היימישע פלעי'ס - ליסטע
אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
און ווער איז די פראנצויזער קריגס מיניסטר??
יאפ! מרדכי הערש הערשקאוויטש!!
יאפ! מרדכי הערש הערשקאוויטש!!
ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
- פריפאנטעין
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 258
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:45 am
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
איז דא ערגעץ וואו מען קען דינגען אנליין סטרימינג אויף די 'ווארשע שפיל'?
- איידל און באחיינט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
עס איז נישט דערמאנט געווארן דער שפיל א בליק אויף צוריק - תשנ׳׳ד טאקע אביסל צו שטייט פאר די היינטיגע נערווען אבער פאר אוהבי אידישע שפילן איז דאס א שיין שטיקל
יוסי פרענקעל - שפילט דער רב לייגט עס פיין אראפ די אויפנאמס דרשה ווי אזוי ער גלעט זיין בארד בכלל האט ער דארט זייער אן איידעלע צורה
יוסף ניימאן - וואס פירט אויך אן דעם שפיל (שפילט אויך אויף די ענגלישע שפאנישע אינקווזיציע)שפילט נישט עפעס אויסנאם אויך אביסל קארני ווי אזוי ער זויפט א גאנצע צייט אבער נאך אלס א גוטע שפילער (אוועק מאכן מיט די האנט קאסט נישט קיין געלט)
יצחק ליטשפילד - זייער גוט, עס שטייט זייער גוט אויף אים די דינערדיגע שטימע אבער מיין פעווריט עקט פון אים איז נאך אלס גאוו. פערדינאנד
יוסף יושע ראטה - מיין באליבטע עקטער הערליך שיין אראפגעשפילט דער הארציגער קעניג
קאפי - פאר די וואס גלייכן אים איז דאס א שיין שטיקל קומט ארויס זייער שטארק אפאר מאל א שטייגער ווי אויף אונטערען קעניגרייך
שאול עלבויגן ע׳׳ה - א קנאק פון אן עקט אזוי זיס ווי ער חזנותעט ביי בייכלין אין קאבינענט
ראש הקהל, און די רב פון קארדאווא און די אנדערע שפילערס הערליכע הארציגע שפיל
און לאמיר נישט פארגעסו פון די קאמעדיע סין ווי קאפי וויל נעמען זיין ברודער שאול פאר אן איידעם
נאכאמאל מען דארף האבן נערווען דערצו בפרט אז מערוקט זיך נישט ארום אסאך אויפן סטעידזש

- אטעטשמענטס
-
- 2021-06-28-19-38-14.jpg (414.07 KiB) געזען 3645 מאל
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
פריפאנטעין האט געשריבן: איז דא ערגעץ וואו מען קען דינגען אנליין סטרימינג אויף די 'ווארשע שפיל'?
