לענדינג קלאב/פראספער - רבית ביי א ספק/קבוע

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

לענדינג קלאב/פראספער - רבית ביי א ספק/קבוע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאר א 2-3 יאר צוריק האב איך געקלערט עפענען אן אקאונט ביי לענדינג קלאב.
איז מיר איינגעפאלן א שאלה אויב איך מעג:
איך ווייס דאך נישט אויב די לוה (וה"ה המלוה) איז א איד און מ'טאר אים נישט לייען אויף רבית. איי רוב, אפשר הייסט ער קבוע?
האב איך געפרעגט א מורה הוראה מובהק. נאכ'ן אריינטראכטען איז געווען זיין מסקנא* אז בעסער נישט.
(ער האט געהאט צדדים אז ס'זאל זיין מותר, בפרט אויב מ'לייט פאר איינער אין א שטאט (STATE) ווי ס'דא ווייניג אידן. אויך האט ער געוואלט מ'זאל צושרייבן ערגעץ אז ס'זאל זיין לויט היתר עיסקא.)

שפעטער האב איך געזען אין בית אהרן וישראל א שמועס וואס רירט אן די זעלבע נקודה, לגבי ארבעטן מיט אן אומבאקאנטן וואס איז אין אן אנדער פלאץ וואו דארט איז שבת און דו ווייסט נישט אויב ער איז א איד.

וואלט געווען אינטערסאנט אויב האט איינער נאך ידיעות איבער דעם.

*נישט סומך זיין אויף מיר למעשה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גייט נישט די הלוואה און די ריבית דורך א שליח? אויב יא איז דאך דא דעם באקאנטן היתר פון רש"י/רמ"א אז אין שליח לדבר עבירה!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איך קען נישט די הלכות און לא הביישן למד. ס'זעהט מיר אויס פונעם באר היטב דארט אין סימן ק"ס סקי"ד (בשם הב"ח או הש"ך) אז די היתר גייט נישט אן ביי א שליח גוי

וזה לשונו:
מיהו דוקא כששולח ע"י ישראל אבל ע"י עובד כוכבים אסור דלא שייך לומר אין שליח לדבר עבירה הואיל ואין העובד כוכבים עובר בשליחותו כי אין איסור לבני נח ברבית
לעצט פארראכטן דורך להודות אום דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ואין נכרי נעשה שליח
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

האסט א גוטע קשיא אבער אזוי שטייט אין ש"ע ונו"כ

(ערגעץ אין די נו"כ שטייט דארט אז לויט רש"י איז יא נעשה שליח)
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

עיין ב"מ עא: סיפא לחומרא. שלחומרא יש שליחות לעכ"ם מדרבנן, ונחלקו רש"י ור"ת שרש"י סובר שכן נשאר למסקנא ור"ת סובר שלמסקנה אין שליחות.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”