באראק אבאמא

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Chuchem Atik
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chuchem Atik »

דזארזש מעקגאווערן א געוועזענע פרעזידעט קאנדידאט אין א שטארקע קלינטאן שטיצער האט היינט געמאלדן אז ער טוישט זיין אינדערסירונג צו א'באמא אין ער האט פארלאנגט פון קלינטאן זיך ארויסצוציען פונעם פארמעסט. דאס איז א מורא'דיגע פאטש פאר די קלינטאן
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כ'האב היינט געהערט אויפן כלב מסור אינעם פאליטישען קאך לעפל,
אז לויט די עקסיט פאולס אז אין אינדיאנע האט רעביצען קלינטאן געהאט 7 פראצענט פון אירע שטיצער וואס האבן געזאגט אז אין די דזשענערל פלאנען זיי נישט צי וואוטען פאר איר.
ני מאנטי קענסט אריינלערנען פשט דערין??
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

האב שוין געהערט זאגן אין ביהמ"ד "כ'האב געזעהען אויפן אינטערנעט" אבער כ'האב נאכנישט געזעהן אויפן אינטערנעט זאגן "כ'האב געהערט אין ביהמ"ד".

המבלי אין דאטא באינטערנעט? געב א לינק און לאמיר ליינען די דאטא.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

http://www.cnn.com/2008/POLITICS/02/29/ ... index.html

א גוטער קאלקולעיטאר פון סי ען ען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לויט דעם קאלקולעיטאר איז נישט במציאות אז קלינטאן זאל איבעריאגן אבאמא מיט דעלעגאטן

ביל לייגט אבער יא האפפענונג אויף פאפולערע וואויטס וואס צי דעם וועט בילערי מוזן געוואונען לכל הפחות אכציג פארצענט און די קומענדיגע שטאטן
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער האלט שוין העכער מיט סופער דעלעגעטס אויך.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

Monticello האט געשריבן: האב שוין געהערט זאגן אין ביהמ"ד "כ'האב געזעהען אויפן אינטערנעט" אבער כ'האב נאכנישט געזעהן אויפן אינטערנעט זאגן "כ'האב געהערט אין ביהמ"ד".

המבלי אין דאטא באינטערנעט? געב א לינק און לאמיר ליינען די דאטא.

איך האב היינט לכבוד דיר איבערגעהערט דעם כלב מסור אבער וואס זאל איך טיען אז ער זאגט נישט קיין מקור ער סייט נאר עקסיט פאולס אין דאטס איט
קענסט אפשר טרייען זיך ציווענדען צי קרעמער ער האט ציטריט צום באלבאס פונעם קללה מבשר אין טרייען ארויס ציבאקימען דעם מקור.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מאנטי כתב:
דאכט זיך אז "סטאפ הילערי עקספרעסס" איז א הענעטי אינציאטיוו. אבער אלענפאלס, נישט דאס האט אראפגעברענגט קלינטאן. והא ראי' אז די קאמפעין גייט שוין אן פאר איבער א יאר (אויב נישט צוואנציג יאר) און, וויאזוי די אליין זאגסט, האט זי געוואקסן אבנארמאל סוקסעספול. ביז אבאמא איז אנגעקומען. ער האט איר געסטאפט. דאס וואס די זאגסט אז "זי האט געהאט א ריזיגע ליעד אין די פאפולערע שטימען" און "נאנטע ידידים זענען אנטלאפען פון איר ווי פאר פייער, און מען האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז זי זאל זיך ארויס ציען פון די פארמעסט" איז אמת. אבער איין פראבלעם, חוץ אויב די זאגסט אין מוקדם ומאוחר, האסטו די טיים ליין ראנג. ס'איז געקומען נאכדעם וואס אבאמא האט איר געלייגט אין א ספאט נאך אייווא. פון דארט איז אלעס געגאנגן בארג אראפ פאר קלינטאן ביז ענדע פעבראואר.
דרך אגב, הילערי האט קיינמאל נישט געהאט די ליעד אין פאפולערע שטימען. אפשר מיינסטו אנקעטעס.

