אבן יקרה האט געשריבן:
די "רב הראשי" פון די משטרה, האט געשריבן א גאנצע "תשובה" אויף די נושא. כדרכם פון די מזרחי רבנים, דאס איז ליצנות פון די הייליגע תורה, דורך די הייליגע תורה, מ'דרייט דאס וואו מען וויל. אבער איין זאך קומט קלאר ארויס פון די "תשובה", אז די קולר פון חילול שבת איז תלוי אויף די אלע צענדליגע טויזנטער וואס זענען דארט שבת אדער גלייך מוצ"ש.
די פייל איז צו גרויס אויף דאס ארויף בערנגען דא אהער.

אפשר א לינק?
איך האב עס באקומען אויף א pdf פייל. איך האב נישט קיין לינק.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע ווערטער: אבער איך האב עס גיהערט פון גאר א קראנטע מקור:
די רב הראשי די רב המשטרה אין די אלע אנדרע קלים וואס האבן זיך יעצט דערמאנט פון שב"ק מיינען בכלל נישט דעם שבת......!!
ס'איז אן אלטע פאליטיק וואס די ממשלה וויל אוועקנעמען די זכות ההדלקה פונעם באיאנער רבי שליט"א פונקט אזוי ווי זיי האבן מפקיע גיווען די הקדשות אין מירון פון די לעצטע פאר הונדרעט יאר, טאקע וועגן דעם איז מטעם הממשלה דא אן הדלקה שוין פאר אפאר יאר בראשית די רב הראשי גלייך נאך די צענטראלען הדלקה כדאי צו ווייזן אז זיי זענען די ריכטיגע בעלי בתים באתרא קדישא הדין.
ס'איז פארגעקומען די וואך מיטינגס אין שטוב פון די באיאנער רבי ווי די רב הראשי לירושלים און נאך גרויסע שישקעס האבן פראבירט איהם צו אפשטיפן ביז 4:00 פארטאגס מיט אלע מיני מיטלען, די רב הראשי האט אפילו מציע גיווען אז אויב מ'פאלגט איהם טרעט ער אפ דאס יאר פון זיין הדלקה... יא יא אוודאי פאר וועם זאל ער צינדען 5:00 פארטאגס זיינע חברה קומען קיין מירון ווען ס'איז זיי באקוועם....
די באיאנער רבי האלט זיך ביי זיינס אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו צינדען 12:45 ס'איז מער ווי כדאי שיעשו אז די באסעס זאלן פארן פון תל אביב נאכן זמן מוצש"ק קיין ירושלים אין פון דארטן אפנעמען די עולם אין ממשיך זיין קיין מירון.
איך מיין ח"ו נישט צו אוועקמאכן די אלע ערליכע רבנים וואס האבן געבעטן צו אפשטופן די הדלקה, איך רעד נאר פון די אלע קלים וואס ניצן שבת אלץ אן אמצעי צו רודערן אל לא דברים...
איינער האט געשריבען א מאמר אז מען דארף נישט מער און נישט ווייניגער אפשטיפען די הילולא אויף מאנטאג, והא ראי', אפילו די מדינה שטופט די חגא פון ה' אייר וועגן שבת... האט'ס הנאה
אבן יקרה האט געשריבן:
די "רב הראשי" פון די משטרה, האט געשריבן א גאנצע "תשובה" אויף די נושא. כדרכם פון די מזרחי רבנים, דאס איז ליצנות פון די הייליגע תורה, דורך די הייליגע תורה, מ'דרייט דאס וואו מען וויל. אבער איין זאך קומט קלאר ארויס פון די "תשובה", אז די קולר פון חילול שבת איז תלוי אויף די אלע צענדליגע טויזנטער וואס זענען דארט שבת אדער גלייך מוצ"ש.
די פייל איז צו גרויס אויף דאס ארויף בערנגען דא אהער.
אן זיך צי מתייחס זיין צי ווער עס האט געשריבען די תשובה און צי וואס ער האט געשריבען, לאמיר אליין דן זיין די שאלה, האלסטו נישט אז ס'דא א חשש פיקוח נפש? האמיר ליידער געהערט וואס איז ליידער געשעהן ביי די לויה פון הרב וואזנער, קוק וואס געשעהט כסדר אין להבדיל מעקא.
דאס הייסט אז איך פאר ארויס פון ירושלים צען אזייגער איז נישטא קיין שום חשש. אבער באמת האט עס נישט קיין הסבר, ווייל אויב איך פאר צי מירון מוצ"ש קומט אויס אז למפרע האט די פאליציי מחלל שבת געווען וועגן מיך, והדברים קשים להולמם, ווי איז שייך א גרם אויף וואס ס'שוין געווען?
לחם לשובע האט געשריבן:

