בעל מנחת יצחק
Photo #103
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חזון-איש'ניק האט געשריבן: א דאנק פאר די בילדער, איך האב פארגעסן צי שרייבן, זוגתו בזוו"ר, פון איהר האט ער געבוירען זיין איין איינציג קינד שליט"א, זי איז נסתלק געווארן אינמיטן די קריג, ומנ"כ בעיר בוקארעסט בראמעניא, דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל, ובזוו"ש מיט הרבנית בת כ"ק אדמו"ר האמרי חיים מויזניץ זצ"ל.
שלומעלע האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן: כמדומני אז הרב שך איז אויך געווען ביי די הכנסת ס"ת, עני בילדער?
איך האב א סעט בילדער פונם מעמד. אז ס'איז אייך וויכטיג, זיי מודיע אין פרטי, אין איך קען בל"נ משתדל זיין סקענען פאר אייך.
moishy56 האט געשריבן: היינט נאכט י"א סיון געפאלט די יארצייט פון כ"ק הגה"צ רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל בעמח"ס מנחת יצחק וגאב"ד ירושלים.
היינט נאכט וועט פארקומען די יארצייט סעודה בבית מדרשו 'זכרון שמואל'zupnick אין ירושלים.
מארגן וועלן פילע אידן פוקד זיין דעם ציון הק' אויפ'ן הר הזתים אין עיה"ק ירושלים.
אונגארישע הייזער האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן: היינט נאכט י"א סיון געפאלט די יארצייט פון כ"ק הגה"צ רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל בעמח"ס מנחת יצחק וגאב"ד ירושלים.
היינט נאכט וועט פארקומען די יארצייט סעודה בבית מדרשו 'זכרון שמואל'zupnick אין ירושלים.
מארגן וועלן פילע אידן פוקד זיין דעם ציון הק' אויפ'ן הר הזתים אין עיה"ק ירושלים.
שיין ציטירט פון איינע פון די עמעראצישע נייעס קוועלער, אבער דאכטזיך עס הייסט 'זכרון ישראל' על שם ר' ישראל זופניק ע"ה