בלאט 1פון 1

גאט פון אברהם

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 9:42 pm
דורך רבי משה
ווער האט מתקן געוועהן די תפילה פון גאט פון אברהם?
מה שמובא בשם הקדושת לוי מי שאומר תפילה זו מובטח וכו' זה אינו ראיה שהוא תיקן תפילה זו, וויאויך אין ספר מדרש פנחס ברענגט ער די תפילה, וכפי זכרוני איז ר' פנחס'ל קאריצער געוועהן עלטער ווי דער קדושת לוי.
דאך זעה איך אסאך וואס זענען מיחס די תפילה צום קדו"ל. יבואו המבררים ויבררו

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 9:57 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אין אוצר החכמה פארום איז דא א שמועס דערוועגן, כאפ א בליק דארט.

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 11:43 pm
דורך שופר

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:33 am
דורך קיקיון
וראה כאן וכאן בענין ״אין דיינעם לויב״

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:38 am
דורך רבי משה
א שעינעם דאנק

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:44 am
דורך שנאפס
וואס איז די מסקנא?

Re:

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:18 pm
דורך בעריש'ל
קיקיון האט געשריבן: וראה כאן וכאן בענין ״אין דיינעם לויב״

האב עך געזעהן א זמירות יעצט אין ביהמ״ד, די איינציגע ווערטער וואס ער וויל מסבירן איז ״אין דיינעם לויב״, און מאכט א ביטערן טעות…

Re: גאט פון אברהם

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 9:06 pm
דורך פאר'מוח'ט
אינטערעסאנט, ביי די אידישע נוסח שטייט נאר די נוסח, דו וואך זאל ואנז קומען צו געזונט וכו' צו מזל און ברכה והצלחה און צו חסד...
אבער אין די לשון הקדוש שטייט אין געוויסע זמירות (זמירות המפורש ועוד) אויך די נוסח 'עושר וכבוד'.
עפעס א הסבר?

Re: גאט פון אברהם

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 9:14 pm
דורך קאודינג
הרב מייזעלס מח"ס מטבע שטבעו חכמים האט א לענגערע שמועס אין איינע פון זיינע ספרים דערוועגן, לויט ווי ער זאגט איז געווען צענדליגער אויב נישט הונדערטער נוסחאות פון די בקשה וואס גייט שוין צוריק סאך פריער פונעם קדושת לוי. דער ספעציפישער נוסח - אינאיינעם מיט די אנווייזונגען עס צו זאגן (3 מאל?) בעפאר הבדלה - הייסט אז עס קומט פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער.

Re: גאט פון אברהם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:30 pm
דורך מצלמה
א שיינע באשרייבונג איבער ג-ט פון אברהם אין דער איד, סוכות תשפ"ד.

לכבוד דעם שטעל איך ארויף וואס איך פארמאג, די שנ"ז ברכת המזון (1597), כמעט 200 יאר איידער דער קדושת לוי איז נסתלק געווארן, וואס דארט ווערט שוין געדרוקט די תפילה ג-ט פון אברהם.
ג-אט פון אברהם שנת שנ"ז
ג-אט פון אברהם שנת שנ"ז
ג-ט פון אברהם שנז.png (346.08 KiB) געזען 483 מאל
ג-אט פון אברהם שנת שנ"ז
ג-אט פון אברהם שנת שנ"ז
ג-ט פון אברהם 2.png (334.39 KiB) געזען 483 מאל

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: