צרעת בגדים אינ'ם מדבר

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

צרעת בגדים אינ'ם מדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

די תוה"ק לערנט אונז וועגען דריי סארט נגעים: אדם, בגדים און בתים. זאגען חז"ל אז ווען דער בעל הרחמים קומט מעניש זיין א מענטש אויף זיינע חטאים הייבט ער נישט אהן מיט'ן מענטש זעלבסט, נאר פריער פאנגט ער אהן מיט זיין הויז.

טאמער דער מענטש דערלערנט זיך און טוט תשובה, מה טוב, אבער טאמער נישט קומען די נגעים נענטער, און זיי שפראצען ארויס אין זיינע בגדים. אויב דאס איז אויך נישט גענוג רמז, מאכט זיך א נגע צרעת אויפ'ן קערפער פונ'ם מענטש, און דאן איז שוין גאר ביטער ווייל דער מצורע ווערט פארשיקט חוץ לשלש מחנות און ער מוז זיצען איינזאם און אליין.
אויך דער רמב"ם שרייבט (טומאת צרעת פט"ז הי"ד) אז די פאשידענארטיגע סארט נגעים קומען בהדרגה, ווען ביי יעדער סארט האט דער מענטש דעם געלעגנהייט תשובה צו טוהן, ושב ורפא לו.

פרעגט דער קרית ספר על הרמב"ם דארט אויפ'ן ארט, פארוואס ווען מרים הנביאה איז נענש געווארען אויף די לשה"ר וואס זי האט גערעדט קעגען משרע"ה, האט דער אייבערשטער באלד אנגעהויבען מיט צרעת בגופה, און נישט לויט'ן סדר פון פריער בתים און בגדים?

באמת דארף מען אבער פארשטיין די קשיא זיינער, ווייל עס איז מפורש אין פסוק, כי תבאו אל ארץ כנען וגו' ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחזתכם. זעהט מען קלאר אז נגעי בתים זענען נאר נוהג אין א"י, טא איז פשוט פארוואס מרים האט נישט פריער באקומען א נגע צרעת אין איהר אהל.

קען מען אבער ענטפערען אז איה"נ, נגעי בתים זענען טאקע נאר נוהג אין א"י, אבער די קשיא בלייבט נאך שוער אויף נגעי בגדים, פארוואס דער אייבערשטער האט נישט פריער געשיקט א נגע אין איהרע קליידער אנשטאט גיין גראד צום גוף, און דאס איז פשט אינ'ם קרית ספר'ס קשיא.

אין דעם גופא דארף מען אבער חוקר זיין, וואס איז דער דין מיט נגעי בגדים אין חו"ל – אין תורה איז נאר מפורש אויף נגעי בתים אז זיי זענען נאר נוהג בא"י, איז דער דין אויך אזוי ביי נגעי בגדים?

שטייט אינ'ם רמב"ן (ויקרא י"ג מ"ז) אויפ'ן פסוק פון נגעי בגדים:
זה איננו בטבע כלל ולא הווה בעולם, וכן נגעי הבתים, אבל בהיות ישראל שלמים לה' יהיה רוח השם עליהם תמיד להעמיד גופם ובגדיהם ובתיהם במראה טוב, וכאשר יקרה באחד מהם חטא ועון יתהוה כיעור בבשרו או בבגדו או בביתו, להראות כי השם סר מעליו.

ולכך אמר הכתוב (להלן י"ד ל"ד) ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם, כי היא מכת השם בבית ההוא. והנה איננו נוהג אלא בארץ שהיא נחלת ה'...וכן אני חושב בנגעי הבגדים שלא ינהגו אלא בארץ, ולא הוצרך למעט מהן חוצה לארץ כי לא יארעו שם לעולם.

