לכאורה האט געשריבן:
דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.
למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.
די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.
אויב האט איר מקבל שבת געוועהן דאן קענט איר לכתחילה מאכן קידוש באלד נאכן דאווענען אפילו ווען ס'איז נאך געהעריג "מבעוד יום". קרי"ש ברויך מען איבער ליינען ביינאכט. (וה"ה ספיה"ע)
ווי אזוי מעג מען דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת זומער ווען די פלג איז פאר די ערשטע בעלל און מערב פארן 60 עס איז דאך א תרתי דסתרי וואס טוט זיך מיט זיך וואשען א סעודת קבע פאר קר"ש.
די סיבה פון נישט דאווענען פרי אז פשוט ווייל עס איז זייער שאלה'דיג און זייער עלול צו זיך טועה זיין, 1] לדוגמה איין שאלה כדי צו דאווענען מערב פארן זמן מיז מען מקדים זיין מנחה פארן פל"ג יעצט די ווייב דארף צינדען ליכט, אבער זי טאר נישט מקדים זיין פארן פל"ג אלץ ובלבד שלא יקדים, און די מאן טאר נישט דאווענען מערב פאר ער אדער זיין ווייב וואס איז אים יוצא] צינד ליכט ווייל אז נישט האט ער נישט מקיים געווען נירות שבת קומט אויס לכאורה דעי אלע פלעצער ווי מען דאווענט מנחה פריע זעצט מען זיך לערנען א האלבע שעה צווישען מנחה [ וואס מען ענדיגט ביים ערשטען בעל]און קבלת שבת [וואס מען הייבט אן נאכן שקיעה]. טוט מען דען אזוי? 2] וואס טוט זיך מיט דעי אלע מענטשען וואס האבן נישט קיין גרויסע מיידל אין שבוט ווער לעשט אויס די ליכט פון די ווייב?.
3] על פי אר"י הקדוש טאר מען נישט דאווענען פרי שבת, און אינזערע עלטערן האבן מקפיד געווען אויף דעם אר"י הקדוש איז אפשר איז עס א דאורייתא ווייל עס איז בגדר א נדר,
4] פארגעסט מען טאקע נישט קר"ש? אדער די מציאות איז אז מען פארגעסט יא?
הגם דער אשכול איז אין די "היימישע קרעטשמע" נישט אין "בית מדרשינו" פארט אז אידישע קינדער שרייבען און ליינען דא, קאן מען זיך נישט פארהוילן פון אונזער יסוד וואס מיר זענען אידן, וואס דאס איז דער שולחן ערוך וואס דאס איז דער וועגווייזער פאר אונז אז השי"ת זאל האבן א נחת רוח פון אונז קליינע מענטשלעך.
ע"פ שולחן ערוך "מעג מען" [בערב שבת יכולין להדליק נרות, לקבל שבת ולהתפלל ערבית מפלג המנחה (ש"ע או"ח רסז ב)] און אפילו די וואס פירן זיך צו דאווענען א גאנצע וואך נאכן זמן צאה"כ מעגן טון אנדערש ערב שבת קודש און דאווענען פאר צאה"כ, אויב איז עס נאך פלג המנחה.(מ"ב שם ס"ק ג).
די גר"א האלט אבער (ומובא דבריו בבה"ל סימן רלה ד"ה ואם)אז מען זאל נישט דאווענען פריער פון צאה"כ, און אפילו ס'איז נישטא קיין מנין שפעטער זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות בזמנה.
---- פאר די וואס דאווענען מעריב מבעוד יום: די משנה ברורה שרייבט (רסז ס"ק ג) אז ווער עס דאווענט יא מעריב בליל שב"ק מבעוד יום זאל דאווענען מנחה פארן פלג המנחה כדי עס זאל נישט זיין קיין תרתי דסתרי אהדדי [היינו דלדעת ר' יהודה בגמרא זמן מנחה נמשך רק עד פלג המנחה ומשם ואילך הוא זמן תפילת ערבית ולדעת רבנן זמן מנחה הוא עד סוף היום וזמן מעריב הוא בערב].
