באראק אבאמא

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פוילישער
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

באראק אבאמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

אין צוגאב צו די אינדארסירונג וואס אבאמא האט באקומען פאריגע וואך נאכ'ן ארויס קומען שטארק אין אייווא, האט ער היינט באקומען אן אינדארסמענט פונעם געוועזענעם פרעזידענט קאנדידאט ביל ברעדליאון געוועזענער סענטאר פון ניו דשערזי, ערקלערנדיג אז ער איז די קאנדידאט וואס וועט צוזאמנהאלטן די דעמקארטישע פארטיי, און קענען אוועקגיין פונעם פארקרומטע רעפאבליקאנער פאליטיק אין וואשיגנטאן.

אבאמא האט זיך שטארק באדאנקט פאר ברעדלי, זאגענדיג אז אלץ א פרעזידענט קאנדידאט ווייסט ער גוט וואס א קאנדידאט דארף פארשטעלן מיט זיך.

איינע פון אבאמא'ס הויפט געהילפן האבן געפירט ברעדלי'ס קאמפיין אין 2000.

אבאמא'ס קאמפיין זאגט אז עס קומט נאך פרישע אינדארסמענטס פון וויכטיגע שישקעס, וואס וועט שטארק באפעסטיגן זיין קאמפיין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווער איז ברעדלי? ווען איז ער געלאפן? וואלט אן אינדארסירונג פון מייקל דוקאקעס אדער וואלטער מאנדעיל עפעס געהאלפן פאר אבאמא?

אגב, גוטע נייעס פאר אבאמא: מיין גראסערי אויפן קארנער האט ארויסגעשטעלט א פלאקאט פאר אים!
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

טאקע נישט וויכטיג, אבער עס ווייזט ווי דער שוואונג איז אויף זיין זייט.

ער האט אויך באקומען אן אינדארסמענט פון דעם געוועזענער אינדעפענדט פרעזידענט קאנדידאט דשאן ענדרסאן, א געוועזענער רעפאבליקאנער קאנגארסמאן פון אילוינאיס.

עס מאכט טאקע נישט אויס, ווייל צו אסאך שטיצער האבן זיי נישט, אבער דאס ווייזט אז דער שוואונג איז אויף זיין זייט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס אז דער שוואונג איז אויף זיין זייט האב איך דיר געברענגט א ראיה פון מיין לאקאלער גראסערי מאן (אן אראבער פערצופאל) וואס האט נעכטן גענומען די קוראזש ארויסצושטעלן אן אבאמא פלאקאט.

דראדזש האט יעצט ברעכעדיגע נייעס פון קלינטאן'ס קאמפיין חברה אז זיי ציטערן פון ניו העמפשיר, און ערווארטן א ביטערן דורכפאל וואס וועט זיי פירן אין תהום אריין. (כן יאבדו)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נעכטן האט אבאמא באקומען די אינדערסמענט פון דזשאן קערי, דער דעמאקראטישער קאנדידאט וואס האט אין 04' פארלוירן קעגן בוש.

דארף זיך קלינטאן דערשרעקן דערפון? אדער איז קערי אזא דורכפאל ווי מייקל דוקאקיס וכדומה און מען דארף נישט אויפטאנצן פון זיין אינדארסירונג?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

טאמער די עולם געדענקט נישט האט אין 2004 די געוועזענער דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט על גלאבעל ווארעמונג ענדארסט נישט קיין צווייטע ווי ..................

.......האווערד דיען.

עס האט אים קיין סאך נישט געהאלעפן.

איך האלט בכלל אז באראק אבאמא דארף צו זיין די טשעינדז פאר אמעריקא און פאר דעם וואט מען דאך פאר אים, אריין ברענגען א וועטעראן וועט אים נישט העלפען אין דער עספעקט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

Some sad news today for Barack Obama. Did you hear about this? Apparently, he's been endorsed by former candidate, John Kerry. Just when things are going so well." --Jay Leno
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נישט געכאפט אז מיט קערי'ס אינדארסירן אבאמא האט ער געגעבן א פליק אין די נאז פאר זיין געוועזענע מיטלויפער דזשאן עדווארדס!
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (20.11 KiB) געזען 4886 מאל
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן: איך האב נישט געכאפט אז מיט קערי'ס אינדארסירן אבאמא האט ער געגעבן א פליק אין די נאז פאר זיין געוועזענע מיטלויפער דזשאן עדווארדס!
דזאן קערי האט אינדארסירט אבאמא ווייל ער האלט אז ער גייט געוואונען און ער וויל זיין גוט מיט אים.

