מקבל זיין פרי שבת - להלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

הרב @יוסף בנימין יוי פרעגסטו יעצט גוטע קשיות אויף תשיה באב מילא אפשר מתורת בין השמשות שלום אסור כיום כיפור אבער של"ס און נאך ערגער ניטאמאל געכאפט פאר ביה"ש ד72...
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

עושר אדיר האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:55 pm
ישמח מלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 9:57 pm
זמנים האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 5:51 pm

אבער למעשה דאווענט מען אין אסאך בתי מדרשים א האלבע שעה נאך זמן הדלקת הנרות, און לפי"ז איז ווען מ'דאווענט מעריב נאכנישט צאה"כ, איז למעשה קומט אויס אז מ'דאווענט מעריב מבעוד יום, און היות מנחה האט מען געדאווענט לאחר פלג המנחה, איז דאס נישט אויסגעהאלטען, וואלט לכאורה געווען בעסער לכתחילה צו דאווענען מנחה פאר פלג המנחה און נאכדעם מעריב, ווייל ממילא טוט מען נישט כפי הוראת רביה"ק, און להלכה איז עס נישט אזוי לכתחילה.
אז מ'דאווענט א האלבע שעה נאך זמן הדלקת הנרות קומט אויס אז מ'דאווענט מעריב נאך צאה"כ לפי האופק און מנחה פאר צאה"כ לפי האופק

און אדרבה ס'איז מער אויסגעהאלטן אזוי ווייל אויב דאווענט מען 45 מינוט נאך זמן הדלקת הנרות קען אויסקומען מנחה נאך צאה"כ לפי האופק ועי' בספר ישראל והזמנים מהרה"ג ישראל דוד הארפענס סימן יג פרק ט אות טז וז"ל לדקדק להתפלל מנחה קודם צאה"כ לפי האופק, היות שמבואר בדברינו להלן בחלק ב' פרק ה' דיש להחמיר שלאחר זמן שרואין ג' כוכבים על פני האופק דהוי לילה לחומרא אפילו במילי דרבנן ושכן היה המנהג המקובל ברוב המקומות באירופא וכו' להחזיק ביהשמ"ש חצי או רבע שעה לפני זמן צאה"כ לפי האופק ולאחריו החזיקו ללילה וכו' על כן גם לגבי תפלת מנחה יש להחמיר כן לדקדק לכתחלה שלא להתפלל מנחה אחר זמן ראיית ג' כוכבים על פני האופק ובעירינו ניו יארק רואין כוכבים בערך 40- 50מינוט לאחר השקיעה על כן ידקדק שלא להתפלל מנחה אחר זמן זה והיינו דיש לראות שעד אז יסיים תפלתו
ווינטער איז דער "אופק זמן" היבש פריער ווי 72 מינוט

איך מיין אז זומער קומט אויס די אופק בערך 74-75 מינוט נאך די שקיעה (עטליכע מינוט נאך די רבינו תם זמן).

גיי ארויס אויף די גאס, און קוק צו מערב זייט וועסטו זעהן ווען עס ווערט באמת אינגאנצן טונקל
די ר"ת וואס האט געזאגט 72 מינוט אויב זאגט מען אופק מיינט עס ניסן תשרי בארץ ישראל ובבל (שהם באופק אחד בערך 32)
און רוב יוראפ און נוי יארק וכדו' וואס איז בערך 45 דעגרי איז זיכער אסאך שפעטער די זמן לפי האופק, כ"ש וכ"ש זומער,
אויב האלט מען די אופק דארף מען האלטן זומער און ניו יארק כאטש די 2 שעה נאכן שקיעה
ישמח מלך
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח מלך »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:10 pm
זמנים האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:56 pm
ישמח מלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:45 pm
הרב הארפענס שליט"א איז פון די סאטמערע רבנים
(איר מיינט אוודאי נישט לקולא ווען ס'איז נוגע לדיני דאורייתא)
יא איך ווייס אז הרב הארפענעס איז א סאטמערער, אבער ס'טוישט נישט די פאקט אז אין אלע סאטמערע בתי מדרשים פירט מען זיך נישט אזוי ווי אים, נאר מ'האלט 72 סיי לקולא און סיי לחומרא.

