ליבערטי / יונייטעד רפואה העלט שעיר – אינשורענס אלטערנאטיוו
ליבערטי העלט שעיר איז א קריסטליכע העלט-קעיר שערינג ארגעניזאציע וואס שטעלט צו אן אלטערנאטיוו פאר העלט אינשורענס פאר אסאך ביליגער ($107 -$499 פער מענטש), עס ארבעט אז יעדער מעמבער צאלט א חודש'ליכע אפצאל וואס גייט אריין אין א שעירינג קאסע (ענליך צו ערבים, אבער דא צאלט מען יעדע חודש), און די בילס וואס קומען אריין ווערן באצאלט פון די קאסע. (אזוי ווי העלט אינשורענס נאר אן די עקזעקעטיוו'ס וואס דארפן מאכן מיליאנען יערליך..)
זיי האבן אויך א קליינע כמו-דידאקטיבל וואס מ'דארף קודם באצאלן פארן זיי בילן, און עטליכע קליינע טשארדזשעס אנהייב און יערליך.
פרי עקזיסטינג קאנדישן ווי אויך סמאוקערס און אנדערע וואס קענען פארשווערן זייער סיסטעם, נעמען זיי נישט אן, אבער האבן א סיסטעם דערפאר
זיי האבן 3 פלענער, זעט עטעטשט בקיצור די חילוקים און דא אויסגעשמועסט
זעט דא א ליסטע פון דאקטוירים אין אלע היימישע געגענטער מיט וועמען זיי האבן שוין געדילט, (Search by Zip Code).
ליינט דא א דיטעילד ריוויו http://clubthrifty.com/liberty-healthshare-review
Frequently Asked Questions
(עס איז דא נאך עטליכע אזאלכע שעירינג מיניסטרי'ס, ליבערטי זעט אבער אויס צו זיין די מערסטע פאפולער)
אבאמאקעיר עקזעמפט פונעם העלט-אינשורענס-חיוב נאר קאמפאניס עלטער פון 2000, און ליבערטי איז עלטער דערפון, לכן איז עס גאנץ טראסטבאר, געהערט אבער א איידיע צו זיין נאכמער פארזיכערט צו קויפן א פלאן מיט א הויכע דידאקטיבל פון א רעגולער העלט אינשורענס קאמפאני, איז מען פארזיכערט אויב די שעירינג ארג. קראכט אדער וויל/קען נישט באצאלן.
איך ווייס אז אידן נוצן עס, אויב האט דא איינער פערזענליכע עקספיריענס ביטע זיך לאזן הערן.
אויך וויל איך הערן לגבי די קריסטליכע חלק אויב האט איינער געפרעגט דעת תורה דערוועגן, (געהערט אז מאנכע האבו זיי פארגעשלאגן ארויסצונעמען א קריסטליכע ליין פונעם אגרימענט אויב מ'ברענגט זיי א געוויסע צאל מעמעבערס, האט איינער אינפא דערוועגן?)
- אטעטשמענטס
-
- Liberty.png (143.13 KiB) געזען 18254 מאל