דילעמעס פון א מגיה

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עפען א יודישע ווערטער בוך!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

בראשית ברא האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן:
כוכבי לכת האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן: ...האב איך דערזען אז סטוהטזיך דא אפ א שטיקל צומישעניש, ...כ'האב מיר אומגעקוקט זייער צווייפילהאפטיגאויף די גאנצע פארשעריי איבער די אידישע גראמאטיק. ...און אינטערןרושם פון דעם צומישעניש, ...אונזער חשובעמגיה מיטן ניק מגיה, ...ווער ס'האט נישט קיין געדולטדערצו מוז זיך בכלל נישט אריינטוהן דערין.

וכו'

יישר כח פארן מאכן אויפמערקזאם.
אפשר וואלסטו געקענט זיין אזוי גוט, און אנווייזן וויאזוי דען דארף מען צו שרייבן די אלע ווערטער וואס דו האסט אנגעצייכענט אלץ נישט ריכטיג?, (נאר די ווערטער וואס איך האב דא ציטירט).

קענסט רואיג מפענח זיין דעם וכו'וואס דו האסט געשריבן, כ'האב זייער הנאה ווען מען פארבעסערט מיר. מיט דאנק פון פאראויס.

ס'טוט
צווייפלהאפטיג
אונטערן
חשוב'ע
חשוב'ער

געדולד
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איטשע האט געשריבן: עפען א יודישע ווערטער בוך!

מעגליך איר זענט גערעכט, אבער די ראיה פון 'קארעקט' איז אומקארעקט.

קארעקט איז פארשטייט זיך אן אידישע ווארט, אבער דאס מיינט נישט אז א מגיה גייט ווערן 'קארעקטאר'.

אין ענגליש ווערט פון קארעקט קארעקטאר, און אין אידיש ווערט עס קארעגירער וואס קומט ווארשיינליך אויך פון קארעקט
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

what's up? וואס טוט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

"יעדער האט זיך זיינע ארויפס און אראפס," האט געשריבן דער שרייבער.

ווי איך בין מגיה די ווערטער, ווערט מיר קלאר אז יענער האט מסתם איבערגעזעצט פון ענגליש (everyone has their ups and downs). אבער פארוואס בארגן ווערטער וואס געבן איבער די כוונה פון די ווערטער אויף א שטומפיגן אומפליסיגן אופן, ווען אידיש האט ב"ה גענוג אייגענע ווערטער. וואס איז שלעכט מיט "יעדער גייט דורך גוטע און שווערע צייטן" אדער "יעדן גייט אמאל בעסער און אמאל ערגער", אדער אנדערע אופנים וויאזוי מ'קען זאגן די זעלבע זאך, נאר שענער, קלארער, און טאקע אידיש, אנשטאט ענגלידיש.

עס איז דא אמאל ווען up and downדארף מען יא איבערזעצן "ארויף און אראפ", למשל אויב עס רעדט זיך אז יענער איז געגאנגען "ארויף און אראפ" די טרעפ, אדער ווען יענער האט זיך געדרייט "ארויף און אראפ" אין צימער (אדער "אהין און צוריק"). עס ווענדט זיך אלץ וואו דער אייזל שטייט איין, און דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס דער בעל מגיה דארף האלטן אפן זיינע אויגן.

צו איבערצוגעבן דעם באדייט פון ווערטער אין אנדערע שפראכן קען מען נישט סתם טרענסלעיטן, נאר מ'דארף איבערזעצןאון איבערגעבן די ווערטער און כוונה אויפ'ן ריכטיגן אופן לויט יענעשפראך.

פון די גוטע ביישפילן קען מען טאקע ניצן דאס ווארט וואס דער שרייבער האט דא געוואלט איבערזעצן. דאס ענגלישע ווארט upאיז פון די באקאנטע ווערטער וואס קען האבן אומצאליגע באדייטן (עס קען זיין א זאך-ווארט, טאט-ווארט, שילדערונגס-ווארט, אדווערב, אדער פרעפאזיציע), געוואנדן לויט ווי דער אייזל שטייט איין.

איך וועל דא ברענגען עטליכע דוגמאות וואו דאס ווארט ווערט גענוצט און ביי יעדע פון זיי צושרייבן אויך א אידישע איבערזעצונג (איך וועל שרייבן בלויז איין אופן, אבער אפט קען די גענויע כוונה זיך ווענדן לויט די ארומיגע ווערטער):

coming up– עס קומט אויף

write up– אפשרייבן

i'm up– איך בין אויף/וואַך

i'm upfor – כ'בין גרייט פאר...

call up– רוף אן

upfor renewal – צייט צו באנייען

lock up– איינשפאַרן

upabove – אויבן אין הימל

clean up– אפרייניגן

up-and-coming – אויפגייענדיגע

look up– אויפזוכן / ארויפקוקן

mess up– קאליע מאכן / באלאגאן

mix up– פארמישן

wake me up– וועק מיך אויף

warm up– אנווארעמען

upto – ביז

upto it – גרייט דערויף / האלטן דערביי

dry up– אויסטריקענען

taking up– אויפנעמען

shut up– שווייג / זיי שטיל!