גא"מ
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
איידל און באחיינט האט געשריבן: עס איז נישט דערמאנט געווארן דער שפיל א בליק אויף צוריק טאקע אביסל צו שטייט פאר די היינטיגע נערווען אבער פאר אוהבי אידישע שפילן איז דאס א שיין שטיקל
יוסי פרענקעל - שפילט דער רב לייגט עס פיין אראפ די אויפנאמס דרשה ווי אזוי ער גלעט זיין בארד בכלל האט ער דארט זייער אן איידעלע צורה
יוסף ניימאן - וואס פירט אויך אן דעם שפיל (שפילט אויך אויף די ענגלישע שפאנישע אינקווזיציע)שפילט נישט עפעס אויסנאם אויך אביסל קארני ווי אזוי ער זויפט א גאנצע צייט אבער נאך אלס א גוטע שפילער (אוועק מאכן מיט די האנט קאסט נישט קיין געלט)
ליטשפילד - זייער גוט, עס שטייט זייער גוט אויף אים די דינערדיגע שטימע אבער מיין פעווריט עקט פון אים איז נאך אלס גאוו. פערדינאנד
יוסף יושע ראטה - מיין באליבטע עקטער הערליך שיין אראפגעשפילט דער הארציגער קעניג
קאפי - פאר די וואס גלייכן אים איז דאס א שיין שטיקל קומט ארויס זייער שטארק אפאר מאל א שטייגער ווי אויף אונטערען קעניגרייך
שאול עלבויגן ע׳׳ה - א קנאק פון אן עקט אזוי זיס ווי ער חזנותעט ביי בייכלין אין קאבינענט
ראש הקהל, און די רב פון קארדאווא און די אנדערע שפילערס הערליכע הארציגע שפיל
און לאמיר נישט פארגעסו פון די קאמעדיע סין ווי קאפי וויל נעמען זיין ברודער שאול פאר אן איידעם
נאכאמאל מען דארף האבן נערווען דערצו בפרט אז מערוקט זיך נישט ארום אסאך אויפן סטעידזש
- אטעטשמענטס
-
- Cover.jpg (18.82 KiB) געזען 3695 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- איידל און באחיינט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm
- איידל און באחיינט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm
- Borough Park
- שר האלף
- תגובות: 1544
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
איינער ווייסט ווי איך קען פארשאפן די עינגלישע פלעי ספאנישע אינקוויזיציה?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
#1 never quit
#2 always remember rule #1
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2629
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
Borough Park האט געשריבן: איינער ווייסט ווי איך קען פארשאפן די עינגלישע פלעי ספאנישע אינקוויזיציה?
https://www.eichlers.com/the-spanish-in ... nv01x.html
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
- Borough Park
- שר האלף
- תגובות: 1544
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:Borough Park האט געשריבן: איינער ווייסט ווי איך קען פארשאפן די עינגלישע פלעי ספאנישע אינקוויזיציה?
https://www.eichlers.com/the-spanish-in ... nv01x.html
Thanks
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
#1 never quit
#2 always remember rule #1
- איידל און באחיינט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
לענגערע אנאליז אויפן שפיל על נהרות בבל
סוכות תשנ׳׳ב ב׳נציון ל׳עבאוויטש פ׳ראדאקשען (בעיסוואטער) סקריפט און דירעקשאן: משה פר׳׳מ מי הוא זה? גראמען: פינקי און יקיר.
ירמי-ה הנביא - קאפי עלבויגן
קעניג & טאטע. - ישעי׳ פערל
יונתן - יצחק ליטשפילד
ברוך בן נרי-הו - אייזיק האניג
חנני׳ - יוסי פרענקעל
שפטי׳ - נבוזראדן - מנחם יושע ראטה
שמש - משה יושע פליישמאן
חזן - סעילעד - ארי עלבויגען
יעקב - אדיל - וועוועל גאלדשטיין
חיים - (מעיק אפ) - שמואל צבי ראזנער
קינד & קרוין פרינץ - מאיר מרדכי אונגאר
מוזיק: אבי שעהרמאן - מי הוא זה? לייג צו
ירמי-ה הנביא - קאפי עלבויגן
קעניג & טאטע. - ישעי׳ פערל
יונתן - יצחק ליטשפילד
ברוך בן נרי-הו - אייזיק האניג
חנני׳ - יוסי פרענקעל
שפטי׳ - נבוזראדן - מנחם יושע ראטה
שמש - משה יושע פליישמאן
חזן - סעילעד - ארי עלבויגען
יעקב - אדיל - וועוועל גאלדשטיין
חיים - (מעיק אפ) - שמואל צבי ראזנער
קינד & קרוין פרינץ - מאיר מרדכי אונגאר
מוזיק: אבי שעהרמאן - מי הוא זה? לייג צו
הייבט זיך אן מיט א שיינע ניגון קאמפאזירט דורך שלמה פערל (ער האט אויך קאמפאזירט ׳׳למען אחי׳׳ וואס מען זינגט ביי די פיינעלי פון בוסתנאי און דעם באקאנטן ׳׳ובנה׳׳ ער זינגט עס ביי גראף פאטאצקי - לייג צו)א גאנצע קוויער זינגט עס, עס שטארט שטארק ארויס קאפי און אייזיק האניג׳ס שטימע.