יא, אבאמא האט געוואונען אייעווע אבער די קאמפיין פון דיע טאלק שאוס האט זיך אנגעהויבן לאנג פאר דעם. און אבאמא'ס געווינס קען ווערן צוגערעכענט צו די סטאפ הילערי עקספרעס קאמפיין.

יא איך האב געמיינט צו זאגן אנקעטעס.
אנדי כתב:
ערשט נעכטען איז ארויס געקומען א פאול אז אין די פאפולערע שטימען האט הילערי מער ווי אבאמא צווישען דעמאקראטישע וויילער נאר אבאבא האט שטארקע שטיצע צווישען רעפאבליקאנער און אינדיפענדענט וויילער, וועמענס ארבייט איז דאס? הא?
מאנטי כתב:
דאס לייגט דיין גאנצע ארגומענט אויפן קאפ. לויט דיר, פרובירן די רעפובליקאנע צו שטיצן די הינקענדיגע קלינטאן כדי איר צו האלטן אינעם פארמעסט. וויאזוי שטימט די פאול מיט דעם. דאס איז פיטש קאפויער פון וואס די זאגסט. אבער דאס איז אייגענטליך אין אנקלאנג פון וואס ס'האט פאסירט פונעם ערשטען טאג: אבאמא האט בעסער אנגעצויגן צווישן מעסיגע.

וואס פארשטייסטו נישט? פון דעם אז רוב רעפאבליקאנער און אינדיפענדענט וויילער האבן געוואוט פאר אבאמא ווייזט עס אז די אפאראציע כאאס האט געארבייט און עס האט אראפ געברענגט הילערי און טאקע יעצט אין די לעצטע צוויי סטעיטס (פענסילוועניע און אינדיאנע האבן די חברה געארבייט פונקט פארקערט אז די רעפאבליקאנער זאלן וואוטען פאר הילערי און נישט פאר אבאמא, וכך הוה!

יאסל כתב:
מיט דאס עגריאיך 120 פראצענט מיט מאנטי זז"ג אז מיסטער לימבאוי זאגט וואס ער וויל די זאלסט גלייבן אין איך פארשטיי גארנישט ווי א איד וואס איז אויפגעצויגען מיט מדת רחמנות אין צדקה זאל קענען איינשטימען מיט אים.

פארוואס זאל א איד ענדערש קענען איינשטימען מיט די אומראלישקייט פון די ליבעראלער פאלאטישאנס ווי די מעסיגע קאנסערוויטיווע?
יאסל כתב:
די ביסט דאהי אויפן זעלבן פלאנעט ווי מיר? וויל לויט ווי איך זע עס, ווארט אפ פאר די רעפאבליקאנער א יאר כדוגמת 94' פאר די דעמאקראטען!!!
והקאנגרעס זיץ בלאוזיאנע יוכיח.

אונטערשטע שורה די רעפאבליקאנער וועלן געווינען די הויז. (איך בין זיי אבער נישט מקנא וואס גייט זיך אפטון אין די סענאט און קאנגרעס!)
מאנטי כתב:
אבאמא איז געווען די ליבלינג פאר "קראוסאווערס" נאך אין אייווא, ווען לימבאו האט נאכנישט געהאט די צייט צו קוקען אויף די דעמאקראטישע זייט, ווען ער איז נאך געשטיינען ביים שפיגל און אויספרובירט וויאזוי בעסער נאכצומאכן מ'קעין און א גערעגטע מאד.

ווי שוין פריער געשריבן איז שוין דאן געווען טיף טיף אינמיטען די סטאפ הילערי עקספרעסס ווען זיי האבן געהייסען רעפאבליקאנער וואוטען פאר אבאמא.
מאנטי כתב:
די צענטעראלע שאלה איז פארוואס. דו, אנדי, מיט ראש לימבאו טענה'ן אז דאס איז צוליב די טאלק שאו'ס אינדארסירונג פאר קלינטאן. איך זאג, ס'איז מער מסתבר ווייל ער איז געווארן אן ערענסטע קאנדידאט, ממילא האבן זי ספאטלייטס געשיינט אויף אים, אזוי ווי מיט יעדע פראנט ראנער, און זיינע טשיקנעס האבן אנגעהויבן אהיימציקימען, און ער האט אריינגעהויבן אטאקעס וואס האבן אראפגענימען זיין אריגינעלע גלאנץ. די אטאקעס זעען געקומען פון טאלק שאויס, מעין ס. מידיא, און די קלינטאן קאמפעין צוגלייך.