נו, what's up? – וואס הערט זיך? כאפסט די נקודה? יעצט שטעל דיך פאר אויב דער אידיש שרייבער זאל שטענדיג איבערזעצן דאס ווארט upמיט " ארויף"'. די ליינערס וואלטן זיכער געווען upin arms, זייער גערעגט, און וואלטן טאקע געהאט, ווי יענער זאגט, אסאך " ארויפס און אראפס"...
אקעי, ס'ווערט שפעט, !time is up, צייט צו גיין!
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

מגיה האט געשריבן: "יעדער האט זיך זיינע ארויפס און אראפס," האט געשריבן דער שרייבער.

זעהר שיין ארויסגעברענגט, אבער לשיטתך ביסטו דיך סותר, דו שרייבסט: געוואנדן לויט ווי דער ״אייזל״ שטייט איין.
דו ניצט דעם מליצה פון ״חמר״ וואס אין לשה״ק איז דאס א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז דאס אזוי ווי יענער שרייבט ״ארויף און אראפ׳ס...
לחידודי בעלמא
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

חיי אריכי האט געשריבן: זעהר שיין ארויסגעברענגט, אבער לשיטתך ביסטו דיך סותר, דו שרייבסט: געוואנדן לויט ווי דער ״אייזל״ שטייט איין.
דו ניצט דעם מליצה פון ״חמר״ וואס אין לשה״ק איז דאס א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז דאס אזוי ווי יענער שרייבט ״ארויף און אראפ׳ס...
לחידודי בעלמא

צו דארפן מסביר זיין א שטיקל שריפט קען אוועקנעמען פון דעם טעם, אבער לאמיר עס ניצן אלס נאך א ביישפיל ווי ביים שרייבן דארף מען וויסן וואס יא און וואס נישט, וואס איז מוסיף און וואס איז גורע.

איך האב דוקא געטוישט פון די געווענליכע 'חמר' צו 'אייזל' כדי צו באווירצן און אביסל 'אויפפרישן דעם פנים' פון דעם גאר באקאנטן און אויסגעדראשענעם "ווענדט זיך וואו דער חמר שטייט איין". אן אויסדרוק אדער פראזע וואס איז שוין גענוצט געווארן ביז עס קריכט פון דער נאז הייסט א קלישע און גוטע שרייבערס וועלן דאס פרובירן אויסמיידן, ווייל עס איז אומאינטערעסאנט און דוקא לאנגווייליג.

איין ביישפיל איז, מענטשן טענה'ן זיך אסאך און נאטירליך באקומט מען אפט אן ענטפער שלא מן הטענה, איז אין אזא פאל פאסיג און נוצבאר די ווערטער פון דער גמרא "טענו בחטין והודה לו בשעורים" וואס קען דינען אלס פיינע מליצה. אבער וויבאלד דאס איז שוין אזויפיל גענוצט געווארן (איבערהויפט זינט די נאכאנאנדע שמועסן און טענה'רייען אויף וואטסעפ און אייוועלט...), האט מען שוין געמאכט א מליצה אויף די מליצה און היינט הערט מען שוין מער דעם "טענו בחטין והודו לזכר קדשו", וואס דו קענסט טענה'ן אז "מ'האט גע'הרג'עט די מליצה" און בעצם זאגט עס יעצט גארנישט (אז עס שטייט נישט 'והודה לו בשעורים' איז עיקר חסר מן הספר), אבער יעדער ווייסט גענוי די באדייט דערפון און די באקאנטע מליצה האט דוקא באקומען א געוויסע פרישקייט. היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מגיה האט געשריבן: היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?
אם לא עכשיו אימתי
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן: היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?

זיס!
לאמיר אויך פרובירן: טענו בבונדלעך והודו לו בלאקשן!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5025
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן: עפען א יודישע ווערטער בוך!

מעגליך איר זענט גערעכט, אבער די ראיה פון 'קארעקט' איז אומקארעקט.

קארעקט איז פארשטייט זיך אן אידישע ווארט, אבער דאס מיינט נישט אז א מגיה גייט ווערן 'קארעקטאר'.

אין ענגליש ווערט פון קארעקט קארעקטאר, און אין אידיש ווערט עס קארעגירער וואס קומט ווארשיינליך אויך פון קארעקט

'אן' אידישע ווארט קלינגט אומריכטיג. 'אידיש' הייבט זיך טאקע אן מיט אן א', אבער מ'ליינט עס מיט א י'.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ס'קלינגט?

