונים האבן סתם חסידים אריבערגעברענגט קיין ויז'ניץ, און עס האט קיינער גארנישט געזאגט. אפילו דביקות ניגונים, אויף וואס ויז'ניצע חסידים קאכן זיך דערין, איז א גרויסן חלק פון גוים, אדער אין בעסטן פאל פון אידיש טעאטער.

איך בין אמאל געווען אין א ויז'ניצער בית-המדרש אויף שלש-סעודות, און מען האט געזינגען א שטאטע ניגון, דארט איז געזעצן א זקן, האט ער זיך אנגערופן "איך געדענק נאך די ארגענעלע ווערטער אויף דעם ניגון... זייער געמיינע ווערטער..."

חב"ד און ברסלב פארמאגן אויך פיל ניגונים גענומען פון גוים, און אזוי אויך פיל אנדערע חסידות'ן.

אבער מאידך גיסא איז דאס גענוצט געווארן אלס וואפן ווען אומער עס האט אויסגעפעלט: איינע פון די גרויסע טענות אויף שבתי צבי ימ"ש איז געווען אז ער האט גענומען גוי'אישע ניגונים און עס געזינגען, זאגנדיג אז ער ברענגט דאס אריין אל הקדושה, דער חטא איז אזוי גרויס געווען אז עס ווערט דערמאנט אינעם חרם פון די רבני ירושלים קעגן שבתי צבי. דאס זעלבע ווען מען איז ארויס קעגן שלמה קארלבאך איז דאס געווען פון די חטאים, און היינט איז מען ביזי דערמיט קעגן ליפא שמעלצער.

סא, דאס איז א וואפן וואס מען נוצט אויף אלע זייטן, ווענדט זיך ווי אזוי עס לוינט זיך.
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע:אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

פינטעל האט געשריבן: על קאיידע... כמיין מאנסי, איינער האט מיר געשיקט אין אימעיל אז ליפא זינגט עס אויף זיין פאריגע טעיפ, אדער איינס, אדער צוויי... פאר די פאריגע
און בנוגע די מכות עצימות, געבאבאכט, איך קען צירוק געבן


שוין בודק חמוץ זיין ליפאס אלע טעיפס זעהן צי ער זינגט עס טאקע
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע:אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

זאג יענעם ער וויסט נישט וואס ער רעדט קודם כל עס איז נישט ליפאס סטייל עס איז מער פאר אייבי ראטענבערג סטייל אדער קאנטרי יוסי
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

איך וועל זיך באציען אויך דעם וואס אין פריערדיגען בלאט רעדט מען פון ר' יו"ט ערליך, אז אפשר קומען זיינע ניגונים אויך פון ערגעץ אביסל גע'גנב'עט.

א איד וואס איז געזיצן ביי חתונות ווען זיין בענד האט געשפילט, און בשעת קבלת פנים ווען שי בענד איז ביי די פרויען האט ער זיך "ארום געוויקלט די אויגן מיט א טיכל" חוץ פון דעם וואס ער איז געזעצן מיטן רוקן, דער וועט נישט אריינלייגן אין זיינע ניגונים קיין גוי'אישע תנועות.

יעצט צום ענין פון גנב'ענען תנועות, לאמיר זאגן אזוי, אפשר וועט איר מסכים זיין.

יעדער בחור וואס מאכט א שיין פשט'ל בויעט עס אויף א חת"ם סופר דברי יואל און אזוי ווייטער און מאכט א רמז'ל צום סוף און דאס הייסט א חידוש, און אמאל א שיינע פשטל אפילו.

אזוי אויך, א ניגון איז געשטעלט אויף אלטע געפילן און תנועות, מען דרייט דאס רעכטס און לינקס צומאל איז איז מען בלא יודעים משנה שינוי השם (די ווערטער) און שינוי מעשה (מען מאכט פון שטייט שנעל און פון שנעל שטייט) און דער ניגון קען אויסקומען זייער שיין.

אויך קען טאקע זיין ביי ר' יו"ט ערליך, אז ווען ער וויל פארציילען א אידישע מעשה פון א רוסישער גענעראל וועט ער נוצן תנועות פון די רוסישע מיליטער א שטייגער ווי דער צוציק ניגון. דאס איז נישט קיין חסרון, אבער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן לשם פריצות, און דער היימישער שומע נעבעך האט הנאה געהאט ווייל זיין געפיל איז ליידער דארט קאנפטעבל , (ה' יערה עליו רוח טהרה ממרום, וינקום לעינינו נקמת דם היוגנט השפוך) איז דאך א געפערליכער פארברעך אין פולן זין פון ווארט דאס אריבער צו ברענגען צו אונז.