באיאנעררבי שליט"א צינדט פערטל נאך איינס
ס'איז נישט א ענין פון גורם, און ס'האט נישט מיט פלפולי הלכה מיט לפני עוור וכיו"ב. ס'איז פשוט פראסט: וועגן דיר זענען זיי מחלל שבת, דו ביסט א שותף ממש אין דעם חילול שבת. קענסט נישט פארמאכן די אויגן און זאגן איך האב זיי נישט געבעטן. די מציאות איז, אז וועגן יעדע איינע וואס קומט, מוז מען נאך פאליציי זאלן שטיין אין אלע עקן אויף די וועג און דארטן אליין מאכן סדר, און פשוט מחלל שבת זיין אויף יעדע איינער וואס קומט, שלא לצורך פיקו"נ כלל. פשוט וועגן סדר.
הדלקה פון באיאנער רבי שליט"א דאס איז די עיקר הילולא פון די אר"י הקדוש וואס האט מייסד געווען די הילולא. דאווענען ביי ר' שמעון קענמען די גאנצע יאהר. ס'איז נישט אזוי ווי יעדע עליה לציון פון א רבי ביומא דהילולא דיליה וואס מ'קומט און מ'דאווענט און מ'ליינט קוויטלאך. ס'איז א יו"ט דארט. די הדלקה איז שוין דערמאנט הונדערטע יאהרן צוריק. די חת"ס אין די תשובה רעד בעיקר וועגן די הדלקה און די טאנצעריי ארום דעם.

זאגט נאר, איר האט דורכגעטון די הלכה אז איר פסק'נט מיט א פשטות אז מ'איז זיכער עובר, און זאגאר א שותף אין די חילולי שבת?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
יא. אסאך מערער פון דעם וועל איך אייך מגלה זיין. אין שבט הלוי איז דא א תשובה, ווי ער האט קלאר געפסקנט פאר איינער וואס האט נאנטע משפחה מחללי שבת רח"ל, און ס'איז ביי איהם געבוירן א קינד און שבת, און טאמער וואלט ער די ברית געמאכט בזמנו, דעמאלטס וועגן דעם וואלטן געקומען די משפחה אין שבת, מיט חילול שבת, און וואס ער האט נאר פראבירט זאלן זיי קומען פאר שבת אויף א גאנצע שבת אדער בכלל נישט קומען, איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. און רב וואזנר האט געפאסקנט קלאר אין דייטליך, אז די ברית מעג מען נישט מאכן שבת. מעג מען נישט מאכן א מצוה און פון צווייטן זייט שאפן א חילול שבת ביי א צווייטן. אזא חשובע מצוה ווי ברית בזמנו, זאל מען מדחה זיין און נישט מקיים זיין, ווייל יענער מחלל שבת מאכט מער חילול שבת וועגן דעם!!!! והדברים ק"ו בן בנו של ק"ו, אז אויף צו פארן צו די הילולא דרשב"י איז זיכער קיין היתר שבעולם נישט דא טאמער ס'איז מרבה חילול שבת וועגן דעם, דאס איז נישט גורם, דאס איז מתייחס צו דיר.
אבן יקרה האט געשריבן:
א. שער הכוונות פון רח"ו. און אין פיל ספרים. האט סתם אזוי דער הייליגער ריז'ינער געקויפט די זכות הדלקה לדורות עולם? ב. די חילול שבת איז נישט געטוהן סתם אזוי, ס'ווערט געטוהן צוליב די פולע טויזנטער וואס קומען אהן, הייסט דאס, יעדער איינער פון די טויזנטער איז מוסיף און מרבה חילול שבת, וואס ווייניגער מענטשן וועלן קומען, וועלן ווייניגער אידן מחלל שבת זיין. ג. ח"ד סי' קלה, ח"ט סי' רי.
א. האסט געזעהן די שער הכוונות אינעווייניג? אפשר ציטיר? די חת"ס האט חולק געווען אויפן אריה"ק? ב. די חילול שבת ווערט געטוהן אפילו איך וועל נישט פארן מוצ"ש און אפילו אויב קיינער גייט נישט פארן, ס'ווערט געטוהן צוליב זייער היערכות, און ס'נישט דומה צי די נידון פון די שה"ל וואס אויב ער וועט נישט מאכן די ברית וועט נישט זיין קיין חילול שבת.

א. יא, נישט פון יעצט. קוק אריין דרוש ל"ג בעומר. די חת"ס איז געווען שטארק מחולק אויף די מנהג. די אריה"ק האט נישט געהייסן אז מ'דארף אזוי טוהן. ב. די פרטים זענען נישט ריכטיג. טאמער די מאסן עולם וואלט נישט אנגעקומען אויף שב"ק און גלייך ביים זמן מוצש"ק, וואלט מען זיכער נישט געדארף פאליציי אויפ'ן ארט פאר מוצ"ש. זיי האבן וואס צו טוהן, זיי קומען נאר אויף מונע זיין טרעפיק'ס און מאכן ארדענונג אין די גאנצע ארום, בשעת ווען ס'איז דא צענדליגע טויזנטע מענטשן אויפן ארט און אויף די וועג מיט די פארקינג ארום. יעדע איינע פון די אלע צדיקים וואס קומען טראץ דעם אז זיי וויסן אז צוליב זיי קומען נאך פאליציי בעצם יום השבת און מאכן כל מיני חילולי שבת וועגן דעם וואס איז גראד נישט קיין פיקו"נ, איז וועגן די אידן. ס'איז פשוט אינגאנצן, אסאך מער פשוט פון די תשובות פון שבה"ל. דארטן וואלסט געקענט זאגן אז דו טוסט גארנישט, נישט וועגען דיר זענען זיי מחלל שבת, און טראץ דעם ער זאגט אז ס'איז א איסור גמור. כ"ש וכ"ש בן בנו של ק"ו אין די נידון. ס'איז א גרויסע תימה אויף די וואס גייט זיי גארנישט אהן אז צוליב זיי איז מען מרבה חילול שבת אהן קיין סיבה און פארוואס.