נישט אלעס וואס קלינגט איז גאלד
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5025
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

געמיינט צו זאגן אז אין די אויערן פון איינער וואס האלט זיך פאר א שפראך קענער קלינגט עס אומריכטיג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע:נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

מגיה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן: היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?

זיס!
לאמיר אויך פרובירן: טענו בבונדלעך והודו לו בלאקשן!

מ'קען נאך פארשלאגן נאך א הצעה?
טענו בשעורין והודו לו בחיטין!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא .
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע:געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

גין-גאלד האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן: היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן. איינער קען אויפקומען מיט עפעס פריש?

אפשר: טענו כפתים לפני קרתו מי יעמוד?

זיס!
לאמיר אויך פרובירן: טענו בבונדלעך והודו לו בלאקשן!

מ'קען נאך פארשלאגן נאך א הצעה?
טענו בשעורין והודו לו בחיטין!

טענו בחיטין והודו לזכר קדשו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

משה כהן האט געשריבן: טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

אויף דעם האט "מגיה" געשריבן:
היינט, מיין איך, הייבט דאס שוין אן ווערן באלד מער אויסגעדראשן ווי דעם אריגינעלן.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ריכטיג, "אן אידיש" ווארט איז פרעמדיש.

"ווענדט זיך וואו דער אייזל שטייט איין" איז אין א געוויסע זין ווי יענער האט געזאגט, "ווען א נאר שווייגט מיינט מען ער איז שטיל."

אגב, די הסבר אויף UP איז זייער גוט, זאגט אסאך אויף ריכטיג אידיש בכלל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

'אן אידיש' איז גרייזיג ווייל ס'האט מיט וויאזוי מען זאגט עס נישט מיטן שרייבן.

דאס איז פונקט ווי אין ענגליש 'An hour', פארוואס נישט 'a hour'?

נאר ס'האט מיט וויאזוי מען זאגט עס ארויס נישט מיטן שרייבן.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע:געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן: 'אן אידיש' איז גרייזיג ווייל ס'האט מיט וויאזוי מען זאגט עס נישט מיטן שרייבן.

דאס איז פונקט ווי אין ענגליש 'An hour', פארוואס נישט 'a hour'?

נאר ס'האט מיט וויאזוי מען זאגט עס ארויס נישט מיטן שרייבן.

בכלל נישט ריכטיג.
אין אידיש, יעדעס ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א ענדע נו"ן און די קומענדיגער ווארט הייבט זיך אן מיט'ן אות "א" אדער "ע", לייגט מען צו א ענדע נו"ן צום סוף.
(די פארגלייך בנוגע ענגליש, איז זיכער נישט ריכטיג).
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קען זיין ס'איז נישט קיין פארגלייך, כ'האב אבער געגעבן 2 משלים ווי די עיקר איז די רעדן נישט שרייבן, סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

ווי עס האט זיך לעצטנס גערוישט אין די נייעס איבער דעם טעות'ל אין דעם נאמען פון א ניו יארקער בריק, האט עס מיך דערמאנט איבער דעם צעמישעניש מיט'ן נאמען פונעם
קאשוסקא/קאסקיאסקא בריק מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן דעם אשכול.

אין יעצטיגן פאל רעדט זיך עס פון דעם וועראזאנא בריק, וועלכע פארבינדט ברוקלין מיט סטעטן איילאנד, וואס אקטיוויסטן האבן אנגעוויזן אז עס פעלט בטעות דער צווייטער Z אינעם ווארט Verrazzano. דער נאמען איז געגעבן געווארן על שמו פון זשיאוואני דא וועראזאנא, דער איטאליענער פארשער וואס האט אנטדעקט דעם ניו יארקער האפן אין 1524. דער טעות גייט צוריק צענדליגער יארן צו דעם קאנטראקט וואס מ'האט געמאכט איידער דער בריק איז געבויט געווארן אין 1964, און דער טעות אינעם נאמען איז געבליבן אזוי פאר מער ווי פופציג יאר, ביז גאווערנאר קאומא האט זיך יעצט מרחם געווען און אפיציעל צוגעלייגט דעם פעלנדיגן Z.

אין אידיש דארף זיך אבער גארנישט טוישן, ווייל מיר צעקראצן זיך נישט פון דעם צווייטן Z און דארפן יעצט נישט אנהייבן שרייבן "וועראזזאנא". נאר הלוואי ווען אלע אידיש שרייבער וואלטן געהאט א פאראייניגטע וועג וויאזוי דאס יא צו שרייבן. איך שטעל מיך פאר אז איינער שרייבט וועראזאנא, א צווייטער וועראזאנאו, א דריטער ווערעזאנא, א פערטער ווערעזאנע, און א פיפטער וואראזאנא.