אפשר גאר חלומט ער צו זיין זיין וויצע פרעזידענט? און אזוי וועט ער קענען צוריק ארויף קומען אויף די פאליטישע ארענע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ספאסט אים דען?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

באקומען דורך אימעיל:

See the information that you will not find or hear from the main stream
media
outlets. Has he really been reborn?

Who is Barack Obama? You've got to read about this U. S. presidential
candidate:

Barack Hussein Obama was born in Honolulu , Hawaii , to Barack Hussein Obama,
Sr., a black MUSLIM from Nyangoma-Kogel , Kenya and Ann Dunham, a white
ATHEIST from Wichita , Kansas . Obama's parents met at the University of
Hawaii . When Obama was two years old, his parents divorced. His father
returned toKenya. His mother then married Lolo Soetoro, a RADICAL Muslim
from Indonesia .

When Obama was 6 years old, the family relocated to Indonesia . Obama
attended a MUSLIM school in Jakarta . He also spent two years in a Catholic
school. Obama takes great care to conceal the fact that he is a Muslim. He
is quick to point out that, "He was once a Muslim, but that he also attended
Catholic school."

Obama's political handlers are attempting to make it appear that Obama's
introduction to Islam came via his father, and that this influence was
temporary at best. In reality, the senior Obama returned to Kenya soon after
the divorce, and never again had any direct influence over his son's
education.

Lolo Soetoro, the second husband of Obama's mother, Ann Dunham, introduced
his stepson to Islam. Obama was enrolled in a Wahabi school in Jakarta .
Wahabism is the RADICAL teaching that is followed by the Muslim terrorists
who are now waging Jihad against the western world. Since it is politically
expedient to be a CHRISTIAN when seeking Major public office in the United
States, Barack Hussein Obama has joined the United Church of Christ in an
attempt to downplay his Muslim background.

ALSO, keep in mind that when he was sworn into office - he DID NOT use the
Holy Bible, he used the Koran (The Muslim equivalent to our Bible, but very
different beliefs) Let us all remain alert concerning Obama's presidential
candidacy.

The Muslims have said they plan on destroying the US from the inside out,
what better way to start than at the highest level - through the President
of the Unite d States, one of their own!!!!

Please forward to everyone you know. Would you want this man leading our
country?......NOT ME!!!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אינטערעסאנט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וויל דא געבן א קלאפ אין רוקן פאר אונזער נעקסטער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט באראק אבאמא (איך האב פרובירט אים צו געבן ברבים, אבער איך בין אראפגעווארפן געווארן דורך 2 הויכע ברייטע זיכערהייטס וועכטער) פאר זיינע פליקעס וואס ער האט דעליווערט ביים היינט נאכטיגן דעבאטע אין סאוט קאראליינע, צילנדיג אין הארץ פון פרוי קלינטאן (אויב זי האט).

ביי איין געלעגנהייט האט ער איר אריינגעפליקט פארן זיין א לאיער פון וואל-מארט (אויף דעם האט זי שפעטער צוריקגעפליקט אז ער האט פארטרעטן א קאנטראווערסיאלן שיקאגאער לענדלארד), אבער ווען די טעמע האט זיך אריבערגעצויגן צו א קאמפלימענט וואס אבאמא האט געלאזט פאלן אויפן רעפובליקאנער העלד ראנעלד רעיגן, און קלינטאן האט זיך פרובירט ארויסצודרייען אז נישט זי האט גערעדט דערפון, האט אבאמא זיך נישט פארלוירן און געזאגט "דיין מאן ביל האט יא גערעדט דערפון", קלינטאן האט זיך באנארישט און געזאגט "איך בין דא, ער איז נישט", דאן האט אבאמא ארויסגעלאזט דעם גוטן סטעיטמענט וואס איך האלט אז דאס וועט אים שטארקן אין די אויגן פון די וויילער: הער אויס, אסאך מאל ווייס איך נישט קעגן וועמען איך לויף דא... (דו אדער דיין מאן).

עס צייגט פאר די אמעריקאנער מאסן אז דער גרויסער מעכטיגער טיגער ביל קלינטאן, אינאיינעם מיט זיין פארביסענע מכשיפה, דארפן ביידע ארויסקומען קאמפיינען אקעגן א יונגן (שוואכלינג) אבאמא, וועלכער האט קיינעם נישט אויף זיין זייט (אקעי, איך רעכן נישט רעבעצין ווינפרי...), און דאס געט אריין א שטיקל מיטגעפיל ביי די וויילער צו שטארקן דעם שוואכן קאנדידאט פון די אטאקעס וואס הערן נישט אויף צו קומען אין זיין ריכטונג פון די געוועזענע ערשטע פארפאלק און זייערע ליגענט מאשינען (מויל בלעז).