מען דארף זיין נזהר איבערצוליינען קריאת שמע כדי לצאת ידי חובת ק"ש שהוא דאורייתא (מ"ב רסז ס"ק ג וס"ק ו, ובבה"ל סוד"ה ובפלג). --- כ"ק מרן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט פאריאר ביי א דרשה נאך פסח מעורר געווען איבער דעם ענין, און געזאגט אז הגם ע"פ שולחן ערוך מעג מען דאווענען מעריב בעפאהר צאה"כ אום ליל שב"ק, (אויב האט מען געדאווענט מנחה פארן פלג), עכ"ז האט מען ביי אונז און ביי אונזערע עלטערן זיך נוהג געוועןע"פ האר"י זלה"ה וואס האט מקבל שבת געווען דייקא ווען עס איז שוין געווען ביינאכט, און אזוי איז מען זיך נוהג ע"פ קבלה. דער רבי שליט"א האט דערביי אנגעוויזן אז רוב מנהגים שב"ק קומען פון אריה"ק און פארוואס זאל מען אין דעם מנהג מזלזל זיין? דער רבי שליט"א האט אויך געפרעגט בדרך צחות אויב די אלע מענטשען וועלכע קוקן אזוי שטארק ארויס אויף קבלת שבת מבעוד יום זענען די וועלכע ציען אריין שלש סעודות א שעה צוויי נאכן זמן, אדער זיי ווארטן קוים עס זאל ווערן די זמן?...
רויט האט געשריבן:

לאחר כתבי זאת, זעה איך אז ס'שוין געווארן דא א מדובר דערוועגן, נו זאל שוין בלייבן........
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יעצט נאכאמאל א פאר שאלות וואס די פראקטישסטע וועג עס צו פארמאדען איז דאווענען ביים 72
1]איין שאלה כדי צו דאווענען מערב פארן זמן מיז מען מקדים זיין מנחה פארן פל"ג יעצט די ווייב דארף צינדען ליכט, אבער זי טאר נישט מקדים זיין פארן פל"ג אלץ ובלבד שלא יקדים, און די מאן טאר נישט דאווענען מערב פאר ער אדער זיין ווייב וואס איז אים יוצא] צינד ליכט ווייל אז נישט האט ער נישט מקיים געווען נירות שבת קומט אויס לכאורה דעי אלע פלעצער ווי מען דאווענט מנחה פריע זעצט מען זיך לערנען א האלבע שעה צווישען מנחה [ וואס מען ענדיגט ביים ערשטען בעל]און קבלת שבת [וואס מען הייבט אן נאכן שקיעה]. טוט מען דען אזוי? 2] וואס טוט זיך מיט דעי אלע מענטשען וואס האבן נישט קיין גרויסע מיידל אין שטוב ווער לעשט אויס די ליכט פון די ווייב?.
3] פארגעסט מען טאקע נישט קר"ש? אדער די מציאות איז אז מען פארגעסט יא?