א גוטער ניגון איז א מתנה פון הימל, אזוי ווי ר' משה גאלדמאן האט דערמיט געלעבט, מען קען נישט נעמען סתם אבי צו מאכן טעיפ'ס, איי ער מאכט געלט? עס איז נישט מקושר יש עושר שמור לבעליו לרעתו.

אונזערע רבנים האבן א סייעתא דשמיא, ערגעץ וואו וועלן שוין די חברה דורכפאלן אז די רבנים זאלן קענען אנווייזן אז ווער עס האט נאר מטהר געווען ניגוני חגבים _שרצים בק"ן טעמים האט שלעכט אפגעשניטן.

למעשה זאל זיך יעדער שטארקן, ווער עס האט א געפיל אין נגינה זאל מחדש זיין ניגונים, און נאר די גוטע זאל ער ארויסגעבן,
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

והוא פלאי האט געשריבן: אין צאנז איז דא א ניגון וואס ר' מאיר אביש בראנסדורפער ז"ל דער צאנזער רב'ס בעל מנגן האט געהערט אין די קאזארמע אין צאנז, עס גייט מיט א גאנצע מעשה. למעשה זינגט מען דאס אין באבוב אויף אין כאלקינו ביי שלש סעודות, (דער וואס גייט ווי א מארש)

די מעשה גייט אז ווען ר' מאיר אביש האט עס געזינגען פארן דברי חיים האט ער תיכף דערשפירט אז עפעס טויג נישט מיטן ניגון, און ער האט אים געפרעגט פון וואנעט עס שטאמט? האט ר' מאיר אביש אויסגעזאגט דעם אמת אז ער האט עס געהערט אין די קאזארמע. האט אים דער דברי חיים עס געהייסן איבערזינגען, און ווען ער האט געענדיגט האט דער דברי חיים געזאגט: מקודש!

איך האב געהערט פון א איד אין וומ"ס אז הרב פאדווא זצ"ל פון לאנדאן האט זיך אמאל אונטער געזינגען די ניגון מקימי פון שלמה'לע. האט אים דער זון ר' יושע העשיל געפרעגט עס איז דאך קארלבאך'ס א ניגון? האט ער דערציילט די אויבענדערמאנטע מעשה פון צאנזער רב, און תיכף דערנאך האט ער זיך נאכאמאל גענומען זינגען מקימי.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

חיים של פרנסה האט געשריבן: איך וועל זיך באציען אויך דעם וואס אין פריערדיגען בלאט רעדט מען פון ר' יו"ט ערליך, אז אפשר קומען זיינע ניגונים אויך פון ערגעץ אביסל גע'גנב'עט.
א איד וואס איז געזיצן ביי חתונות ווען זיין בענד האט געשפילט, און בשעת קבלת פנים ווען שי בענד איז ביי די פרויען האט ער זיך "ארום געוויקלט די אויגן מיט א טיכל" חוץ פון דעם וואס ער איז געזעצן מיטן רוקן, דער וועט נישט אריינלייגן אין זיינע ניגונים קיין גוי'אישע תנועות.
...
אויך קען טאקע זיין ביי ר' יו"ט ערליך, אז ווען ער וויל פארציילען א אידישע מעשה פון א רוסישער גענעראל וועט ער נוצן תנועות פון די רוסישע מיליטער א שטייגער ווי דער צוציק ניגון. דאס איז נישט קיין חסרון, אבער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן לשם פריצות, און דער היימישער שומע נעבעך האט הנאה געהאט ווייל זיין געפיל איז ליידער דארט קאנפטעבל,

ביטע זייט נישט בלינד. ר' יו"ט ערליך זצ"ל האט גענומען גאנצע רוסישע לידער אן משנה זיין - נישט נאר תנועות און נישט בטעות. מיט געפילן קען מען נישט לייקענען קיין מציאות.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

