וועל איך מיז דיר זאגען אז די ביסט היבש פארקויפט פאר זיי די סברה חצונה וואלט ענדערש מיט געגעבן אז די פריש פנים אין גלענצעדע רעדעס אין די מורעדיגע ארגענעזעישאן אין אייאווע האט געשטעלט אבאמא אויך די פיס ווי איידער די טאלק שויס וואס האבן מיטאמאל 10פראצענט פון די וויילער וואס הערן זיי אין קארליינע איז געווען וואס האט ציריגעשטעלט אבאמא אויף די פיס נאך די העמשיר פארלוסט
חחח לא"האזוי סאונדען נעבעך די פאנאטיקע פארגלייבטע אין אבאמא.
עס דערמאנט מיר ווען בוש איז געלאפען די ערשטע מאל ווי זיינע שטיצער האבן געזאגט אז בוש גייט ענדיגען די קלינטאן טראדיציע פון זיך אריין מישען אין מידעל איסטערן פאלעסי און בוש גייט זיין פארנומען נאר מיט אמעריקא. ווי אזוי זעהט אויס דער וואס שטייט היינט אויף פון די קאומע?
כ'האב אדווערטייזט אין א "דרויסנדיגע" צייטונג אז איך זיך א געהילף אין אפיס. בליקענדיג אויף די צענדליגע רעזומעיס, איז מיין אויגן געפאלן אויף איינס: זי איז א קאלעדזש גראדואירטע פון "קוויניאפעק" מיט א Bachelor of Arts in Political Science. אין איר עקספיריענס שרייבט זי: Obama for America Campaign, Manchester, NH Volunteer, October 2007-February 2008 • Phone banking • Create campaign advertising material • Door to door canvassing • Organized on campus support group
דראדזש האט אויסצוגן פון א דרשה וואס אבאמא האט געגעבן:
"We can't drive our SUVs and eat as much as we want and keep our homes on 72 degrees at all times ... and then just expect that other countries are going to say OK,"
מדינת ישראל איז זייער טעטיג אין די לעצטע פאר וואכען צו פארענדיגען די שלום געשפרעכן מיט א פיינעל אפמאך וואס וועט איין מאל פאר אלעמאל פיינעלייזען די גרעניצען פון מדינת ישראל מיט פאלעסטינע און מיט סיריע, די סירישע דיפלאמאטען האבן אנגעגעבן אז מדינת ישראל איז גרייט אויף א רוקצוג פון די גולן בערג בתנאי אז זיי וועלען שטיצען די שלום פראצעס מיט די פאלעסטינע.
פשטות זענען די לעצטע געשפרעכען א פועל יוצא פון פרעמיער אולמרט'ס אינוועסטיגעישאן, ווייל ער ווייסט אז ווילאנג ער וועט ערענסטערהייט פירען צו א שלום אפמאך, וועט די לינקע קארט סיסטעם אין מדינת ישראל אים צורי לאזען.
אבער נעכטען האבן צוויי דיפלאמאטען אין מדינת ישראל אנגעגעבן נאך אן ערענסטע סבה צו די געיאגטע געשפרעכען. זיי זאגען אז די איזראעילי אינטעלידזשענטס האלט אז אבאמא גייט געוואונען אין די גענראלע עלעקשאנס, און ממילא וועט מדינת ישראל פארלירען זייער גאלדענע שליסעל צו וואשינגטאן וואס זיי האבן געהאט אין די לעצטע 16 יאר מיט בוש און די קלינטאנס. אשר על כן האלטען זיי אז עני עגרימענט וואס זיי קענען יעצט אפמאכען וועט זיין אסאך בעסער פאר זיי ווי אן עגרימענט וואס די אבאמא אדמיניסטראציע גייט פראופאוזען.
דיין לעצטער סיבה וואס די זאגסט איז גראדע א זאך וואס לייגט זיך אויפן שכל. בוש וועט זיי צוזאגן אסאך אסאך מער יעצט פאר ער גייט ארויס פון אפיס אבי זיי זאלן צוקומען צו עפעס.
אבער פרייט אייך נאכנישט, עס וועט "קיינמאל" נישט צוקימען צו א געהעריגער שלום אפמאך אין יענער ראיאן.
BARACK OBAMA FUNDRAISER in Williamsburg. This evening at 8:30 p.m.,www.arthechange.orgis holding a fundraiser for presidential candidate Barack Obama at the Hope Lounge, 10 Hope St., Williamsburg.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ער וועט זיין צוגאסט דא אונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג? אין ירושלים ד'אמעריקע?
נו, אפשר זאגן מיר אום עפעס איבער די בייק לעין?...
איך גלייב אז אויב ער קומט קיין וויליאמסבורג אין די געגענט פון די פראדזשעקס וועט ער האבן דארט זיין צווייט-גרעסטע ראלי דא אין אמעריקע... וואס מיינט איר? די שיסעריין קומען נישט אליין, איינער שיסט זיי אויס. און אויב האבן זיך פארמערט שיסערייען לעצטענס דא מער ווי שוועמל נאך א רעגן איז א סימן אז זיינע חסידים שטראמען אהער אן אויפהער.