ערשטע סצענע - א איד ביי תיקון חצות
היינט וואלט דאס געווען א בלויזע אטסייד סין.
די ווידעא הייבט זיך מיט די קעמרע אריינזאמענדיג אין די הייצונג - קען זיין פר׳׳מ פאטאגרעפי האלט אז דאס איז ארטיסטיש אדער איז דאס געווען א מאסיווע פראפ בזמנים האלו.
זיי וואלטן געמעגט מאכן אז די זון גיסט זיך אפ נעגל וואסער.
די טאטע זינגט אויף א ניגון וואס האט מער ווייניגער איין פאל - לייג צו פון וואו דאס קומט .
צווייטע סצענע - אין בית מדרש
גאנצע סצענע געט דעם געפיל פון אן אמאליגע ווערטשאפט.
אויפן טעיפ איז דא א שטיקל ווי חנני׳ מאכט א ווערטעל מיט׳ן שמש.
וועלוועל גאלדשטיין מאכט א זיסען ארץ ישראלדיגען אקצענט.
ברוך זינגט מיט אזא נעימות׳דיגן ניגון די פרשה פון כי תוליד.
מען זעט שוין א טראפ חנני׳ס כאראקטער מיטען פרעגן פארוואס מען דארף אזויפיל חזר׳ן דברי תוכחה, אויך פריער ווי ער רייסט אראפ דעם קעניג אז ער איז זיכער געשלאפן א גאנצען טאג.
עס איז מיך אביסל אינטרעסאנט ווי ירמי׳ זאגט וואס שטייט אין חז׳׳ל אז ונושנתם באטרעפט דעם מספר ווי לאנג אידן זענען געווען אין א׳׳י ביזן חורבן בית הראשון, וואס לכאורה אזא סארט רמז זאגט מען נאר אויף צוריק, נאכדעם וואס עס האט ווירקליך אזוי פאסירט? (קען זיין פשוט געוואלט אריינליין ווי מער דברי חז׳׳ל)
זיס ווי דער שמש שטייט מיטען גרויסען פען און זאגט ס׳שטימט.
עס איז זייער שיין צוזאמגעשטעלט אז נאך די דברי תוכחה לערנט ירמי׳ די פרשה בצר לך וואס ברענגט ארויס די כח התשובה, וואס דאס ברענגט ארויס דעם חלק אז ירמי׳ איז ח׳׳ו נישט געווען סתם א שווארץ קוקער נאר ברענגט אויך ארויס די גוטע חלקים.
קען איך נישט די ניגון וואס ירמי׳ זינגט. לייג צו
פאסט נישט אזוי שטארק אז ירמי׳ האט נישט באצאלט אלע צוה לברכם׳ס, און אויך אז דער שמש רעדט צו אים פער די.
זייער אויטענטיש ווי חיים גלייבט נישט ירמי׳ס נבואה און יעקב באשייגעצט אים, אזוי ווי עס איז טאקע געווען אז אסאך האבן נישט געגלייבט די נביאות׳ן.
אביסל מאדנע אז די קעניג איז שוין און שול און ווייל ער איז מיד גייט מען דאווענען, אויך זעט יונתן אויס ווי א משגיח אין ישיבה וואס טרייבט דעם עולם צו גיין דאווענען.
מען פירט זיך אויף צו ירמי' אין ביהמ''ד ווי צו א שיינע איד און נישט ווי צו א רבי, וואס לכאורה איז דאס געווען די שטאנד פון א נביא.
די קאמעדי איז ריזיג.