כ'וועל אפילו פרובירן צוטרעפן וויאזוי אונזערע צייטונגען וועלן מסתמא שרייבן: דער בלאט וועראזאנאואון דער איד און די צייטונג ווערעזאנע. איך בין א נביא? ניין, נאר יעצט ווען עס איז אין די נייעס דער נארוואס באשטעטיגטער סופרים-קאורט ריכטער Kavanaugh שרייבט דער בלאט קאוואנאואון די צייטונג און דער איד שרייבן קעווענאו(דער איד לייגט א פת"ח אונטער'ן א', איינער ווייסט פארוואס?). לויט דעם סיסטעם וועלן זיי מעגליך טון דאס זעלבע מיט די A'ס פון Verrazzano, קוקנדיג לויט וויאזוי ס'ווערט ארויסגעזאגט אין ענגליש.

אבער ס'ענדיגט זיך נישט ביי די דערמאנטע אויסוואלן, ווייל אלץ זענען דא אזעלכע וואס וועלן אויך שרייבן סתם אין דער וועלט אריין וויאזוי עס פאקט זיי אן אין יענער מינוט. מיינסט איך מאך סתם חוזק? קוק אין אידישן וויקיפעדיע וועסטו שוין טרעפן נאך א ווערסיע: ווארראזאנאו(אז ער איז אזוי ערליך, אפשר שרייבט ער אויך "מאססאטשוסעטטס").
עכ"פ, אויב האט ער געלייגט א צווייטן ר' צוליב דעם ענגלישן אויסלייג, דארף ער זיי מוחל יעצט שיין אויך צולייגן דעם פריש צוגעלייגטן צווייטן Z, ויקרא שמו: ווארראזזאנאו.

אידיש דארף א ישועה. איינער האט א סגולה?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז ענגליש וואס דארף די ישועה, נישט אידיש. ס'איז אן ענגליש ווארט און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

פארהאן גענוג פראבלעמען אין אידישע שרייבעריי אז די 'ווערעזאנאו' סומאטוכע מאכט נישט קיין סאך אויס....
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: דילעמעס פון א מגיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

אן אנדערע דילעמע פון א מגיה, ווי אזוי הייבט ער זיין פרייז?
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: דילעמעס פון א מגיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

"זי האט "געפילט" אז מען מיינט נישט איר טובה"
איז נישט מער פאסיג צו שרייבן: "זי האט "געשפירט" אז מ'מיינט נישט איר טובה?"
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
יואלי'של
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 10:44 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי'של »

נא_שכל האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 5:03 pm
וואס איין קו"ף קען נישט גורם זיין...

בת ק' כבת כ'...
רבי זי"ע פאר אונז פועל, ס'זאל זיין נאר גוט און וואויל, ובא לציון גואל, בזכות רבינו הק' מרן רבי יואל!!
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: דילעמעס פון א מגיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:16 pm
"זי האט "געפילט" אז מען מיינט נישט איר טובה"
איז נישט מער פאסיג צו שרייבן: "זי האט "געשפירט" אז מ'מיינט נישט איר טובה?"
לכאורה איז געשפירט מער שרייבעריש.

לעצם הענין געב דא א קוק
קעפל: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?
גרשון האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:42 pm
קנאפער ידען האט געשריבן:
נברא האט געשריבן:
איז נישט שפירן אידיש, און פילען ענגליש? (די "ען" מאכט עס אידישלעך, אבער FEEL איז שפיר אין אידיש - דאכט זיך מיר)
אין אנדערע ווערטער עס מיינט די זעלבע זאך
איך האב אויך אזוי געמיינט, אבער דער רבי האט שוין גע'פסק'ענט אנדערש viewtopic.php?p=3229971#p3229971

איך האב עס גענומען בעיקר פון דא (לינקע קאלום אויבן), ווי אויך האב איך געזען דאס ווארט אין ביכער נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און אויך ווייל ס'געפינט זיך אין דייטש. איך זע נישט ס'זאל זיין א חילוק פון פילןמיט שפירן. הפנים, צוויי סינאנימען צו בארייכערן דאס שריפט.
קעפל: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2023 5:17 pm
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2023 4:41 pm
ספרניא האט געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2023 11:33 am
איך פילא גוטע טעם אין די עסן vs. איך שפיר
דאס קומט פון ענגליש I feel אדער פון די אידישער איך האב א גוטע געפיל?
ס'איז אויך אידיש.

Versus קען אויך זיין "אין פארגלייך צו".
Compared to
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דילעמעס פון א מגיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@מגיה לעבט נאך? ער שרייבט זייער זיס און גאר צו דער זאך.

צום ענין, מ'האלט עטליכע יאר שפעטער און ס'איז נאך אלץ נישטא קיין איינהייטליכקייט צווישן די טויזנטער ווערסיעס פון הונדערטער ווערטער. איז דא א פלאן?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”