בלאט 2פון 3

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:53 am
דורך באקסער בוים
סאדאם חוסעין האט געשריבן: די תירץ איז פשוט
1] די מולד איז לויט די אמאליגע ארץ ישראל'דיגע זייגער וואס דאס מיינט בערך 7 שעה מיט 21 מינוט געריקט פון ניו יארק,
סא קודם האלט מען שוין 7 א האלב שעה א חילוק
2] פעמים די גמרא זאגט שוין אז פעמים בא בארוכה ופעמים בא בקצרה, ווי די רמב"ם איז מסביר אז עס האט א גלגל קטן אויפן גלגל גדול,
און די אבן עזרא זאגט אז עס קען גיין בי 14 שעה א חילוק און יעצט איז עס כמעט די מערסטע בארוכה וואס עס קען זיין.

האבעך געקלערט, וואלט בי"ד געקענט מחדש זיין דעם חודש נאכן זעהן א ליקוי חמה? אדער עדים וואלטן געקענט אויף דעם עדות זאגןן אז ס'איז שוין דא א נייע לבנה?

די שאלה איז אויב מ'זעהט די נייע לבנה נישט פיזיש נאר אפגעשפיגעלט למשל אין א שפיגעל, קען מען אויף דעם עדות זאגן?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:00 pm
דורך למדן וצדיק
ברוך שכיוונת
viewtopic.php?p=1505002#p1505002

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:21 pm
דורך באקסער בוים
למדן וצדיק האט געשריבן: ברוך שכיוונת
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1505002

טאקע א זכי'!

די שאלה איז אויב ס'איז גענוג צו זעהן די לבנה אדער עני אנדערע עדות דורך א שפיגל וכדומה, כ'גלייב אז דעס איז מבואר בפוסקים,

דארף מען ווארטן אויף די תלמידי חכמים דא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:58 pm
דורך פייערמאן
באקסער בוים האט געשריבן: די שאלה איז אויב ס'איז גענוג צו זעהן די לבנה אדער עני אנדערע עדות דורך א שפיגל וכדומה, כ'גלייב אז דעס איז מבואר בפוסקים,

גמרא מפורשת בר"ה דף כ"ד. 'ראינוהו בעששית כו' אין מעידין עליו', ולענין שאר עדיות ראה בשו"ת הלכות קטנות סי' פ"ג ובברכי יוסף חו"מ סי' ל"ה אות י"א.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:33 pm
דורך למדן וצדיק
די שאלה איז אויב מזעהט די לבנה ביי א ליקוי חמה צו סהייסט אז מהאט עס געזעהן דורך א שפיגל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 7:03 pm
דורך פייערמאן
יא יא, כ'האב דאך נישט ציטירט די גאנצע.

אבער אז מ'רעדט שוין, בעצם האט מען שוין דארט געשריבען אז מען זעהט דאך נישט די לבנה ביים ליקוי חמה, יעצט ווען ראוה בעששית וואלט גוט געווען וואלט מען געקענט דן זיין וויבאלד ס'פעלט דאך נישט אויס צו זעהן די פיזישע לבנה, נאר אפילו ווען מען זעהט עס זיך אפשפיגלען איז גוט, אבער למעשה איז דאך עס נישט גוט.

אבער אליבא דאמת איז נישט אזוי פשוט פארוואס ראוה בעששית איז נישט גוט, וכדציינתי להברכי יוסף וואס וויל זאגן אז עס קען זיין אז די פראבלעם איז ווייל ס'קען זיין אז ס'האט זיך זיי נאר געדאכט אז זיי האבן געזעהן די לבנה - און וועגן דעם וויל ער זאגן אז ביי אנדערע עדיות אויף אן אופן וואס מ'קען זיך נישט טועה זיין, וועט גוט זיין - ולפי"ז ביי א ליקוי חמה וואס איז זיך נישט שייך טועה צו זיין, וועט אויך לכאורה גוט זיין.