אויב די סבה פארוואס אבאמא האט געוואונען אזוי פול אקעגען די ערווארטונגען דאן פארוואס איז מען נאך אלץ אין מיטען א פארמעסט? פארוואס איז אבאמא קיינמאל נישט געווארן די קלארע פראנט ראנער כאטש אפילו עס האט אסאך מאל אויסגעזעהן אז ער גייט ווערן? פארוואס האט הילערי צוריק באקומען אביסל מאומענטום לעצטענס? וואס איז פשט געווען אין דער ס-סאו? אהין און צוריק? אויב וואלט דער קאמפיין אויסגעזעהן ווי אלע קאמפיינס ביז היינט וואלט מען געקענט זאגן אז דאס איז א נארמאלע ערשיינונג, אבער וויבאלד דער דעמאקראטישע קאמיין איז אינגאנצען אנדערש ווי מיר זענען געוואוינט ביז היינט דאן דארף מען טראכטען וואס איז די גורם?

דרך אגב, דו האלטסט אין איין פרעגען פארוואס מ'ברענגט ראיות אז קעידי קוריק ג'ורג' סטעפענאפעלעס וכדו' הלטען אויך אזוי, וועל איך דיר ענטפערען. די מענטשען זענען נישט סתם נייעס רעפארטערס, די מענטשען זענען לאנג יאריגע אנאליסטען און סטראטאגיסטען, סטעפענאפעלעס איז געווען איינע פון קלינטאנס הויפט אדווייזערס און אויב זיי זאגן עס (כאטש אפילו עס קלאפט זייער אייגענע פארטיי) ווייזט עס אז יש דברים בגו.
יאסל האט געשריבן: דאס איז פאר דיר אנדי
http://thehill.com/leading-the-news/gin ... 05-06.html

סארי אבער די לינק ארבייט נישט.

לאמיך נאכאמאל בקיצור איבער חזר'ן וואס איך האב געוואלט זאגן. איך בין מודה אז מ'וועט קיינמאל נישט וויסען אויף זיכער ווייל די מידיע האט דאך אינטערעסען און די ליבעראלער מידיע וועט עס קיינמאל נישט מודה זיין אינגאנצען און זיי וועלען אלץ זוכען תירוצים און אנדערע גורמים, און די קאנסערוויטיווע מידיע וועט אלץ טענה'ן א זיי זענען די גורם אינגאנצען. אבער אויב מען זעהט אז די ליבעראלער מידיע זאגט שוין אויך אז די קאנסערוויטיווע האבן עפעס א כח השפעה מעגליך, דאן ווייזט דאס אז זיי האבן טאקע א השפעה, ווייל אויב וואלטען די ליבעראלער געהאט עני טשענס עס נישט צו זאגן דאן פארוואס האבן זיי עס געזאגט? דו מיינט טאקע אז זיי האבן נישט געקענט שרייבן מאנטי'ס סברות? אלא מאי, זיי קענען זיך נישט מאכען אין גאנצען צו נער.

די מידיע האט א השפעה אויף פאליטיקס. איך האב בייגעוואוינט 4-5 עלעקשאנס אין ארץ ישראל און דארט זעהט מען קלאר ווי די מידיע פירט די פאליטיקס ווייל דארט איז די גאנצע מידיע לינקס געשטימט, און אפילו ווען א רעכטע געווינט איז עס ווייל די לינקע ווילן אזוי. אבער אין אמעריקא ווי די לאנד איז באלאנסירט צווישען רעכטע און לינקע 50-50 און אזוי אויך איז די מידיע באלאנסירט צווישען די דרייו ביי מידיע (לינקס) און די טאלק שאוס (רעכטס) קומט אויס אז די השפעה איז באלאנסירט און אמאל געווינט דער אמאל יענער. אבער דאס איז קלאר אז מידיע האט אן השפעה. און אויב לימבאו, הענעטי, אינגראם, וחבריהם וועלעכע האבן פון די הכסטע רעיטינגס אין די לאנד און האבן מיליאנער צוהערער נעמען זיך אויף אן אפאראציע, וועלען זיי האבן א השפעה. און זיי גרייטען זיך טאקע צו בעקען מ'קעין און ער דארף טאקע זייערע שטיצע. (זיי ווארטען נאר פאר עפעס א גוטע תירוץ אים צו בעקען און אפשר וועט זיין נעמען א קאנסערוויטיווע ווייס פרעזידענט קאנדידט זיין דער תירוץ וואס זיי ווארטען פאר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

