פולמוס השחיטה בסענשארץ - שנת תר"ע
וויפיל איך האב ארויסגענומען פון די תשובות איז די מעשה ווי פאלגענד. דער מרא דאתרא אב"ד אינטערדאם ( ווער איז דאס? נאסעדער רב אפשר?) האט באמערקט אז דער שוחט האט פארלוירן זיין הרגשה און ער כאפט נישט אויף קיין פגימות אויפן מעסער, און אזוי אויך האט מעיד גווען אויף דעם א צווייטער שוחט פונעם שטאט. געבויעט אויף דעם האט דער מרא דאתרא געאסרט דעם שוחט, און אויך אריינגעגעבן אן עדות פאר ראש הקאנציליי הרב פרענקיל.
דער שוחט האט אנגעהויבן פארפירן אז עס איז א בלבול אויף אים, און ער האט געוויזן פאר אסך אנדערע רבנים און שוחטים אז ער האט יא א געהעריגע הרגשה. ער איז אריבער געפארן צום מהרש"ם, וואס האט געזאגט זיינע שוחטים זאלן זען וואס דא גייט פאר. נאכדעם וואס זיי האבן באשטעטיגט אז ער האט א געהעריגע הרגשה איז דער מהרש"ם ארויס מיט א מכתב להיתר. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז דעם שוחט'ס זייט איז ארויסגעקומען מעט א "מכתב גלוי" באשמוצענדיג דעם רב כאילו ער איז א פשוטער ליגנער.
דער מהרש"ג פון די צד האוסרים האט ווי דערמאנט 3 תשובות.
די ערשטע צום חקל יצחק וואס איז גווען פון די מתירים, ווי דער מהרש"ג איז מסביר טעמו לאיסור בעיקר צוליב 3 טעמים.
איינס צוליב תרי כמאה. צווייטענס כלפי די בני הקהלה, זיי זענען מחויב צו פאלגן זייער מרא דאתרא קעגן אנדערע רבנים, ווייל אזוי האבן זיי מקבל געווען אויף זיך בשעתן אויפנעמען דעם רב. דריטענס, אז דער רב האט געהאט נאך טעמים, ווייל ער האט געזען סימני קלות אויפן שוחט אויסער דאס פארלירן די הרגשה.
די צווייטע תשובה איז זייער ענלעך צום ערשטען, אבער איז אויסגעשטעלט ארויסצוגעבן פאר די פאבליק. מען זעט דארט אויך אז דער וויזשניצער רבי (אהבת ישראל?) איז גווען פון די מתירים.
די דריטע תשובה איז צו רמ"ש גלאזנער, וואס איז אויך גווען פון די גרויסע מתירים. די תשובה באציעט זיך בעיקר אויף א דברי חיים אויף וואס דער מהרש"ם האט געבויעט אז א מרא דאתרא קען אסרן א שוחט אפילו עס איז נאר א חשש בעלמא ענליך צו א שתלא וואס מען קען מעביר זיין אן התראה. הרב גלאזנער וויל זיך דינגען מיט דעם ד"ח מיט די טענה אז ביי אן איסור ווילאנג די מענטשען ווייסן נישט אז עס איז אן איסור זענען זיי גארנישט עובר, ממילא איז עס נישט דומה צו א שתלא. דער מהרש"ג דינגט זיך שטארק און איז מצדיק את הצדיק (לשון מהרש"ג) דעם ד"ח.
איך האב פראבערט אביסל מער נישטערן וואס דארט איז פארגעגאנגען. ביז דערווייל אן קיין סך הצלחה.
האט איינער דא מער אינפארמאציע?