סאדאם חוסעין האט געשריבן:
די תירץ איז פשוט 1] די מולד איז לויט די אמאליגע ארץ ישראל'דיגע זייגער וואס דאס מיינט בערך 7 שעה מיט 21 מינוט געריקט פון ניו יארק, סא קודם האלט מען שוין 7 א האלב שעה א חילוק 2] פעמים די גמרא זאגט שוין אז פעמים בא בארוכה ופעמים בא בקצרה, ווי די רמב"ם איז מסביר אז עס האט א גלגל קטן אויפן גלגל גדול, און די אבן עזרא זאגט אז עס קען גיין בי 14 שעה א חילוק און יעצט איז עס כמעט די מערסטע בארוכה וואס עס קען זיין.
האבעך געקלערט, וואלט בי"ד געקענט מחדש זיין דעם חודש נאכן זעהן א ליקוי חמה? אדער עדים וואלטן געקענט אויף דעם עדות זאגןן אז ס'איז שוין דא א נייע לבנה?
די שאלה איז אויב מ'זעהט די נייע לבנה נישט פיזיש נאר אפגעשפיגעלט למשל אין א שפיגעל, קען מען אויף דעם עדות זאגן?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אבער אז מ'רעדט שוין, בעצם האט מען שוין דארט געשריבען אז מען זעהט דאך נישט די לבנה ביים ליקוי חמה, יעצט ווען ראוה בעששית וואלט גוט געווען וואלט מען געקענט דן זיין וויבאלד ס'פעלט דאך נישט אויס צו זעהן די פיזישע לבנה, נאר אפילו ווען מען זעהט עס זיך אפשפיגלען איז גוט, אבער למעשה איז דאך עס נישט גוט.
אבער אליבא דאמת איז נישט אזוי פשוט פארוואס ראוה בעששית איז נישט גוט, וכדציינתי להברכי יוסף וואס וויל זאגן אז עס קען זיין אז די פראבלעם איז ווייל ס'קען זיין אז ס'האט זיך זיי נאר געדאכט אז זיי האבן געזעהן די לבנה - און וועגן דעם וויל ער זאגן אז ביי אנדערע עדיות אויף אן אופן וואס מ'קען זיך נישט טועה זיין, וועט גוט זיין - ולפי"ז ביי א ליקוי חמה וואס איז זיך נישט שייך טועה צו זיין, וועט אויך לכאורה גוט זיין.
מצד אחר, אין שו"ת עין יצחק (אה"ע קמא סי' ל"א אות ג') שרייבט ר' יצחק אלחנן אז ראוה בעששית איז דוקא א דין ביי קידוש החודש וואס שטייט כזה ראה וקדש, משא"כ בשאר עדיות ווי למשל אן עגונה וואס ער איז דן, וועט יא זיין גוט, וז"ל 'וכן מהא דר"ה דראינו בעששית אין מעידין, שאני התם דהא כתיב כזה ראה וקדש, וע"כ בעינן בראיית החודש דוקא דיראו את עצם הלבנה ולא ע"י דמיון וכיוצא', לפי"ז שטייט דא אז מען מוז זעהן די עצם לבנה.
בעצם קען מען עס אפשר תולה זיין אין א מחלוקת אחרונים וואס עדות החודש איז, דהיינו ווייל ווי שוין דערמאנט מוז מען דאך זעהן די לבנה כדי צו קענען מקדש זיין דעם חודש און מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף די חשבונות ווען די מולד איז, איז אין שו"ת בני ציון סי' קמ"ה גייט ער מיט א מהלך אז עדות החודש זענען נישט קיין עדי בירור, ווייל ווי געזאגט אפילו מען ווייסט אז עס איז געווען די מולד קען מען נישט מקדש זיין, נאר ס'איז א גזירת הכתוב אז עדים מוזן זעהן די לבנה, אבער אין קהילות יעקב אין ר"ה סי' י"ט טענה'ט ער אז עס קען יא זיין אז זיי זענען עדי בירור, דהיינו אז די גזיה"כ איז אפילו מ'ווייסט ע"פ חשבון אז עס איז געווען די מולד, מוז עס נתברר ווערן דורך ראי', איז לפי דעם בני ציון איז לכאורה מוכרח אז מען מוז ממש זעהן די עצם לבנה, משא"כ לפי דער קה"י קען אפשר זיין אז עס איז גוט.