לענדינג קלאב/פראספער - רבית ביי א ספק/קבוע
פאר א 2-3 יאר צוריק האב איך געקלערט עפענען אן אקאונט ביי לענדינג קלאב.
איז מיר איינגעפאלן א שאלה אויב איך מעג:
איך ווייס דאך נישט אויב די לוה (וה"ה המלוה) איז א איד און מ'טאר אים נישט לייען אויף רבית. איי רוב, אפשר הייסט ער קבוע?
האב איך געפרעגט א מורה הוראה מובהק. נאכ'ן אריינטראכטען איז געווען זיין מסקנא* אז בעסער נישט.
(ער האט געהאט צדדים אז ס'זאל זיין מותר, בפרט אויב מ'לייט פאר איינער אין א שטאט (STATE) ווי ס'דא ווייניג אידן. אויך האט ער געוואלט מ'זאל צושרייבן ערגעץ אז ס'זאל זיין לויט היתר עיסקא.)
שפעטער האב איך געזען אין בית אהרן וישראל א שמועס וואס רירט אן די זעלבע נקודה, לגבי ארבעטן מיט אן אומבאקאנטן וואס איז אין אן אנדער פלאץ וואו דארט איז שבת און דו ווייסט נישט אויב ער איז א איד.
וואלט געווען אינטערסאנט אויב האט איינער נאך ידיעות איבער דעם.
*נישט סומך זיין אויף מיר למעשה.