אנדי,

הער צו א געדאנק. ראש לימבאו איז נישט די באלאנס פון די מענסטרים מידיא (MSM). ראש לימבאו איז נישט קיין ריפארטער. ראש לימבאו איז נישט קיין זשורנאליסט. ראש לימבאו איז א מרקחת פון א פרעדיגער, א העצער, א אינטערטענער, א גיט פיסקל, און א עגא-מעניא!

די פארקערטע פון רייט-ווינג רעדיא און ראש לימבאו איז AIR AMERICA - אייניג פארטייאיש, אייניג אומ-זשורנאליסטיש.

מוצ"ש איז געווען א שיינע ארטיקל אויף פאליטיקא איבער די ראש לימבא אפעראציע כאאס. בתוך הדברים ברענגן זי א פראפעסאר אין מידיא וואס איז זייער שיין מסביר וויאזוי די טאלק שאו ביזנעס ארבעט. אנדערש ווי MSM, איז א טאלק שוי האסט א "חלק" פון די נייעס. אלעס דרייט זיך ארים אים, ער דרייט אן, אנדערע ריספאנדן צו "אים", מ'איגנארירט "אים" מ'דערמאנט "אים". ווער געדענט נאך ווען ראש לימבאו האט געלייגט קלינטאן אין דער ערד ווייל ער האט אונטערגעשטעלט - פון זיין פראגראם..- אז מ'זאל פרעגן הילערי ביי די דעבאטע א שאלה איבער דרייווערס לייסנעס. אלעס הייבט זיך אן ביי "אים" ער איז ביכולת צו טיהן אלעס אין פאליטיק (חוץ אריינבלאזן חיות אין די פרעזידענט'ס עפראוועל נומבערס, אדער נאמינירן מיט ראמני). דאס גאנצע "איך" איז דיזיינט צו העכערן זיין וויכטיגייט און די אויגן פון די צוהערער און דערביי העכערן די שאוי'ס רעטינגס.

וויבאקאנט מאכט דאך די ראדיא סטאנציע געלט פון רעקלאמירן. די ווערט פון אן אדווערטייזמענט איז געוואנדן לויט וויפיל מענטשען הערן די סאנציע. די זשאב פון א טאלק שאוי האסט איז צו רעדן אינטערעסאנט אז ס'זאל צוהן צוהערער. פארדעם, גלייכן זיי צו זיין קאנטריווערסיעל, ווייל דאס מאכט אז יעדער זאל רעדן פון זיי - און צוהערן וואס זיי גייען "היינט" זאגן איבער די קאנטריווערסיע. גלייכצייטיג, הערט מען אסך מאל ווי ס'ברעכט אויס א קאמפ צווישן א טאלק שוי האסט מיט א פאליטישאן, אדער מיט אן אנדערע טאלק שוין האסט, אדער סתם מיט די MSM, אלעס איז נאר לפנים צו פארקאכן דעם עולם אז מ'זאל רעדן און הערן פון אים.

דאס איז די נקודה פון אפאראציע כאאס.

כ'וועל נישט זאגן אויף זיכער אז אין געוויסע שטעט - לעצטערע - האט נישט לימבאו געהאט "קיין שום" אפעקט. אבער דאס איז נישט די פאונט. ס'איז געניג אז לימבאו "קען" זאגן אז ער האט געהאט אן אפעקט. און אז ער "קען" זאגן, זיי זיכער, "וועט" ער זאגן. און פון ווען מ'הייבט אן צו רעדן פון אים איז ער פערזענליך א געווינער.

