בקשת עזרה מיר האבן תחת ידינו א שלל הערליכע סיפורים בנוגע קדושת בית המדרש אויף לשון הקודש, אויב קענט איר זיך מתנדב זיין דאס איבערצוזעצן אויף אידיש, ביטע פארבינדט זיך מיטן מערכת [email protected] וזכות הרבים יהא תלוי בכם
פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!
אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.
א גוט שבת!
צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו[email protected]
פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו[email protected]
איך בין אמאל געווען אין א מצב פאר א שטיק צייט, ווען מיין ארבייטס געבער האט פשוט נישט באצאלט. די דיין האט געפסקנט אז איך זאל נישט באצאלן די רענט ביז די קינדער זענען זאט. די קאר איז געווען אוועקגעלייגט ביז... ווען כ׳האב אריינגעגאנגען אין גראסערי בין איך ארויס פונעם צווייטען טיר מיט ליידיגע הענט, די בושה צו פארציילען פאר א חבר אדער גיין צו שבת פעקלעך האט געקאסט בלוט און פיין. ( אמאל פלעג איך דארט צוהעלפן לשם מצוה) אבער צום סוף האט די פעקל געראטעוועט מיין משפחה׳ס לעבן. נאר ווער עס איז דאס אמאל אדורך קען דאס ריכטיג פארשטיין די פיין און ליידן צו זיך געפינען אין אזא ביטערן מצב. ווען כ׳האב זיך פארגענומען נישט צו רעדן בשעת התפילה אפולו בין גברא לגברא האבעך גלייך געזעהן א נס מן השמים חוץ לדרך הטבע וואס מיינע נאנטע האבן מיט געהאלטן. די פארגענומעכטס איז געווען שווער פון אנפאנג אבער זיס ווי ציקער אנטקעגן די שרעקליכע ארעמקייט בושה! (נאמען געהיטען אין די רעדאקציע)
איך וויל דא מיטטיילן דאס פאלגנדע וואס האט מיט מיר פאסירט. שוין עטליכע יאר וואס איך נעם צוזאמען געלט פאר א חשוב'ער קופת צדקה ביי די מנינים שחרית. א צייט צוריק האט זיך מיר געמאכט א מיחוש און איך האב געליטן יסורים ר"ל. איך בין ארומגעלאפן צו דאקטוירים, אבער די ישועה איז נישט געקומען. איר האט דעמאלט געשריבן א מעשה וועגן א איד וואס האט זיך געמוטשעט מיט געזונט- פראבלעמען און ער איז נתעורר געווארן אז התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי שרייבט דאך אין זוהר הקדוש, אז בשעת מען לייענט די תורה איז עס אזוי ווי מעמד מתן תורה, וואס אלע קראנקע זענען דעמאלט אויסגעהיילט געווארן און דאס אלעס שפילט זיך איבער ביי קריאת התורה, און דער איד האט דאן געהאט א ישועה. לייענעדיג דאס, האב איך זיך פארגענומען מהיום והלאה מער נישט ארומצוגיין מאנטאג און דאנערשטאג נאך געלט בשעת'ן לייענען, נאר ערשט נאכ'ן לייענען. און ברוך ה', אלע מיינע ווייטאגן האבן זיך אויפגעהערט אן טון קיין שום פעולות פאר רפואות. כי אני ה' רופאיך. החותם מתוך הערצה עמוקה על הגליונות המלאים הלכה, חיזוק והשקפה נכונה על דרך התורה נעתק מהגליון הליכות החיים- בראשות המערכת ותשחח״ל
פארשפרייט דעם גליון ביי אייך אין ביהמ"ד, און העלפט אידישע תפלות עולה זיין לשמי מעל!
אויב ווייסט איר פון א סיפור בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען, ובפרט סיפורי ישועות פון היינטיגע צייטן, שיקט דאס אונז און זייט מזכה את הרבים.
א חג כשר ושמח
התודה והברכה להר"ר א.י.א.ק. שליט"א ששילם כל ההוצאות העתקות הסיפורים נאמנים ומקורים מלה"ק לאידיש זכות הרבים תלוי בו ומן השמים יתברך בכל מילי דמיטב ויתמלא כל משאלותיו לטובה ולברכה
צו באקומען נאך חומר בנוגע קדושת התפלה שיקט אן אימעיל צו ומקדשי תיראו[email protected]
פארן גליון קדושת בית המדרש (ערשיינט חודש'ליך) שיקט אן אימעיל צו[email protected]
דרך אמונה פרשת אחרי קדושים-בענין מורא מקדש ועניית איש"ר סיפורי מעשיות עם ניסים גלויים ממש שארעו ממש לאחרונה בענין מורא מקדש ועניית איש"ר מצוה לפרסמו והמזכה את הרבים שכרו הרבה מאוד ואין חטא בא על ידו ,מצורף כאן בלינק http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=2362