די געדאנק אז צוויי מענטשן רעדן צוזאמען און יעדער רעדט פון עפעס אנדערש - אזוי ווי דא ווי מ׳טענה׳ט זיך צו חברה קדישא אדער חזן - נוצט מען אסאך מאל (אונטערען שטעטעל: לאצי רעדט פון א בימה און דער רה׳׳ק רעדט פון אן אלטע איד. לעצטע געדאנק: זעמל רעדט פון טאנצעלס און קאפי רעדט פון זיין צווילינג. לייג צו)
המשך יבא....
- אטעטשמענטס
-
- על נהרות בבל.jpg (431.18 KiB) געזען 3439 מאל
-
- על נהרות בבל.jpg (431.18 KiB) געזען 3440 מאל
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
איידל און באחיינט האט געשריבן: [הייבט זיך אן מיט א שיינע ניגון קאמפאזירט דורך שלמה פערל ( ער האט אויך קאמפאזירט ׳׳למען אחי׳׳ וואס מען זינגט ביי די פיינעלי פון בוסתנאיאון דעם באקאנטן ׳׳ובנה׳׳ ער זינגט עס ביי גראף פאטאצקי - לייג צו)
די ניגון למען אחי ורעי איז נישט קארילבאך ?
Re: יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
עירמאנט'ער האט געשריבן: בין איך זייער נייגעריג צו וויסן פון וואנעט קומט דער ניגון וואס יוסף זינגט ביי מאמע רחל"ס קבר.
נישט די ווערטער נאר דער ניגון
ווייסט איינער?
איז עס די זעלבע ניגון?
viewtopic.php?p=2055931#p2055931
למען לא ניגע לניק (ליפא)
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
איידל און באחיינט האט געשריבן:לענגערע אנאליז אויפן שפיל על נהרות בבל
הייבט זיך אן מיט א שיינע ניגון קאמפאזירט דורך ישעי פערל (ער האט אויך קאמפאזירט ׳׳למען אחי׳׳ וואס מען זינגט ביי די פיינעלי פון בוסתנאי און דעם באקאנטן ׳׳ובנה׳׳ ער זינגט עס ביי גראף פאטאצקי - לייג צו)א גאנצע קוויער זינגט עס, עס שטארט שטארק ארויס קאפי און אייזיק האניג׳ס שטימע.
המשך יבא....
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2515
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
סענסיטיוו האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן: בין איך זייער נייגעריג צו וויסן פון וואנעט קומט דער ניגון וואס יוסף זינגט ביי מאמע רחל"ס קבר.
נישט די ווערטער נאר דער ניגון
ווייסט איינער?
איז עס די זעלבע ניגון?
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2055931#p2055931
קענט איר ביטע איבעררלייגן דעם לינק
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
Re: יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
עירמאנט'ער האט געשריבן: קענט איר ביטע איבעררלייגן דעם לינק
עס איז א לינק צו דאהי אין אייוועלט, ווי מ'רעדט איבער די ניגון "טייערע מאמע מיינע" פונעם טעיפ עוד יוסף חי, איז עס דער זעלבע ניגון פון יוסף שפיל? אויב יא - עי"ש ותמצא נחת.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2515
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
סענסיטיוו האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן: קענט איר ביטע איבעררלייגן דעם לינק
עס איז א לינק צו דאהי אין אייוועלט, ווי מ'רעדט איבער די ניגון "טייערע מאמע מיינע" פונעם טעיפ עוד יוסף חי, איז עס דער זעלבע ניגון פון יוסף שפיל? אויב יא - עי"ש ותמצא נחת.
ישר כח
דיין לינק איז פיין.
דער לינק צום ניגון ארבעט מיר נישט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1436
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
Re: יוסף שפיל חול המועד פסח תשנ"א
עירמאנט'ער האט געשריבן:סענסיטיוו האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן: קענט איר ביטע איבעררלייגן דעם לינק
עס איז א לינק צו דאהי אין אייוועלט, ווי מ'רעדט איבער די ניגון "טייערע מאמע מיינע" פונעם טעיפ עוד יוסף חי, איז עס דער זעלבע ניגון פון יוסף שפיל? אויב יא - עי"ש ותמצא נחת.