און יא, ביי דאורייתא'ס איז מען מחמיר פון די שקיעה, נאר איך האב געמיינט לעניני תפילה וואס איז א דרבנן.
עס האט נישט צו טהון ממש מיט דאורייתא'ס און דרבנן'ס
תשעה באב דרבנן איז מען מחמיר / כל דרבנן של שבת מחמרינן,
ומקלינין בסעודת שלש סעודות דהוה דאורייתא
לרוב פוסקים שלש סעודות הוא דרבנן ואסמכוהו אקרא כמבואר במשנ"ב רצא ס"ק א
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

פון דיין לשון איז משמע אז די משנה ברורה זאגט רוב פוסקים זאגן אז עס איז א דרבנן
ס"ה שרייבט די משנה ברורה די לשון ואסמכיהו אקרא וואס איז משמע אז עס איז א דרבנן דהיינו ער האט אנגענומען אז עס א דרבנן
אבער די פרי מגדים שרייבט ווי די לבוש אז עס איז א דאורייתא און אונז איך רעדן מיר פון סאטמאר ווי א פרי מגדים איז געווען מער מוכרע להלכה
די ערוך השלחן שרייבט והלבוש כתב שהם מן התורה,
ואם אפשר שאינן ממש מן התורה - מכל מקום וודאי מתקנת משה רבינו הם, שכן קיבל מסיני. ובשעה שניתן להם המן - ניתן להם על ג' סעודות, כדאיתא במכילתא שהביא כאן הטור, והבאנוהו לעיל סימן רע"ד ע"ש. ודברים גדולים ונוראים תלוים בג' סעודות אלו, ומבוארים בזוהר בכמה מקומות.
ישמח מלך
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח מלך »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:29 pm

פמ"ג משב"ז רצא ס"ק א שלש סעודת הם מדרבנן דאסמכתא הוא ג' היום עיין אליה רבה אות א' ולבוש סעיף א כתב דהם דין תורה וצ"ע
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:17 pm
די ר"ת וואס האט געזאגט 72 מינוט אויב זאגט מען אופק מיינט עס ניסן תשרי בארץ ישראל ובבל (שהם באופק אחד בערך 32)
@פאראיעריגער שניי

די וואס זאגן אופק (א.ק.א. מנחת כהן) מיינט מען די מנהג וואס איז געווען אין אסאך מקומות, לאמיר זאגן 8.5 מעלות.

אויב און וויזוי דאס שטומט מיט ר"ת איז א שמועס פאר זיך, אויף וואס עס זענען שוין פארגאסן געווארן ימים.
ישמח מלך
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח מלך »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:00 pm
די ווארט אופק איז פוסטע ליצנות

אופק וואלט איך איבערגעטייטשט די מצב החשכות אדער בעסער געזאגט האור פינעם הימל יעדן מקום און זמן באשר הוא שם

ווענד זיך ווי ארויף צפון ווענד זיך ווען אין יאר ווענד זיך ווי הויך אין אלטיטוד

צו מאכן א נאמבער פאר אייביג און שרייען אופק איז פשוט'ע ליצנות

עניוועיס די פוסקים וואס האלטן די גרינגסטע מסביר צו זיין שיטה דהיינו אופק איז בכלל נישט קלאר וואספארא מצב חשכות ס'ברויך צו זיין דאס איז זיכער אז די הימל ווערט נאך מער אינגל נאכן 72 אין ניו יארק אפילו ווינטער (מיינט בכלל נישט אז כזאג אז מ'דארף ווארטן ביז אזא מצב חשכות)
וואס איז פשט פון מאכן ליצנות? בהרבה מקומות באירופא האט מען מוצ"ש געקוקט אויף כוכבים די ווילסט זאגען אז דיינע זיידעס זענען געוועהן מחללי שבת ח"ו
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

פיינעלי א נאמבער

פארוואס פינקט 8.5??