יעצט די MSM, וואס איז אגב אויך נאר דא פאר רעיטינגקס, איז און אלגעמיין אונטער פרעשור צו ווייזן אז זיי טוהן נישט איגנארירן די קנאסערוואטיווע. דאס קומט ווייל די טאלק רעדיא ווי לימבאו וויינען אלס אז די קאנסערוויטיוויא ווערן נישט פארטרעטן ביי די "ליבעראלע" מידיא. וואס חוץ פון דעם וואס ס'ברענגט ארויס די וויכטיקייט פון זייער עקזיסטענץ, טוט דאס אויף פארמען די אויפן וויאזוי די MSM קאווערט נייעס. ממילא וועלן זיי אויך קאווערן ראש לימבאו צו ווייזן אז זיי קאווערן אלס אייניג. קום אויס אז לימבאו איז א געווינער אין דעם הינזיכט, אז סיי ער מאכט די MSM רעדן פון אים. נאכדעם נוצט ער עס צו באסטן זיין ווערט ביי זיינע צוהערער (והא ראי אפי' די לינקע מידיא זאגן שוין אזוי...).

דאס זענען איינע פון די סיבות פארוואס די האסט אזויפיל געהערט אין די MSM איבער ראש לימבאו. דאס איז חוץ דעם זיי האבן הנאה אז דעם אנדערן טאג ווערן זיי אויפגעשפילט אויף לימבאו'ס פראגראם, וואס אלס א ריזאלט ברעגט דאס "זיי" רעטינגס, ווייל יעצט זענען "זיי" א חלק פון די מעשה. (יא, MSM ווערט מער און מער נאכגעשלעפט די טאלק שוי סטראטעגיע פון הייבן רעיטינגס.)

סטעפענאפעלס, דרך אגב, איז געווארן ארויסגעגעסן פון די קלינטאן ווייסן הויז א דאנק הילערי! זי איז געווען זייער ברויגז אויף אים ווייל ער האט איר איבערגערעדט זי זאל זיך אראפזעצן רעדן מיט באב וואדווארד פאר א בוך וואס ער האט געהאלטן אימיטן שרייבן איבער די קלינטאן אדמיניסטראציע. וואדווארד'ס בוך איז געווען זייער קעגן קלינטאן, איז מרת האט געהאלטן אז איר קאפאראציע האט עס לעגעטיזירט, ממילא איז זי זייער ברוגז געווען אויף סטעפענאפעלעס ביז ער האט פארלאזט דאס ווייסן הויז. שפעטער ביי די לעווינסקי סקאנדאל, איז סטעפאנאפעלעס געווען דער ערשטער אין די מידיא צו רעדן פון "אימפיטשמענט". דאס האט זיי אויך זייער אויבגעברויזט.

נ.ב באב וואדווארד איז אויך פון די ליבעראלע לינקע "וואשינגטאן פאוסט". קלינטאן, אזוי ווי עני אנדערע פרעזידענט, האט נישט געלעקט קיין האניג פון זיי.
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

אנדי כ'בין פארקראכן (און צוקראכן. איך שלאף שוין באלד איין). ס'איז קלאר איז די מידיא פארעמט די דעת הקהל. מידיא ווערט אנגעריפן די "פערדע פליגעל" פון גאווערנעמעט. ווייל דאס איז פון ווי דער עולם נעמט די אינפארמאציע.

ס'איז אמת אז טאלק רעדיא האט געהאט גיטע צייטן. אבער אזוי ווי מיט טיט אלעם, איז דא אויך גילטיג די כלל: טיימינג איז עוועריטינג. (נישט אזוי אנדי, פארוואס דעם ווארפסטו אריין א טשענדזש אפפ?...) יעצט איז נישט זייער צייט. אין 06' האבן זיי נישט געקענט ראטעווען קאנגרעס אין סענאט. אין די פריימערי האבן זיי נישט געקענט ארויסשטויסן מ'קעין. ממילא איז נישט זיכער אויב אין 08' וועלן זיי קענען ערוועלן א פרעזידענט.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איך וועל נאכאמאל ריפיטען מיין בקשה זיי אזוי גיט אנדי און זיי מסביר ווי אזוי דער אזוי גערופענער סטאפ הילערי עקספרעס האט געהט א השפעה אין אייאווע, צי די דעמאקראטען האבן דאס מאל יא ציגעהערט צי לימבוי'ס העצערייען אנדערש ווי אלעמאל, אדער רעדטסטי פון קראסאויווער'ס, אדער עפעס א סוד וואס איך ווייס נישט.
סתם געשאסען האט נישט קיין פשט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאסל האט געשריבן: איך וועל נאכאמאל ריפיטען מיין בקשה זיי אזוי גיט אנדי און זיי מסביר ווי אזוי דער אזוי גערופענער סטאפ הילערי עקספרעס האט געהט א השפעה אין אייאווע, צי די דעמאקראטען האבן דאס מאל יא ציגעהערט צי לימבוי'ס העצערייען אנדערש ווי אלעמאל, אדער רעדטסטי פון קראסאויווער'ס, אדער עפעס א סוד וואס איך ווייס נישט.
סתם געשאסען האט נישט קיין פשט.

