דריי הערות אויף די ליסטע: 1. סי געווען אויך מכירת יוסף פון נייטרא אין זאל 'בית רחל' אין תשט"ז (מהאט דארט געזאגט טרוף טורף אבער יוסף האט דורכגעלעבט זיכער ביז יאר תשמ"ו וואס דעמאלטס מהאט ארויס גענומען די ביכל מיט די סקריפט וואס דארט שטייט בפירוש, יוסף: ר' ברוך אייזנבערגני"ו), פון די פיל האב איך קיינמאל נישט געזעהן בילדער, אויב איינער האט, זאל ער עס סערווירן צום טיש... 2. די ערשטע שפיל פון די שפאנישע אינקוויזיציע איז געווען מיין איך אינמיטן וווינטער (עפעס שבט) תשל"ח. 3. די באבוב'ע שפיל פון מכירת יוסף איז געווען פורים תש"ם.
אברהם אלבוים האט געשריבן:
ווער האט געמאכט די פלעי "איבער די סמבטיון"?
איבער די סמבטיון האט געמאכט באבוב אין חול המועד איך ווייס נישט וועלעכע יאר און וועלעכע חול המועד צו פסח צו סוכות
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?!(מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)