ביי די דעבאטע (איך האב נאר געזען א זעקס מינוטיגן קליפ פון די הויכפונקטן) האט קלינטאן זיך אויפגעפירט מעשה רעבעצין, האלטנדיג דעם מייק און נישט לאזנדיג א צווייטן קומען צום ווארט (דער שוטה עדווארדס האט זיך נאך אנגערופן אז ער איז אויך א מענטש צום טיש... אה, שלום עליכם), עס וועט איר צוריקלאפן אין פנים! (אויך איז זי מיט א קאפ נידריגער ווי אים, און דאס מאכט אסאך אויס ווען זי שטייט ממש נעבן אים אין א דעבאטע).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
א דאנק פאר די אויפ-טאג (אפדעיט בלעז), וגם אני בסקריני, איך האב אויך געזעהן אויף מיין סקרין דעם דעבאטע, אינטערעסאנט אז דער צווייטער חלק איז שוין יא געוועזן זיצענדיג קען זיין וועגן דיין חשש פון באראק כוסעין'ס הויעכקייט ווערסעס בילערי'ס קורצקעפיגקייט.

די רע-בעצין (קרעדיט: סענדר'ס רע-בנים) האט כדרכה בחודש נישט געלאזט דעם אבאמבא קומען צום ווארט, בכלל האב איך געהאלטן אז ר' וועלוועל בליצער הי"ו וועלכער האט געדינט אלס מאדערעיטער (עפעס אזוי ווי אינסינירעיטאר) איז געווען אביסל איינזייטיג צום קאנדידאט מסוטרא דנוקבא ולא ידעתי טעמו ונימוקו.

דער עדווארדס וועם דו ביסט אזוי מבליע, איז געשטאנען/געזיצן דארט ווי א פינפטע ראד, בלי שום משען ומשענה, נישט קיין שווארצער נישט קיין פרוי (שמירניש-דירניש) אזוי אז פאר אים איז געבליבען נאר מיטצוהאלטן פון גאר נאנט (די נענסטע....) דעם דעבאטע, ווען ער האט שוין יא געהאט א געלעגנהייט ארויסצוזאגן א ווארט האט ער עס מיינסטענס גענוצט צו דרייען מיט'ן מויל ימינה ושמאלה מיט אזא אומזיכערקייט, פארציילנדיג רירנדע מעשיות פון ארימע שלעפערס.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16541
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

עטס שרייבט, און איך האב הנאה, יישר כח.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיר זעט אויס ווי עדווארדס איז סאקינג אפ צו קלינטאן.

ער פרובירט זיך פון איין זייט זיך אהער צי שטעלען ווי א שטארקע קאנדידאט ווי ווייט מעגליך און ער הערט נישט אויף צו אטאקירען אבאמא.

אפשר חלומט ער צו זיין הילעריס וויצע פרעזידענט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסען ישר כח אייך קערמער וגם מילער
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

גראדע האב איך געוואטשט די גאנצע דעבאטע, און איך האלט אז איר זענט נישט אינגאנצן גערעכט מיט אייער אפשאצונג.

די פליקן און ריסן און איבערהאקן איז אנגעגאנגען פון אלע זייטן אויף אלע זייטן, און צו זאגן אז אבאמא איז בעסער געווען איז כלל נישט אזוי גרינג, כאטש די ענטפער וואס קרעמער האט אראפגעברענגט איז א גוטס, אבער קלינטאן האט זיך גוט געהאלטן און געשטעלט אבאמא אויף די דעפענסיוו זאגנדיג אז ער נעמט נישט קיין אחריות אויף זיינע ווערטער און יעדעס מאל מען וויל אים טשאלאנדזשן זאגט ער אז ער האט געמיינט עפעס אנדערש.

בעצם אין דעבאטעס האלט איך איז אבאמא פיל שוואכער פון קלינטאן, זיין שטארקייט איז ביי דרשות וואו ער איז מעכטיג, און הילערי'ס שטארקייט איז ביי דעבאטע'ס און אינטערוויוס ווי זי איז שטארק און פארלירט זיך כמעט נישט. אבאמא קעקעצט שטארק ארום און גיבט צופיל לאנגע אויסגעצויגענע הסברים אויף די אטאקעס קעגו אים וואס דאס פארלענגערט נאר די טעמע קעגן אים, אין די צייט וואס קלינטאן ענטפערט קורץ און שארף. פון אנאליזן וואס איך האב געלינט, קומט אבאמא ארויס ווי א שטיקל בעיבי ווען ער וויינט אז ער דארף זיך שלאגן מיט צוויי קלינטאן'ס, ער קוקט אויס ווי א שוואכלינג.