זייט ווען האט סאטמאר זיך געזארגט דייקא פאר די נאמבער?

ווען איז עס ווינטער, זומער, ספרינג און פאל די 8.5?
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ישמח מלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:58 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:00 pm
די ווארט אופק איז פוסטע ליצנות

אופק וואלט איך איבערגעטייטשט די מצב החשכות אדער בעסער געזאגט האור פינעם הימל יעדן מקום און זמן באשר הוא שם

ווענד זיך ווי ארויף צפון ווענד זיך ווען אין יאר ווענד זיך ווי הויך אין אלטיטוד

צו מאכן א נאמבער פאר אייביג און שרייען אופק איז פשוט'ע ליצנות

עניוועיס די פוסקים וואס האלטן די גרינגסטע מסביר צו זיין שיטה דהיינו אופק איז בכלל נישט קלאר וואספארא מצב חשכות ס'ברויך צו זיין דאס איז זיכער אז די הימל ווערט נאך מער אינגל נאכן 72 אין ניו יארק אפילו ווינטער (מיינט בכלל נישט אז כזאג אז מ'דארף ווארטן ביז אזא מצב חשכות)
וואס איז פשט פון מאכן ליצנות? בהרבה מקומות באירופא האט מען מוצ"ש געקוקט אויף כוכבים די ווילסט זאגען אז דיינע זיידעס זענען געוועהן מחללי שבת ח"ו
חלילה זיי האבן געהאט אגעוויסע מצב חשכות

אנדערש ווי אינז האמער היינט נאמבערס הנקראים אופק

פון ווי זיי זענען געווען זיכער אז ס'איז שוין בינונים ווייסעך נישט..
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:29 pm
די ערוך השלחן שרייבט והלבוש כתב שהם מן התורה,
ואם אפשר שאינן ממש מן התורה - מכל מקום וודאי מתקנת משה רבינו הם, שכן קיבל מסיני
ר' אשר ווייס ווינדערט זיך אויף די ווערטער.

גראדע זאגט דער ערוה"ש אן ענליכע זאך ביי קריאת שנים מקרא, אז ס'איז מימות משה. לכאורה א חידוש גדול, אבער למעשה איז דא א רוקח (בפסוק הואיל משה באר) וואס זאגט ממש דאס כמעט.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:10 pm
זמנים האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:56 pm
ישמח מלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:45 pm
הרב הארפענס שליט"א איז פון די סאטמערע רבנים
(איר מיינט אוודאי נישט לקולא ווען ס'איז נוגע לדיני דאורייתא)
יא איך ווייס אז הרב הארפענעס איז א סאטמערער, אבער ס'טוישט נישט די פאקט אז אין אלע סאטמערע בתי מדרשים פירט מען זיך נישט אזוי ווי אים, נאר מ'האלט 72 סיי לקולא און סיי לחומרא.

און יא, ביי דאורייתא'ס איז מען מחמיר פון די שקיעה, נאר איך האב געמיינט לעניני תפילה וואס איז א דרבנן.
עס האט נישט צו טהון ממש מיט דאורייתא'ס און דרבנן'ס
תשעה באב דרבנן איז מען מחמיר / כל דרבנן של שבת מחמרינן,
ומקלינין בסעודת שלש סעודות דהוה דאורייתא
תפילין פלעגט מען מקיל זיין צו לייגן ביזן 72.

נאר שבת האט מען מחמיר געווען , און אנדערע חייבי כריתות.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:59 pm
1. פיינעלי א נאמבער

פארוואס פינקט 8.5??

2. זייט ווען האט סאטמאר זיך געזארגט דייקא פאר די נאמבער?