איך וועל קודם דיר ענטפערען און דערנאך וועל איך מיך צוריק קערן צו מאנטיסעלאו.

אונז זעהן דא ביי דער עלעקשאן סעזאן אז עס גייט אנדערש ווי אלעמאל, ס'איז דא א גרויס צומישעניש ביי די דעמאקראטען און עס איז נאך אלץ נישט דא קיין פראנט ראננער,(עכ"פ ביז לעצטענס) די מאומאנטאם האט זיך געשיפטעט אפאר מאל אהין און צוריק צווישען אבאמא און קלינטען, מען מוטשעט זיך צו טרעפען אן ענטפער. לדעתי איז די פשוט'סטע ענטפער דרויף אפאראציע כאאס, דאס הייסט נישט סטם געשאסן, דאס הייסט דברים של טעם.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אנדי פעטיט האט געשריבן:

דברים של טעם הייסט אז אין פענסעלוועניע איז געווען קראס אוויווערס אין איך האב טאקע אויף דעם מחולק געווען מיט מאנטי
אדער די זאגסט אז אין אייאווע האבן זיי אויף געהאט אן עפעקט דאס איז דאכט זיך יא סתם געשאסען!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

באראק אבאמא האט שוין אנגעהויבן מיט א מאסיווער "טשעינזש" פאר אמעריקא, ער האט צוגעלייגט 10 שטאטן צו די ביז איצטיגע 50...

אפשר האט ער אריינגערעכנט 10 סטעיטס פון זיין אראבישע אפשטאם?????

http://video.google.com/videosearch?q=O ... itesearch=
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דברים של טעם הייסט אז אין פענסעלוועניע איז געווען קראס אוויווערס אין איך האב טאקע אויף דעם מחולק געווען מיט מאנטי
אדער די זאגסט אז אין אייאווע האבן זיי אויף געהאט אן עפעקט דאס איז דאכט זיך יא סתם געשאסען!

קען זיין אז דו ביזט פונקט גערעכט מיט אייעווע, איך קוק עס אבער נישט אן עקסטער יעדע סטעיט, איך קוק אן די גאנצע קאמפעין סעזאן ווי איין גרויסע שטיק און איך האלט קלאר אז די רעפאבליקאנער האבן געהאט אסאך טובות פון די דעמאקראטישע קאמפיין אדאנק די טאלק שאוס.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
דברים של טעם הייסט אז אין פענסעלוועניע איז געווען קראס אוויווערס אין איך האב טאקע אויף דעם מחולק געווען מיט מאנטי
אדער די זאגסט אז אין אייאווע האבן זיי אויף געהאט אן עפעקט דאס איז דאכט זיך יא סתם געשאסען!

קען זיין אז דו ביזט פונקט גערעכט מיט אייעווע, איך קוק עס אבער נישט אן עקסטער יעדע סטעיט, איך קוק אן די גאנצע קאמפעין סעזאן ווי איין גרויסע שטיק און איך האלט קלאר אז די רעפאבליקאנער האבן געהאט אסאך טובות פון די דעמאקראטישע קאמפיין אדאנק די טאלק שאוס.