קארל האט געשריבן:
חיים של פרנסה האט געשריבן: איך וועל זיך באציען אויך דעם וואס אין פריערדיגען בלאט רעדט מען פון ר' יו"ט ערליך, אז אפשר קומען זיינע ניגונים אויך פון ערגעץ אביסל גע'גנב'עט.
א איד וואס איז געזיצן ביי חתונות ווען זיין בענד האט געשפילט, און בשעת קבלת פנים ווען שי בענד איז ביי די פרויען האט ער זיך "ארום געוויקלט די אויגן מיט א טיכל" חוץ פון דעם וואס ער איז געזעצן מיטן רוקן, דער וועט נישט אריינלייגן אין זיינע ניגונים קיין גוי'אישע תנועות.
...
אויך קען טאקע זיין ביי ר' יו"ט ערליך, אז ווען ער וויל פארציילען א אידישע מעשה פון א רוסישער גענעראל וועט ער נוצן תנועות פון די רוסישע מיליטער א שטייגער ווי דער צוציק ניגון. דאס איז נישט קיין חסרון, אבער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן לשם פריצות, און דער היימישער שומע נעבעך האט הנאה געהאט ווייל זיין געפיל איז ליידער דארט קאנפטעבל,

ביטע זייט נישט בלינד. ר' יו"ט ערליך זצ"ל האט גענומען גאנצע רוסישע לידער אן משנה זיין - נישט נאר תנועות און נישט בטעות. מיט געפילן קען מען נישט לייקענען קיין מציאות.


קוקט אויס אז די רוסישע מוזן האבן זייער איידעלע ניגונים...
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אינטערסאנט קיינער ברענגט נישט אראפ פון רבי ישראל נג'ארא און זיינע ענינים אריבערצו ברענגען אל הקדושה
בילד

זעה דא א גאנץ מאמר דערויף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36176
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וכן ר' מנחם די לנזאנו זצ"ל חיבר שירים לזמרם בלחנים ערביים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע:אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

elmonsey האט געשריבן: זאג יענעם ער וויסט נישט וואס ער רעדט קודם כל עס איז נישט ליפאס סטייל עס איז מער פאר אייבי ראטענבערג סטייל אדער קאנטרי יוסי


איך דערמאן זיך אז אפשר קימט די ניגון פין גרשון וועראובא
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.

איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ס'דא לעצטענס א ריזן 'פאפ זינגער' א יונגאטש 'דזאסטן ביבער', זיין בעסטע ניגון דערווייל איז 'בעבי', איך האב עס פונקט געוואלט הערן, און שבת איז מיר אויפגעקומען די תנועה, און איך האב עס געזונגען אויפן חסידישן שטייגער אן די ווערטער, זאגט מיר איינער ס'קוקט אויס א געשמאקע ניגון, וואס איז דאס חב''ד ברעסלאוו אפשר ספרדיש, ס'הערט זיך גראדע הארציג און נישט ווילד, און ווי איך זאג עהם ס'איז א גויאישע ניגון, קוקט ער מיר אן פון לבנה. זאג איך עהם, זינג מיר נאר דעם ניגון פון מיכאל 'סימן טוב ס'איז א גוטע שידוך, און זאג מיר צו ס'הערט זיך נישט ווי א היינטיגע גויאישע ניגון, אלא מאי, יש ויש ס'דא גויאישע וואס הערן זיך היימיש און יודישע וואס... חחחח וואס?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

זאג דאנציגער, דו ביזט נאך אונטערן רושם פון די ד' כוסות?
עפעס לאכסטו היינט צופיל...
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ווער לאכט ווי לאכט
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

דאנציגער האט געשריבן: חחחח וואס?


דאס איז דא. און דא איז די צווייטע פלאץ וואס דו לאכסט היינט

אויסער דעם האסטו זיך אנגעטון א מאסק אויף דיין אוועטער, דאכט זיך מיר אז פאר אפאר וואכן צוריק האסטו געהאט א אנדערע אוועטער
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

דאנציגער האט געשריבן: ס'דא לעצטענס א ריזן 'פאפ זינגער' א יונגאטש 'דזאסטן ביבער', זיין בעסטע ניגון דערווייל איז 'בעבי', איך האב עס פונקט געוואלט הערן, און שבת איז מיר אויפגעקומען די תנועה, און איך האב עס געזונגען אויפן חסידישן שטייגער אן די ווערטער, זאגט מיר איינער ס'קוקט אויס א געשמאקע ניגון, וואס איז דאס חב''ד ברעסלאוו אפשר ספרדיש, ס'הערט זיך גראדע הארציג און נישט ווילד, און ווי איך זאג עהם ס'איז א גויאישע ניגון, קוקט ער מיר אן פון לבנה. זאג איך עהם, זינג מיר נאר דעם ניגון פון מיכאל 'סימן טוב ס'איז א גוטע שידוך, און זאג מיר צו ס'הערט זיך נישט ווי א היינטיגע גויאישע ניגון, אלא מאי, יש ויש ס'דא גויאישע וואס הערן זיך היימיש און יודישע וואס... חחחח וואס?