3. ווען איז עס ווינטער, זומער, ספרינג און פאל די 8.5?
איך האב אריינגעשטעלט נאמבערס אין דיינע ווערטער.
1. דאס איז געווען אנגענומען אין זייער אסאך פלעצער, און ס'מיינט נישט דווקא די נאמבער (וואס אמאל האט מען נישט געקענט רעכענען גרינג) נאר די לעוועל טונקעלקייט.

2. איך רעד נישט פון זיי אדער פאר זיי.

3. די מאס חושך וואס איז דא ביי א געוויסע לעוועל איז די זעלבע א גאנץ יאר, נאר די צייט טוישט זיך.

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:01 am
חלילה זיי האבן געהאט אגעוויסע מצב חשכות

אנדערש ווי אינז האמער היינט נאמבערס הנקראים אופק

פון ווי זיי זענען געווען זיכער אז ס'איז שוין בינונים ווייסעך נישט..
נאמבערס / אופק איז די זעלבע ווי חושך. אפשר ווייסטו נישט וואס אופק מיינט.

מ'האט געוויסט ווייל מ'האט מקבל געווען, אדער ווייל מ'האט געווארט אויף קטנים כמ"ש ראשונים.

קיין שום שמועס בענין צה"כ האט נישט קיין טשאנס זיך צו האלטן דאהי, ווי געזעהן בעבר, ממילא איז נישט כדאי צו מאריך זיין בפרטים.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

וואס עפעס דע מאס חשכות קומט אויס לדוגמא זוממער פופציג דאן איז די זעלבע זאך ווינטער 35 און ניסן תשרי אין די פערציגערס..
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@פאראיעריגער שניי
נישט קלאר וואס דו פרעגסט.
די מציאות איז אז די זון גייט שנעלער אראפ אין ניסן ותשרי (לחדשי חמה), לענגער אין ווינטער, און לענגער אין זומער.
ווען די זון קומט אן צו א געוויסע מעלה, איז די חושך די זעלבע א גאנץ יאר. די איינציגסטע זאך איז אז עס נעמט לענגער כנ"ל.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

הונדערט פראצענט כפרעג וויפיל מינוט נאכ'ן שקיעה אין די דריי מיני צייטן געשעט די 8.5 אין ניו יארק..
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@פאראיעריגער שניי
בערך:
דעצ. 45
מארטש 41
דזשון 51

דאס איז 8.5 וואס מ'האט גענוצט אויף קטנים (איך מיין אפילו מוצ"ש). בינונים איז פריער.
ישמח מלך
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח מלך »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:12 am
הונדערט פראצענט כפרעג וויפיל מינוט נאכ'ן שקיעה אין די דריי מיני צייטן געשעט די 8.5 אין ניו יארק..
אין ספר ישראל והזמנים האט ער טבלאות פאר אסאך מקומות און דארט האסטו פאר יעדן טאג וויפיל מינוט נאכן שקיעה איז 8.5 מעלות
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

סא מארטש קען מען דאווענען מנחה ביז 41 און דזשון ביז 51 פיין
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@פאראיעריגער שניי
איך זאג נישט וואס מ'קען טון, אבער דאס וואס דו שרייבסט האט גארנישט מיט די זמנים וואס איך האב געגעבן, ווי געזאגט אז דאס האט מען גענוצט אויף כוכבים קטנים, און מנחה קען מען נישט נאך בינונים.
אויסער דעם איז עס בערך, נישט פונקט 51, נישט גאנץ מארטש און נישט גאנץ דזשון א.א.וו.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום דינסטאג יולי 16, 2024 12:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

כאפסט אבער די פוינט ס'איז נישט א נאמבער נאכ'ן שקיעה...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@פאראיעריגער שניי
ווער רעדט פון א נאמבער נאך די שקיעה?
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

והעיקר אז די שיטה אין ניו יארק סיטי ברויך אנדערע נאמבערס אין מאנטריאל (נאמבערס פון נאכן שקיעה)