מצד אחר, אין שו"ת עין יצחק (אה"ע קמא סי' ל"א אות ג') שרייבט ר' יצחק אלחנן אז ראוה בעששית איז דוקא א דין ביי קידוש החודש וואס שטייט כזה ראה וקדש, משא"כ בשאר עדיות ווי למשל אן עגונה וואס ער איז דן, וועט יא זיין גוט, וז"ל 'וכן מהא דר"ה דראינו בעששית אין מעידין, שאני התם דהא כתיב כזה ראה וקדש, וע"כ בעינן בראיית החודש דוקא דיראו את עצם הלבנה ולא ע"י דמיון וכיוצא', לפי"ז שטייט דא אז מען מוז זעהן די עצם לבנה.

בעצם קען מען עס אפשר תולה זיין אין א מחלוקת אחרונים וואס עדות החודש איז, דהיינו ווייל ווי שוין דערמאנט מוז מען דאך זעהן די לבנה כדי צו קענען מקדש זיין דעם חודש און מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף די חשבונות ווען די מולד איז, איז אין שו"ת בני ציון סי' קמ"ה גייט ער מיט א מהלך אז עדות החודש זענען נישט קיין עדי בירור, ווייל ווי געזאגט אפילו מען ווייסט אז עס איז געווען די מולד קען מען נישט מקדש זיין, נאר ס'איז א גזירת הכתוב אז עדים מוזן זעהן די לבנה, אבער אין קהילות יעקב אין ר"ה סי' י"ט טענה'ט ער אז עס קען יא זיין אז זיי זענען עדי בירור, דהיינו אז די גזיה"כ איז אפילו מ'ווייסט ע"פ חשבון אז עס איז געווען די מולד, מוז עס נתברר ווערן דורך ראי', איז לפי דעם בני ציון איז לכאורה מוכרח אז מען מוז ממש זעהן די עצם לבנה, משא"כ לפי דער קה"י קען אפשר זיין אז עס איז גוט.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: מוצ"ש יוני 20, 2020 11:26 pm
דורך פאטאקי08
ליקוי חמה וועט נארוואס געזעהן ווערן אין ארץ ישראל
https://www.timeanddate.com/eclipse/map/2020-june-21

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:16 am
דורך super-star
פאטאקי08 האט געשריבן: ליקוי חמה וועט נארוואס געזעהן ווערן אין ארץ ישראל
https://www.timeanddate.com/eclipse/map/2020-june-21

געווען א "רינג ליקוי", דהיינו די זוהן איז געזעהן געווארן ארום די לבנה.
ring of fire
ring of fire
3388-640x400.jpg (22.5 KiB) געזען 5685 מאל

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 3:58 pm
דורך וואנאוויטשער
די רינג איז געווען ווייט אוועק פון א"י.
און א"י אליין איז געווען פארדעקט נאר 35% - 40% פון די זוהן.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג יוני 03, 2021 2:52 pm
דורך פאטאקי08
ליקוי חמה וועט געזעהן ווערן ביים זון אויפגאנג פון נוי יארק געגענט דעם ר"ח תמוז

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: מיטוואך יוני 09, 2021 11:49 pm
דורך super-star
בקיצור נמרץ.כאטש מען האט עס שוין דערמאנט.
מארגן דאנערשטאג באשמורת הבוקר וועט פארקומען א ליקוי חמה (טבעתי, דהיינו נישט קיין פולע, די זון וועט נישט זיין אינגאנצן באדעקט, נאר רוב דערפון).
אין ניו יארק וועט מען עס קענען זעהן בשעת'ן נץ. ווען דער זון וועט ארויסקומען איבערן האריזאנט וועט זיין אויבערשטער טייל זיין באדעקט מיטן שווארצן לבנה.
דאס מיינט אז בערך די ערשטע צוויי מינוט נאכן נץ וועט מען נאכנישט זען דעם זון, און דערנאך וועט ער ארויפקרוכן שיינענדיג ווי א לבנה.

ווען איז דער נץ ?
אן אינטרעסאנטער שאלה איז דערמאנט געווארן אויף קול מבשר, צי די וועלכע דאווענען ותיקון ברויכן ווארטן נאך א צוויי מינוט ביז דער זון איז זעהבאר, אדער מען רעכנט כאילו דער זון איז שוין ארויף, א שטייגער ווי א פארוואלקנטער טאג.
לענ"ד איז דא א גרויסן חילוק. ווען עס איז פארוואלקנט קומען באמת אהן די זוהן שטראלן צום כדור הארץ, און זיי פאלן אויף די וואלקענעס וועלכע זענען אינגאנצן עטליכע מייל הויך. משא"כ ווען דער לבנה שטערט, טייטש דאס אז די זוהן שטראלן זענען נישט דא בכלל.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 1:02 am
דורך עובדיה
לויט דעם, ווען ס'איז דא א פולע ליקוי, און מ'קען זעהן שטערנס, ווערט נאכט און מ'דארף דאווענען מעריב.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 6:18 am
דורך בעל מדרגה
super-star האט געשריבן:

[b]ווען איז דער נץ ?

