סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: איך וועל דא בס"ד ארויף ברענגען בילדער פון נאך א חתונה וועלכע איז פארגעקומען אין לוגאנא מיט אפאר יאר שפעטער.
די חתונה פון הגאון ר' משה אורי שלעזינגער שליט"א פון לונדון ראה"כ דקיט"ל דסאטמאר
זוהן פון הגאון הגדול ר' אליקים שליט"א ראש ישיבת הרמה
עב"ג טאכטער פון הגאון ר' חיים אריה ערלאנגער זצ"ל פון לוגאנא
די חתונה איז פארגעקומען אין תש"כ מיט באטייליגונג פון דער מרא דאתרא דער ראחוב'ער רב זי"ע, און לונדונער רב בעל חשב האפוד זצ"ל און נאך אסאך געסט.
בילד 1#
ווערט געזעהן ראחוב'ער רב זי"ע
דער חתן
און הרה"ח ר' משה שלאס ע"ה פון לונדון וואס איז געווען א עד קידושין.
די חתונה איז זיכער נישט פארגעקומען תש"כ. אפשר תש"ל.
ר' אליקים זז"ג האט ערשט חתונה געהאט [עם בת ר' משה בלויא ז"ל] ארום תש"ה, אין דער זון דער חתן הייסט נאכ'ן זיידע וואס איז אוועק סיון תש"ו, קען עס נישט זיין תש"כ זאל ער שוין חתונה מאכן דאס קינד [תש"כ קען ער נישט זיין קיין 14 יאהר...].
הגה"צ ר' משה שלאס וואז מ'זעהט אין דעם בילד, איז געווען ארום די ל' יאהרן, צוזאמען מיט הגרי"ט ווייס שליט"א ר"מ בישיבה הרמה לאנדאן. תש"כ איז ער נאכנישט געווען דארט.