עדווארדס האט גראדע געהאט מיין איך זיין בעסטע דעבאטע פון ביז איצט, לאכטס נישט אבער לויט טייל אנאליסטן האט ער אפילו געוואונען די דעבאטע, זינט ער האט אויסגענומען אלס דער קאנדידאט וואס האט בלויז גערעדט פון די אישוס אין די צייט וואס די צוויי גרויסע האבן זיך פערזענליך ארומגעריסן.

בדרך אגב, בנוגע ביל'ס בילן, טענה'ט דיק מארריס, דער אמאליגער ראטגעבער צו קלינטאן אז דאס איז א קאמפיין טאקטיק, גיי ווייס.

ליינט דא פון דיק מארריס אינעם ניו יארק פאוסט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב פערצופאל יעצט גענדיגט קוקן אויף CNN די דעבאטע (עטליכע חלקים) איך כאפ דערנאך א שפאציר אריין אין קרעטשמע און איך זעה אז פון אט די דעבאטע איז די רעדע,
דעריבער וויליך נאר צולייגן (ווי עדווארדס..) מיין מיינונג איז פונקט א_ווי קרעמער סיי איבער אבאמא און קלינטאן און סיי איבער עדווארדס (יענטאאש, מיט דיר ביניך געוונעליך, יעצט לאז אביסל פאר א צווייטן..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

צייטליך, שעמען מעגסטעך. האסט צייט צו ליינען CNN, און צו כאפן א גלעזל אין קרעטשמע האסטו נישט קיין צייט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

זעהסט דאך אז ער שרייבט יא.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך וויל דא געבן א קלאפ אין רוקן פאר אונזער נעקסטער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט באראק אבאמא (איך האב פרובירט אים צו געבן ברבים, אבער איך בין אראפגעווארפן געווארן דורך 2 הויכע ברייטע זיכערהייטס וועכטער) פאר זיינע פליקעס וואס ער האט דעליווערט ביים היינט נאכטיגן דעבאטע אין סאוט קאראליינע, צילנדיג אין הארץ פון פרוי קלינטאן (אויב זי האט).

ביי איין געלעגנהייט האט ער איר אריינגעפליקט פארן זיין א לאיער פון וואל-מארט (אויף דעם האט זי שפעטער צוריקגעפליקט אז ער האט פארטרעטן א קאנטראווערסיאלן שיקאגאער לענדלארד), אבער ווען די טעמע האט זיך אריבערגעצויגן צו א קאמפלימענט וואס אבאמא האט געלאזט פאלן אויפן רעפובליקאנער העלד ראנעלד רעיגן, און קלינטאן האט זיך פרובירט ארויסצודרייען אז נישט זי האט גערעדט דערפון, האט אבאמא זיך נישט פארלוירן און געזאגט "דיין מאן ביל האט יא גערעדט דערפון", קלינטאן האט זיך באנארישט און געזאגט "איך בין דא, ער איז נישט", דאן האט אבאמא ארויסגעלאזט דעם גוטן סטעיטמענט וואס איך האלט אז דאס וועט אים שטארקן אין די אויגן פון די וויילער: הער אויס, אסאך מאל ווייס איך נישט קעגן וועמען איך לויף דא... (דו אדער דיין מאן).


דזשאן עדווארדס איז געווען אויף די דוד לייטערמאן שאו נעכטען.

ווען דוד'ן האט אים געפרעגט ווי אזוי עס האט געפילט צו שטיין ביי אזא דעבאטע האטער געענטפערט בזה"ל "איך האב רעפרעזענטירט די גראון אפ דעמאקראטען ביי די דעבאטע"

זייער פאני אבער קיין סאך וועט עס אים נישט העלפען.

דזאן עדווארדס מיט דוד לייטערמאן
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אנדי.

אגב, מיר רופן אים לעדערמאן (זיין נאמען שרייבט זיך נישט LADDERMAN ווי אין 'לייטער', נאר LETTERMAN, און לעדערמאן איז אן עכט היימישע נאמען).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

GO BARACK!!!

נעם דעם שווארצן זיג וואס דו האסט געהאט היינט אין סאוט קאראליינע, און נעם אוועק די דעמאקראטישע טייל פון אמעריקע פון די מכשיפה!

(נאכדעם וועלן מיר זיך עקסטער אפרעכענען מיט דיר ביי די אלגעמיינע וואלן -- אפשר וועסטו ווערן אונזער שליח קיין קעניע)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די ליבעראלסטער סענעטאר טעד קענעדי גייט מארגען אינדארסירען סענעטאר באראק אבאמא פאר'ן ווייסע הויז.

עס איז פארשטייט זיך די צווייטע גרויסער קלאפ פאר בילערי נאכן נעכטיגע מועסער פארלוסט אין נארט קאראליינע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”