לשיטתך, וואס איז די פראבלעים צו דאווענען מנחה פארן פלג (הלוואי זאלן די אלע טוהן אזוי) און מעריב נאכן פלג? (די ווייב צינדט אויך ביים פלג פאר מעריב)
1] וועלכע פל"ג א ריזיגע מחלוקה, 2] די ווייב דארף צינדען תיקף פארן שקיעה [באמת נאכן שקיעה ווייל על פי הלכה טאר מען נישט צינדען פארן שקיעה, נאר די תניא איז זאגט שוין אז ממש אפאר מינוט פארדעם הייסט שוין אויך ווי איך גיי יעצט מקבל שבת זיין קען מען זיך מקדים זיין א צעהן מינוט און צינדען שוין ביים צווייטען בעלל, עס איז נישט פשוט אז מען פארלאזט זיך אויפן רמ"א אז די פל"ג איז געניג] און פארשטייט זיך אז מען טרא נישט דאווענען פאר די ווייב האט געצינדען ליכט, אלץ די חיוב וואס ליגט אויף יעדע מענטש צו צינדען נירות שבת, און ווי אזוי קענסטו זאגן מזמור שיר ליום השבת פארן צינדען איך גיי נישט יעצט אריין אלץ שלש דברים חייב אדם לומר בתוך ביתו וואס די שלחן ערוך פסק'נט פאר א חיוב חייב וואס צאנזע רב זאגט אז מען דארף דערפאר מסירת נפש, נאר מען פסק'נט אז לומר לאוו דאווקא נאר די עיקר איז זעהן אז זי צינט, סא איינער וואס דאווענט פרי האט נישט זיכער געמאכט אז זיין ווייב צינט]
סארקאזי האט געשריבן:
מיין אפיניען.... כהאב נאך נישט,,, איך דאווען גראדע פרי צוליב א זייטיגע סבה ואכמ''ל ודי ודו''ק ודפח''ח וכו' וגו' אייו זאך פארשטיי איך נישט פארוואס ווען מדאווענט פרי, מוז מען דאווענען שנעלער, פארקערט סאיז פרי האסטו נאך מער צייט, דאס האב איך נאך נישט אויסגעפיגערט, נאך א זאך וואס איך וויל פארשטיין,,,, פארוואס ביי די טראדיציאנאלע סאטמארע אידען, איז דאווענען פרי ערגער ווי די שלש חמורות,(כמיין שלש שבועות) איינער מיט מער ידיעות אין דעם נושא קען אריין קומען??
דאוונען פרי איז נישט מער ערגער ווי אנדערע שינוים, יעדע טויש וואס די קלים ברענגען אריין איז ערגער ווי די שלש חמורות.
עס איז באויסט אז די הייליגע אהבת ישראל פלעגט דאווענען פרי און נאך אסאך הייליגע צדיקים ממילא איז נישט שייך צו זאגען אויף דעם אז דאס הייסט שינוים פארקערט קוק אריין אין כתבי אר''י הק' די הייליגע אריז''ל פלעגט דאך מקבל שבת זיין ביי טאג און אין די גמרא רב צלי של שבת בע''ש
מובן מאיליו, אז ווען איך זאג שינוים מיינט עס ביי אזעלכע מקומות וואו עס איז נישט געווען.
ווען האט די אהבת ישראל געדאווענט? די ארי' הק' פלעגט נאר מקבל שבת זיין פרי אבער נישט דאווענען פרי מערב פלעגט זיין נאכן ר"ת, און אפולי זיין פרי איז געווען נאכן שקיעה, ווייל אויב מען איז מקבל שבת פארדעם איז עס גארנישט ווערט מען דארף אויסבלאזן די לעכט און איבערצינדען [הלכה למעשה עיין בהתניא דחיישינן להלבוש בענינן הפל"ג הקודם]

לא זכיתי להבין יש להדליק נרות אחר הפלג ולקבל שבת ולא צריכין להמתין עד השקיעה
וכן נוהגין רבבות אלפי ישראל להתפלל מנחה קודם הפלג און נאכדעם ביי די פלג צינדט די וייב די לעכט נאכדעם איז מען מקבל שבת און מען זאגט לכה דודי און מען דאווענט מעריב
עס איז דאך א מוראדיגע זאך מוסיף צו זיין מחול על הקודש און צו זיין פון די ממהרים לבוא אל השבת ומאחרים לצאת די גאנצע נוסח פון די אשכול אז דאס איז עפעא מין קלות הייב איך נישט אהן צו פארשטיין פונקט פארקערט דאס איז א מוראדיגער זאך צו דאווענען א שעה פארן זמן מען דאווענט שיין שטייט ראויג און מען פירט א לאנגע סעודה איבער צויי שעה מיט יישוב הדעת אלע זענען אין די כלים עס איז ממש מעין עולם הבא און מען האט נאך אריינגעכאפט נאך א שעה פון שבת קודש
סארקאזי האט געשריבן:
מיין אפיניען.... כהאב נאך נישט,,, איך דאווען גראדע פרי צוליב א זייטיגע סבה ואכמ''ל ודי ודו''ק ודפח''ח וכו' וגו' אייו זאך פארשטיי איך נישט פארוואס ווען מדאווענט פרי, מוז מען דאווענען שנעלער, פארקערט סאיז פרי האסטו נאך מער צייט, דאס האב איך נאך נישט אויסגעפיגערט, נאך א זאך וואס איך וויל פארשטיין,,,, פארוואס ביי די טראדיציאנאלע סאטמארע אידען, איז דאווענען פרי ערגער ווי די שלש חמורות,(כמיין שלש שבועות) איינער מיט מער ידיעות אין דעם נושא קען אריין קומען??
