bailout האט געשריבן: ייש''כ אינטעליגענט כ'נישט געוואוסט אז אונז האמיר דא אזא ידען, כ'קען מיר אפי' נישט טענה'ן מיט דיר, ביי די וועי ווען די האסט א מינוט דערצייל די מעשה פון יוסעלע'ס אשמנו מכל עם, אדער ברענג צו ווי די מעשה שטייט, אויכעט וויל איך וויסן וואו מ'פלעגט אמאל דורכטוהן די ענינים.
ס'איז נישט פונקט אזוי, איך בין ממש נישט קיין גרויסער ידען, נאר גיכער א חזנות-ליבער, דערפאר אינטערסירט מיך יעדע שטיקל אינפארמאציע איבער חזנים און חזנות, און עס גייט אריין אין קאפ.
די ידיעות נעם איך הויפטזעכליך פונעם אויבערדערמאנטן "זמירות ישראל", וועלכע איך טוה הייס רעקאמענדירן פאר יעדן חזנות-ליבער. עס האט פיל מיט היסטאריע איבער חזנים, און בעיקר איבער יאסעלע'ס לעבנ'ס ביאגראפיע. ס'איז גאר גאר אינטערעסאנט און געשמאק.
אויך האב איך גענאשט אסאך פונעם סייט חזנות.ארג, אדער ווי זיי רופען עס "לשמוע אל הרנה" http://www.chazzanut.org/ מ'קען שעפן היבש אינפארמאציע פון דארט, [זיי רעדן בעיקר אויף היינטיגע חזנים, אבער אגב, ווערט גערעדט פון די אמאליגע].
אזוי אויך פון דעם באוואוסטן קליפ ווי מ'זעהט רויטמאן, הערשמאן, קאטשקאו, שליסקי, און יאסעלע. דער וואס פרעזענטירט עס, געט דארט אסאך אינפארמאציע.
און פארשטענדליך, פון הערן אסאך חזנות פון אמאליגע חזנים, דאס בארייכערט אויך די ידיעה.
לגבי וואס דו פרעגסט וואו מ'פלעגט דורך טוען די עניינים. דוכט זיך ס'איז נישט געווען קיין סאך, אבער ס'איז געווען איינער SALADS וואס איז היבש בא'הבנ'ט אין די עניינים, ער פלעגט שרייבן, אבער נישט קיין סאך.
לדוגמא: http://www.ivelt.com/forum/index ... pic#p87959
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
ס'איז פארהאן נאך, דא דארט.