ישר כח
דיין לינק איז פיין.
דער לינק צום ניגון ארבעט מיר נישט
דער יעקב תלמוד לינק - איז צובראכן
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
מקווה איד האט געשריבן:איידל און באחיינט האט געשריבן:לענגערע אנאליז אויפן שפיל על נהרות בבל
הייבט זיך אן מיט א שיינע ניגון קאמפאזירט דורך ישעי פערל (ער האט אויך קאמפאזירט ׳׳למען אחי׳׳ וואס מען זינגט ביי די פיינעלי פון בוסתנאי און דעם באקאנטן ׳׳ובנה׳׳ ער זינגט עס ביי גראף פאטאצקי - לייג צו)א גאנצע קוויער זינגט עס, עס שטארט שטארק ארויס קאפי און אייזיק האניג׳ס שטימע.
המשך יבא....
ביזט זיכער אז 'על נהרות בבל' האט ישעי' פערל געמאכט?
אייביג געמיינט אז עס איז אן אלטע ניגון. אויך האב איך נישט געוויסט אז ישעי' פערל קען מאכען אזעלכע הארציגע ניגונים.
- איידל און באחיינט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
סקרינשאט פונעם די ווי די
Re:
גאלדגרוב האט געשריבן: יוסף שפיל חוהמ''פ פסח תשנ''א איז געווען יוסף: חיים נחום אורי גראס. יעקב: ישעי' פערל. יחצל אוו מחמוד: ליפא שטויבער. עבדול: וועלוול גאלדשטיין. ראובן: קאפי עלבויגן, אויך תשס''ו. וכו' וכו'. יוסף שמואל פרענקל איז געווען שמעון ביי דעי פלעי און אויך תשס''ו.
מען קען באקומען די רעקארדינגס פון די פלעי?
Re: Re:
האלבע שיך האט געשריבן:גאלדגרוב האט געשריבן: יוסף שפיל חוהמ''פ פסח תשנ''א איז געווען יוסף: חיים נחום אורי גראס. יעקב: ישעי' פערל. יחצל אוו מחמוד: ליפא שטויבער. עבדול: וועלוול גאלדשטיין. ראובן: קאפי עלבויגן, אויך תשס''ו. וכו' וכו'. יוסף שמואל פרענקל איז געווען שמעון ביי דעי פלעי און אויך תשס''ו.
מען קען באקומען די רעקארדינגס פון די פלעי?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.
אפיציעלע לעצטע תגובה
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.
אפיציעלע לעצטע תגובה
Re: Re:
Thank you האט געשריבן:האלבע שיך האט געשריבן:גאלדגרוב האט געשריבן: יוסף שפיל חוהמ''פ פסח תשנ''א איז געווען יוסף: חיים נחום אורי גראס. יעקב: ישעי' פערל. יחצל אוו מחמוד: ליפא שטויבער. עבדול: וועלוול גאלדשטיין. ראובן: קאפי עלבויגן, אויך תשס''ו. וכו' וכו'. יוסף שמואל פרענקל איז געווען שמעון ביי דעי פלעי און אויך תשס''ו.
מען קען באקומען די רעקארדינגס פון די פלעי?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False
יישר כח גדול.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4256
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: היימישע פלעי'ס - ליסטע
וואלט געווען כדאי א באזינדערע אשכול מיט פלעיס / סקיטס וואס עס איז ארויסגעקומען במשך די יארן בחינם ללא חשש גניבה. א שטייגער וואו די מונקאטשער סקיטס צו אנדערע קעמפ פלעיס וואס די קעמפ איז מסכים מען זאל עס ארויסגעבן
איז שוין דא אזא אשכול ?
איז שוין דא אזא אשכול ?