דאס שטעטעלע 'לוגאנא' אין שווייץ און איר קהילה
יעדעס מאהל וואס זיי הערן נאר דעם נאמען לוגאנא.
א שטאט מיט גאר א רייכע היסטאריע, פון אמאליגע חסידישע אידען מיט א געשמאקן טעם.
דער ערשטער רב הגה"ק ר' שלמה זלמן פריעדמאן זצ"ל, מיט זיין דור פון די בליעהנדיגע שטאט.
און יבלחט"א דער רב שליט"א כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א - כעת בעיה"ק צפת, מיט די לעצטע שקיעה יארן.
אויף אלעס איז דא א געוואלד.
אינטערסאנט איז, אז אלע וואס שטאמען פון דעם שטאט האבן צו איר זעהר א שטארקע געפיהל [ואני הקטן בתוכם...]
איך האב זיך לעצטנס אביסל גענומען צו די ארבעט, צוזאצונעמען אביסל אלטע בילדער, דאקומענטן, זכרונות וויפיל מעגליך.
איך וועל בל"נ שטייטלעך משך די צייט ארויפברענגן דא אויפן אשכול וואס נאר מעגליך.
און איך בעהט פון יעדער וואס האט נאר סיי וועלכע בילדער, דאקומענטן, זכרונות און ידיעות איבער דעם שטאט, זאל אדער אהער ברענגן אדער שיקן אין אישי. ייש"כ.