לאמיר מאכען א שטיקעל סדר די ביסט געקימען מיט התפעלות אז פשי למבוי מיט די חברה דרייען איבער אמעריקא
ני אינזער מאנטי האט דאס ווייט נישט געגליכן אין האט דיך אפגעגאסן מיט א טאפ קאלט וואסער
איך האב מיט אים מחולק געווען אז ניין זיי האבען יא א שטיקעל עפעקט אין העלפען ציען די דעמאקראטישע פארמעסט דארעכען וואיטען פאר קלינטאן
אין דוקא נאר דאס אין נישט די אזוי געריפענע סטאפ הילערי וואס דארט האבען זיי זערא קרעדיט אין די מידעסטע השפעה פארוואס די אלגעמיינע דעמאקראטישע אין און אינדעפענדעטס האט ביי זיי אבאמא נושא חן געווען אדרבה די חברה זענען נאך דעמאלטס געווען פארנימען מיט זייער אייגענע פראבלעמען ראמני מקעין אא"וו
אין אז די ווילסט יא געבן עפעס קרעדיט פארן עקספרעס מיזטי קימען מיט דברים של טעם נישט אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

לאמיר מאכען א שטיקעל סדר די ביסט געקימען מיט התפעלות אז פשי למבוי מיט די חברה דרייען איבער אמעריקא
ני אינזער מאנטי האט דאס ווייט נישט געגליכן אין האט דיך אפגעגאסן מיט א טאפ קאלט וואסער
איך האב מיט אים מחולק געווען אז ניין זיי האבען יא א שטיקעל עפעקט אין העלפען ציען די דעמאקראטישע פארמעסט דארעכען וואיטען פאר קלינטאן
אין דוקא נאר דאס אין נישט די אזוי געריפענע סטאפ הילערי וואס דארט האבען זיי זערא קרעדיט אין די מידעסטע השפעה פארוואס די אלגעמיינע דעמאקראטישע אין און אינדעפענדעטס האט ביי זיי אבאמא נושא חן געווען אדרבה די חברה זענען נאך דעמאלטס געווען פארנימען מיט זייער אייגענע פראבלעמען ראמני מקעין אא"וו
אין אז די ווילסט יא געבן עפעס קרעדיט פארן עקספרעס מיזטי קימען מיט דברים של טעם נישט אין די וועלט אריין.

שוין זעמיר קלאר וואס אונזער טענה'ריי איז, האמיר זיך שוין נישט וואס צו טענה'ן.

איין זאך וואס איך מוז אבער באטאנען איז אז די טאלק שאוס האבן נישט אפיציעל אינדארסירט מקעין ביז סופער טוסדעי, וואס דאן איז שוין געווען צו שפעט, דוק ותשכח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

און יעצט צו דיר מאנטי,
איך ווייס גוט אז די טאלק שאוס זענען נישט די זעלבע ווי די דרייוו ביי מידיע, איך האלט אבער אז זיי באלאנסירען זיך אויס איינעם דעם אנדערען.
אבער הצד השוה שבהם אזוי ווי דו האסט שוין געזאגט, ביידע ארבייטען פאר געלט און ביידע דארפן רעיטינגס. די דרייוו ביי מידיע באקומט רעיטינגס דורך רעפארטן 'אפיציעל אומפארטייאיש' און פאדעם מוזען זיי רעפארטען עפעס פאר די קאסערוויטיווע אויך כאטש אפילו זיי זענען אלע ליבעראליש געשטימט אבער זיי טוען עס נאר ווען זיי זענען געדרוקט צו די וואנט, משא"כ די טאלק שאוס באקומען רעיטינגס דורך קאנטרעווירסי ממילא קענען זיי פאוקעסען זייער קאנטרעווירסי אקעגען די ליבס. (אבער זיי אויך מוזען אמאל פאוקעסען זייער קאנטרעווירסי אקעגען זייער אייגענע פארטיי למשל ווען די אפראוועל רעיטינגס פון די פרעזידענט זענען טיף אין די אדמה.)

אויב טיימינג איז עווריטענג וועל איך עס נוצען פאר מיין ארגומענט, אבאמא האט פונקט געהאט מזל צו לויפען אין אזא צייט ווען די טאלק שאוס האבן מחליט געווען ארונטער צו רייסען הילערי קלינטאן!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
אויב טיימינג איז עווריטענג וועל איך עס נוצען פאר מיין ארגומענט, אבאמא האט פונקט געהאט מזל צו לויפען אין אזא צייט ווען די טאלק שאוס האבן מחליט געווען ארונטער צו רייסען הילערי קלינטאן!