דאנצי
דערמאנטס מיך ווען איך בין געווען א בחור, און מיין ראש ישיבה פלעגט האקן אויף די טריפה'נע ניגונים, מען האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט פון שמעלצער, דעמאלטס זענען די סטארס געווען מרדכי בן דוד און אברהם פריעד, און מיין ראש ישיבה האט אמאל בתוך הדברים געזאגט "א ניגון פון נישט א אויסגעהאלטענעם מחבר דערקענט מען אויף די מינוט"
א וואך שפעטער איז פארגעקומען א מסיבת כ"א כסלו, און די בחורים האבן געוואלט פרובירן דעם שמעק פונעם ראש ישיבה, און מען האט געזינגען דעם ניגון "ואנחנו כורעים ומשתחוים ומודים לפני ממ"ה הקב"ה" איך האף דער עולם כאפט פון וועלכע ניגון איך רעד, ס'איז אדער מרדכי'ס אדער אברהם'ס, ס'גייט אזוי אביסל שטייט-שנעל, און די בחורים הראבן עס געזינגען אזוי מער שטייטער, און אונזער ראש ישיבה האט זיך אריינגעשאקלט מיטן גאנצן התלהבות, און מיר האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן פון זיין חוש הריח.
ס'איז ווי דאנצי זאגט, ס'ווענדט זיך ווי אזוי ס'ווערט סערווירט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הניגונים מאומות העולם

איתא בספר דגל מחנה אפרים בשם הבעש"ט ז"ל שכל הניגונים מאומות העולם צריכים ישראל ליקח.
וגם אאז"ל היה אומר תמיד שכל החכמה וכל הידיעה מאומות העולם צריכים ישראל ליקח לעצמם.
גם שמעתי שהמגיד מקוז'ניץ ז"ל היה מנגן אחד מי יודע בלשון האומות". [אמרי אמת ליקוטים]
ועמך כולם צדיקים
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

וואס ווילסטע, היינט גאנבענען די גוים אלע ניגונים פון אונז, פון ליפא, שניצלער, און גערטנער.
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר ווילבער »

[="איזעי"]ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.

איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר


איך בין אמאל אריין אין בית רחל חתונה זאל נאך אלס בחור, פאר די קבלת פנים ווען ס'געזעסן דארט א רוסישן גיטאר שפילער, אזוי שמוסען דיג מיט עם האט ער זיך אינער געשפילט די כל נדרי ניגון פון ר' יו"ט ערליך, און איך פרעג עם וויזוי קענסטו דעם ניגון,
קוקט ער מיך אן, וויזוי "קענסטו" דעם ניגון? זאגט ער אז סיז אן אלטן רוסישן ניגון, און זייטס נישט סופרייזט אז ווען כהאב אונגעהויבן צו זינגען יאקאב ניגון, האט ער עס שיין צו גענדיגט ווי א זקן ורגיל, אויך א רוסישן ניגון זאגט ער מיר,

נו זעהט מען שוין, אבער ווי מהאט שוין געשריבן אז די גוים זענען געווען נארמאלער און די תנועות זענען נישט ציווילדעוועטע תנועות
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

זייער פשוט, ס'איז אמאל נישט געווען באקאנט אין די וועלט די ווילדע פאפ און רק ניגונים, ס'געווען 'וואגנער' און 'באך' און 'מוצארט' און בעטהאבן, ממילא די ניגונים זענען אלץ שטייטע און רואיגע. וואס ווערט נאך היינט פארקויפט אין די יודישע מארקעט, געשפילט דורך עמירן דביר און ריקלעקס און ווייסעך ווער נאך
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

גראדע יו"ט ערליך דערמאנט די מנגנים 'וואגנער' און 'באך', דאכט זיך אויף זיין טעיפ "תשובה".
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36176
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נעוואדע, אין דער קאפיטאן ביים כל נדרי נגון, פון דעם אליין זעהסטו אז ער רעדט פון הארציגע ניגונים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך האב נישט לאנג צוריק געהערט אויף אל דזאזירא די דעפקע ניגון וואס ירמ' דמן זינגט אויף הלואי הלואי הלואי
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

די קענסט אראביש?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ניין, איך רעד פון די tone
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”