דאוונען פרי איז נישט מער ערגער ווי אנדערע שינוים, יעדע טויש וואס די קלים ברענגען אריין איז ערגער ווי די שלש חמורות.
עס איז באויסט אז די הייליגע אהבת ישראל פלעגט דאווענען פרי און נאך אסאך הייליגע צדיקים ממילא איז נישט שייך צו זאגען אויף דעם אז דאס הייסט שינוים פארקערט קוק אריין אין כתבי אר''י הק' די הייליגע אריז''ל פלעגט דאך מקבל שבת זיין ביי טאג און אין די גמרא רב צלי של שבת בע''ש
מובן מאיליו, אז ווען איך זאג שינוים מיינט עס ביי אזעלכע מקומות וואו עס איז נישט געווען.
ווען האט די אהבת ישראל געדאווענט? די ארי' הק' פלעגט נאר מקבל שבת זיין פרי אבער נישט דאווענען פרי מערב פלעגט זיין נאכן ר"ת, און אפולי זיין פרי איז געווען נאכן שקיעה, ווייל אויב מען איז מקבל שבת פארדעם איז עס גארנישט ווערט מען דארף אויסבלאזן די לעכט און איבערצינדען [הלכה למעשה עיין בהתניא דחיישינן להלבוש בענינן הפל"ג הקודם]
דער אהבת ישראל און אויך למעלה בקודש די קאסוב וויזניצער רבי'ס זי,עפ לעגן דאווענען זייער פרי קבלת שבת מיט מעריב, עס איז נאך געווען גאר לעכטיג (פאר די שקיעה בדרך כלל, ובפרט בקיץ) בשעת די סעודה.
ביטע ליינען די רשימה מיט די צדיקים מבית מדרשם פון תלמידי בעשטה"ק ותלמידיו זי"ע וואס פלעגען מקבל זיין שבת פריה דורך תפלה (איך האב אליין בודק געווען חלק פון די מקורות וואס ער ברענגט צו זעהן אויב עס שטימט, און דערווייל איז ער צום זאך אין מדויק).
לכאורה האט געשריבן:
דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.
למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.
די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.
אויב האט איר מקבל שבת געוועהן דאן קענט איר לכתחילה מאכן קידוש באלד נאכן דאווענען אפילו ווען ס'איז נאך געהעריג "מבעוד יום". קרי"ש ברויך מען איבער ליינען ביינאכט. (וה"ה ספיה"ע)
ווי אזוי מעג מען דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת זומער ווען די פלג איז פאר די ערשטע בעלל און מערב פארן 60 עס איז דאך א תרתי דסתרי וואס טוט זיך מיט זיך וואשען א סעודת קבע פאר קר"ש.
פון פלג המנחה קען מען מקבל שבת זיין, דאווענען תפילת שבת, מאכן געהעריג קידוש. די אלע קושיות וואס איר האט מעג אייך באדערן און דארף אייך באדערן, אבער עס רירט נישט די הלכה ממקומה.
איר זענט געלאדנט צו לערנען די ענינים במקורם.
אז מען רעדט שוין, וויכטיג געדענעקן, מנחה ברויך מען צו דאווענען בעפאר מ'איז מקבל שבת (אנדערש ווי ווען ס'איז 'חל' שבת אויפן יחיד מחמת ער איז נגרר אחר העיר וואס דאן קען מען יא דאווענען מנחה)
ווען די פרוי צינד ליכט איז נישט חל מיטן איר צינדן קבלת שבת אויפן מאן.