זיי אזוי גיט אין זיי מסביר וואס האט באראק'ס הצלחה מיט דעם וואס די טאלק שוי'ס האבן איר ארינטער געריסען וועם האט דאס פארסוועטעט?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אן זיך אריינלאזען אין טיפע הסברים וועל איך עס מסביר זיין בפשטות גמור, אז מען באהאקט א מענטש טאג און נאכט פארלירט דער מענטש מאומענטאם, אטאמאטיש דארף א צווייטע איבערנעמען די מאומענטאם, רוקט זיך אן די אומערפארענע אבאמא און ער האט געשריגען איין מעסעדזש, 'וואס איז געווען ביז היינט וועט ווייטער נישט זיין' און דאס האט אים געלייגט אויף די טאפ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אנדי פעטיט האט געשריבן: אן זיך אריינלאזען אין טיפע הסברים וועל איך עס מסביר זיין בפשטות גמור, אז מען באהאקט א מענטש טאג און נאכט פארלירט דער מענטש מאומענטאם, אטאמאטיש דארף א צווייטע איבערנעמען די מאומענטאם, רוקט זיך אן די אומערפארענע אבאמא און ער האט געשריגען איין מעסעדזש, 'וואס איז געווען ביז היינט וועט ווייטער נישט זיין' און דאס האט אים געלייגט אויף די טאפ.

די מענטשען וואס האבען געוואוט פאר אבאמא אין אייאווע אין אין קארליינע האבען עס נישט געטון ווייל די טאלק שויס האקען אויף קלינטאן, די דמיונ'סט ר' איד.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

צו זאגן סטם 'דו דמיונ'סט' דארף מען נישט זיין קיין חכם. די טאלק שאוס באהאקען שוין קלינטאן זיין די ערשטע סעקונדע וואס זי האט געמאלדען איר קאנדידעסי, זי איז געווען די קלארע פראנט ראננער ביז די אייעווע קאוקעסעס, דאן האט אבאמא סורפקייזט די עולם, וואסי געשען? א פשוט'ע הסבר איז אז מען האט אזוי באהאקט קלינטאן אז די עולם האט געזוכט עפעס ניי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

נאך איינמאל טריי איך, זיי אזוי גיט אין זיי מסביר וויאזוי זיי האבען אן איינפלוס
אין אהייא אין פענסלוועניע פארשטייען מיר די לויאלע ציהערער האבען געפאלגט אין געקראסט די ליין
אין אייאווע האבען געוואט דעמאקראטען אין אינדעפענדעטס וואס האבן מיט די טאלק שויס קיין שייכות אויב אזוי ווי קימט דא אריין זייער ראלע??????????????
אזוי אויך אין סאוט קארליינע האבען די שחורים געוואוט 90 צי 6 פראצענט אויך מכוח די טאלק שויס??????????
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיינטסט טאקע אז זייערע מעסעדזש קומט נאר אן צו קאנסערוויטיווע וויילער? אז מען האקט אויף די ראדיא טאג איין און טאג אויב אז קלינטאן איז א סכנה פאר אמעריקא פאר א יאר אין א צי האבן זיי אזוי געהאקט טאג אין נאכט (ביז זיי האבן איר געדארפט אונטערצו האקען אבאמא אביסעל) גייט דאס אריין אין די וויילערס אויערען (יא! די דעמאקראטישע) און זיי האבן זיך געזוכט עפעס אנדערש, און פארדעם האבן זיי געוואוט פא רדי קאנדי דאט וואס האט ישט קיין היסטאריע און קיין רעקארד און ער שרייט אז ער וועט זיין אנדערש, ווייל זיי האבן געוואלט עפעס אנדערש ווי קלינטאן (און בוש פארשטייטציך), אבער ווען זיי האקן ווען נישט אזוי שטארק אויף קלינטאן וואלטען די וויילער נישט אזוי אנטלאפען פון איר צו די אבאמא קעמפ.

(איך האב דייקא נישט גערעדט פון קאראליינע)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”