דער ציבור וואס האלט די מינע זמנים האבן נישט קיין איינונג וויפיל מעלות זיי האלטן אדער ווען סקומט אויס נץאין זייער טאג/פלאץ און פון זיי רעד איך
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

ישמח מלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:43 pm
יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:29 pm
פון דיין לשון איז משמע אז די משנה ברורה זאגט רוב פוסקים זאגן אז עס איז א דרבנן
ס"ה שרייבט די משנה ברורה די לשון ואסמכיהו אקרא וואס איז משמע אז עס איז א דרבנן דהיינו ער האט אנגענומען אז עס א דרבנן
אבער די פרי מגדים שרייבט ווי די לבוש אז עס איז א דאורייתא און אונז איך רעדן מיר פון סאטמאר ווי א פרי מגדים איז געווען מער מוכרע להלכה
די ערוך השלחן שרייבט והלבוש כתב שהם מן התורה,
ואם אפשר שאינן ממש מן התורה - מכל מקום וודאי מתקנת משה רבינו הם, שכן קיבל מסיני. ובשעה שניתן להם המן - ניתן להם על ג' סעודות, כדאיתא במכילתא שהביא כאן הטור, והבאנוהו לעיל סימן רע"ד ע"ש. ודברים גדולים ונוראים תלוים בג' סעודות אלו, ומבוארים בזוהר בכמה מקומות.
פמ"ג משב"ז רצא ס"ק א שלש סעודת הם מדרבנן דאסמכתא הוא ג' היום עיין אליה רבה אות א' ולבוש סעיף א כתב דהם דין תורה וצ"ע
די מגן אברהם האלט זיכער עס איז א דאורייתא
לגבי איבער בענטשן אבל בשבת וי"ט חייב לאכול פת והא דאמרינן בפסח רק לילה הראשון חובה היינו דבשאר הימים רשאי לאכול מצה עשירה וגם בסוכו' רשאי לאכול כזית פת ובסוכה אינו חייב עד יותר מכביצה כ"כ הר"ן פרק הישן ותר"י פ' ג' שאכלו כתבו דבשבת וי"ט אין חיוב דאוריית' אלא משום דאין קידוש אלא במקום סעודה צריך פת ועיין סי' רע"ג ס"ה דלא משמע כן ועיין סי' קס"ח ס"ז מ"ש:
באמת תוספות מיטשעט זיך שוין מיט די קשיא וואס איז די ערשטע נאכט פסח און סוכות, די חיוב לאכול פת מער ווי אנדערע ימים טובים וואס זענען די זעלבע דאורייתא, תוספות ענטערפט אדער אויב איינער האט נאר א כזית וואס דאן איז נישט דא די חיוב סעודה ווייל סעודה איז נאר בכביצא, אדער אויב איינער האט נישט קיין סוכה וכדו', תוספות זאגט אויך נישט די תירץ אז אנדערע ימים טובים איז נאר א דרבנן נאר ענטערפט אלע אנדערע תירוצים אפילו בדוחק

עכ"פ נחזור צום פרי מגדים
נסתפקתי הא דקיי״ל כל ישראל ערבים זה לזה אם הוא דווקא בתורה שבכתב ומש״ה אעפ״י שיצא מוציא, אבל תורה שבעל פה הלכה למשה מסיני או דרשה או אחד מי״ג מדות י״ל על זה לא נכנסו בערבות וכה״ג לא אמרינן אעפ״י שיצא מוציא.
ומה שהביאני לזה הוא מ״ש הלבוש כאן סימן י"ט כיון שאין מצוה בפירוש לאכול פת לא מקרי חובה, ועי א״ר אות כ״ח בשם מעדני יו״ט דרשא דג' היום אסמכתא, ועולת תמיד הקשה דיין דקידוש ג״כ לרבנן יע״ש,
ו הנה נ"ל אדרבה חובה לאכול פת בשבת מן התורהועיין מג"א סימן קפ"ח אות ט' משמע במחלוקת שניוה אי' בשבת ויו"ט חייב לאכול פת מן התורה או לאו, ולמ"ד מן התורה מ"מ אין מפורש בקרא רק תורה שבעל פה לית בכלל ערבות, משא"כ קידוש דרבנן........ ומ"מ מן התורה הוא משא"כ יין קידוש דרבנן תו יש בו מן התורה אשר יוריך וחמיר מתורה שבעל פה ויש בו ערבות כדכתבינא