איז מפורש בדבריו הקדושים אז וויבאלד דער גאנצע ענין פון צרעת אויף בגדים און הייזער איז אן אומנאטורליכע און איז בלויז געוועהן כדי צו האלטען די יודען בדרך הישר, האט זיך דאס נאר געמאכט אין א"י אינ'ם אייבערשטער'ס וואוינונג. משא"כ אין חו"ל האט זיך בכלל נישט געמאכט קיין נגעי בתים אדער נגעי בגדים.
שמועסט ער ווייטער אויס דאס עס פעלט אפילו נישט אויס די תורה זאל דאס בפירוש ממעט זיין, וויבאלד עס האט נישט בפועל פאסירט, אבער למעשה איז דער דין אז אויך נגעי בגדים זענען נישט נוהג אין חו"ל. לפי"ז בלייבט שווער צו פארשטיין דער קרית ספר'ס קשיא, הלמאי ביי מרים איז דאך נאר געוועהן שייך נגעי אדם.

ווען מען קוקט אבער אריין אין אוה"ח (ויקרא י"ד ל"ד) שטייט אבער קלאר פארקערט. דארט פרעגט ער פארוואס די תוה"ק האט מסדר געוועהן דיני נגעים צום ערשט נגעי אדם, נאכער נגעי בגדים און צום סוף נגעי בתים. לכאורה, לויט די רייד פון חז"ל אז אין בעל הרחמים נוגע בנפשות תחלה, וואלט געדארפט זיין דעם סדר פארקערט?

נאר וויבאלד דיני נגעי בתים זענען הערשט אריין אין קראפט ווען די יודען זענען אריין אין א"י, האט די תורה פריער געוואלט לערנען די דינים פון נגעי אדם וועלכע זענען געוועהן נוגע גלייך דאן, און צום סוף דינים פון נגעי בתים וועלכע זענען נאר שייך אין א"י.

ואם תאמר אם כן היה לו להקדים נגעי בגדים לנגעי אדם ששניהם ישנם מיד ולהם ראוי להקדים כסדר מדת בעל הרחמים – איי זאל די תורה פריער שרייבען דיני נגעי בגדים וואס דאס איז יא געוועהן נוגע גלייך?

דערויף ענטפערט דער אוה"ח דאס וויבאלד די דינים פון נגעי בגדים זענען ענליך אין געוויסע פונקטען סיי צו נגעי אדם און סיי צו נגעי בתים, האט די תוה"ק עס געוואלט אריינשטעלען אינצווישען די ביידע. עס איז עכ"פ מפורש בדבריו הקדושים אז נגעי בגדים זענען יא אנגעגאנגען אין חו"ל, ולפי"ז שטימט גוט די קשיא פונ'ם קרית ספר.

[דער גאנצע שמועס איז ארויסגענומען פון א חורש"י שיעור ע"י הרב חיים קויפמאן זצ"ל.]
אטעטשמענטס
צרעת בגדים בחוץ לארץ.pdf
(155.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 86 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

שיין, ייש״כ הרב אנעים פאר׳ן אפשרייבן.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אוודאי האט געשריבן: שיין, ייש״כ הרב אנעים פאר׳ן אפשרייבן.


דער ריב"א און אזוי אויך דער חזקוני שרייבן אויך אז נגעי בגדים איז געווען אין מדבר.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9267
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער שיין אנעים.

אולי קען זיין אז עס איז פשוט נישט געוועהן קיין בתים און מדבר עס איז נאר געוועהן געצעלטען און א געצעלט קען מען נישט צוהאקען.
אדער קען זיין, אז מיט צדקניות איז דער באשעפער מדקדק כחוט השערה און די שטראף איז שטערקער.
אדער קען זיין ווי רש״י זאגט אז דאס איז נאר געוועהן צו ווייזען פאר די מרגלים די הארבקייט פון לשון הרע און אירע שטראפען.

כל זה בדרך אפשר ממש.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ די מגיבים.

מטעמים,
אויף נגעי בתים שטייט קלאר אין פסוק עס איז נאר אנגעגאנגען אין א"י. די שאלה איז אויף נגעי בגדים.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”