דער מאן ווען ער צינד ליכט ביי פלג אדער אביסל שפעטער און נישט סמוך לערב ברויך דירעקט מקבל שבת זיין, אויב נישט איז די הדלקת הנרות קיין הדלקה.
ס'איז יא א נייע זאך. די אידן וואס טוען עס האבן זייערע זיידעס אויך דאס געטון? אדער טוט מען עס וועגן א שעת הדחק, ווי אנטוערפן ? מ'האט נישט מחמיר געווען ביי ציבור אויף תרתי דסתרי אפילו אין די וואכן כמובא במגן אברהם, כש"כ שבת וואס עוד פוסקים אז שבת איז נישט קיין פראבלעם אפילו לכתחלה
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יעצט נאכאמאל א פאר שאלות וואס די פראקטישסטע וועג עס צו פארמאדען איז דאווענען ביים 72
1]איין שאלה כדי צו דאווענען מערב פארן זמן מיז מען מקדים זיין מנחה פארן פל"ג יעצט די ווייב דארף צינדען ליכט, אבער זי טאר נישט מקדים זיין פארן פל"ג אלץ ובלבד שלא יקדים, און די מאן טאר נישט דאווענען מערב פאר ער אדער זיין ווייב וואס איז אים יוצא] צינד ליכט ווייל אז נישט האט ער נישט מקיים געווען נירות שבת קומט אויס לכאורה דעי אלע פלעצער ווי מען דאווענט מנחה פריע זעצט מען זיך לערנען א האלבע שעה צווישען מנחה [ וואס מען ענדיגט ביים ערשטען בעל]און קבלת שבת [וואס מען הייבט אן נאכן שקיעה]. טוט מען דען אזוי? 2] וואס טוט זיך מיט דעי אלע מענטשען וואס האבן נישט קיין גרויסע מיידל אין שטוב ווער לעשט אויס די ליכט פון די ווייב?.
3] פארגעסט מען טאקע נישט קר"ש? אדער די מציאות איז אז מען פארגעסט יא?
צינדן ליכט קען מען נישט פאר פלג נישט אלס שלא יקדים נאר פונקט ווי דינסטאג פארטאג קען מען נישט צינדן אויף שבת, פון פלג קען מען צינדן נאר אז מען באלד מקבל שבת אלס שלא יקדים.
ווער זאגט אז מען קען נישט דאווענען מעריב פאר די ווייב צינדט? זי מדליק בבית לכבוד שבת פאר יעדן ובשליחות בעה"ב, און דאס איז דער חוב, און אזוי איז מען יוצא. האט איינער אמאל געקלערט אפשר אז מען מוז אויך יוצא זיין די ברכה?
אויסלעשן די ליכט וכו', איז דאס א סיבה אויף נישט מאכן דעם ענין פון "רב צלי של שבת בערב שבת" און ווי די פוסקים ברענגען שפעטער מעשה רב (כגון תרוה"ד, מהרי"ל, ועוד) און איז גע'פסק'נט אין שו"ע?...
געשריבן פון הלכה שטאנדפונקט, מנהגים און ענינים זאל יעדער נוהג זיין כפי שהורו לו רבותיו.
בעאבאכטער האט געשריבן:
ווער זאגט אז מען קען נישט דאווענען מעריב פאר די ווייב צינדט? זי מדליק בבית לכבוד שבת פאר יעדן ובשליחות בעה"ב, און דאס איז דער חוב, און אזוי איז מען יוצא. האט איינער אמאל געקלערט אפשר אז מען מוז אויך יוצא זיין די ברכה?
מיין דיין האט גע'פסק'ט [איך האב עס נישט געלערנט אינעווייניג און איך ווייס נישט קיין מקור] אז ווען דער בעה"ב דאווענט מעריב איז חל שבת אויך אויף די ווייב, און זי מעג מער נישט צונדן...