מיר ליגט אויך און חלום א פרי מגדים וואס זאגט פארוואס דארף איך צוקומען אז סעודות שבת איז דוחה קידוש ווייל אפשר לקדש על הפת זאל איך זאגן אז א דאורייתא איז דוחה א דרבנן,
ענטפערט ער גאנץ ענדליך באמת קידוש דרבנן איז א עשה ולא תעשה פון לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, און שאל אביך ויגדך,
און סעודת שבת איז נאר א עשה
איי פארוואס זאג איך בכל התורה ספיקא דרבנן לקולא און ספיקא דאורייתא לחומרא,פשוט ווייל בשעת זיי האבן גוזר געווען דרבנןנס האבן זיי זיך אויסגענומען אז זיי זענען נאר גוזר און פאל עס איז א וודאי און אין פאל ואס די מענשט איז מסופק זענען זיי נישט גוזר.
לעצט פארראכטן דורך יוסף בנימין אום דינסטאג יולי 16, 2024 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

להודות האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:19 am
@פאראיעריגער שניי
איך זאג נישט וואס מ'קען טון, אבער דאס וואס דו שרייבסט האט גארנישט מיט די זמנים וואס איך האב געגעבן, ווי געזאגט אז דאס האט מען גענוצט אויף כוכבים קטנים, און מנחה קען מען נישט נאך בינונים.
אויסער דעם איז עס בערך, נישט פונקט 51, נישט גאנץ מארטש און נישט גאנץ דזשון א.א.וו.
די גמרא זאגט בפירש אז די זון גייט אינטער ביום בינוני א מהלך ד' מילין וואס איז 72 מינוט (די קלענסטע שיעור מילין)
און די גמרא פרעגט א קשיא אויף ערב פסח ביים מקריב זיין די קרבן פסח און ירושלים,
עס איז ברור די גמרא רעדט 72 מינוט מיינט די גמרא און ארץ ישראל (וכן בבל שהוא באופק אחד) און ביום בינוני תשרי און ניסן עכ"פ.

און עס איז אויך זיכער אז די מציאות אז אין ניו יארק גייט די זון אינטער אסאך שפעטער ווי ארץ ישראל יעצט אויב זאגט מען 72 מינוט און ארץ ישראל קען עס נישט זיין 50 מינוט און ניו יארק.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:22 am
והעיקר אז די שיטה אין ניו יארק סיטי ברויך אנדערע נאמבערס אין מאנטריאל (נאמבערס פון נאכן שקיעה)

דער ציבור וואס האלט די מינע זמנים האבן נישט קיין איינונג וויפיל מעלות זיי האלטן אדער ווען סקומט אויס נץאין זייער טאג/פלאץ און פון זיי רעד איך
איך כאפ נישט וואס איר זאגט.

ווער רעדט פון קאנאדא?

וואס א חילוק צי זיי ווייסן די מעלות אדער די נץ (?!), מ'קוקט אויפ'ן לוח.

די וואס גייען נאך אגרות משה, למשל, און מאכן א 50 קבוע אויף א גאנץ יאר האט טאקע נישט קיין פשט, נאר ס'איז אזוי געווארן ווייל מ'האט נישט געוואלט רעכענען יעדן טאג. איך שטעל מיר פאר אז ווען מ'מוז וויסן (לצורך מילה) וועט מען מאכן אנדערש.

נ.ב. איר רעדט צי קורץ, שארף און כלאחר יד.
מיט אנטשולדיגונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”