אן אינטרעסאנטער שאלה איז דערמאנט געווארן אויף קול מבשר, צי די וועלכע דאווענען ותיקון ברויכן ווארטן נאך א צוויי מינוט ביז דער זון איז זעהבאר, אדער מען רעכנט כאילו דער זון איז שוין ארויף, א שטייגער ווי א פארוואלקנטער טאג.
לענ"ד איז דא א גרויסן חילוק. ווען עס איז פארוואלקנט קומען באמת אהן די זוהן שטראלן צום כדור הארץ, און זיי פאלן אויף די וואלקענעס וועלכע זענען אינגאנצן עטליכע מייל הויך. משא"כ ווען דער לבנה שטערט, טייטש דאס אז די זוהן שטראלן זענען נישט דא בכלל.


יש לדון, ווייל ביי די לבנה האבן זייער אסאך געהאלטן אז אויב איז רישומו ניכר איז גוט, אויב אזוי ביי א ליקוי חמה וואס איז אייביג רישומו ניכר איז זיכער גוט.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:07 am
דורך super-star
עובדיה האט געשריבן: לויט דעם, ווען ס'איז דא א פולע ליקוי, און מ'קען זעהן שטערנס, ווערט נאכט און מ'דארף דאווענען מעריב.

א גוטע הערה. אבער דער חילוק איז אז בשעת'ן נץ איז דער זון נאך היפש אינטערן האריזאנט באמת. בערך 34 מעלות. און די סיבה פארוואס מיר זען אים איז אלס Atmospheric refraction. קומט אויס אז דער גאנצע סיבה פארוואס עס הייסט שוין טאג איז נאר צוליב זיינע שטראלן. אויב אזוי ווען זיינע שטראלן קומען נישט אהן איז נישט דא קיין סיבה עס אנצורופן נץ.
בעל מדרגה האט געשריבן:
super-star האט געשריבן:

[b]ווען איז דער נץ ?

אן אינטרעסאנטער שאלה איז דערמאנט געווארן אויף קול מבשר, צי די וועלכע דאווענען ותיקון ברויכן ווארטן נאך א צוויי מינוט ביז דער זון איז זעהבאר, אדער מען רעכנט כאילו דער זון איז שוין ארויף, א שטייגער ווי א פארוואלקנטער טאג.
לענ"ד איז דא א גרויסן חילוק. ווען עס איז פארוואלקנט קומען באמת אהן די זוהן שטראלן צום כדור הארץ, און זיי פאלן אויף די וואלקענעס וועלכע זענען אינגאנצן עטליכע מייל הויך. משא"כ ווען דער לבנה שטערט, טייטש דאס אז די זוהן שטראלן זענען נישט דא בכלל.


יש לדון, ווייל ביי די לבנה האבן זייער אסאך געהאלטן אז אויב איז רישומו ניכר איז גוט, אויב אזוי ביי א ליקוי חמה וואס איז אייביג רישומו ניכר איז זיכער גוט.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו רופסט דאס אהן רישומו ניכר. די ערשטע צוויי מינוט נאכן נץ ווען די לבנה באדעקט אים זעהט מען גארנישט מער ווי פארן נץ.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:44 am
דורך עובדיה
super-star האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן: לויט דעם, ווען ס'איז דא א פולע ליקוי, און מ'קען זעהן שטערנס, ווערט נאכט און מ'דארף דאווענען מעריב.

א גוטע הערה. אבער דער חילוק איז אז בשעת'ן נץ איז דער זון נאך היפש אינטערן האריזאנט באמת. בערך 34 מעלות. און די סיבה פארוואס מיר זען אים איז אלס Atmospheric refraction. קומט אויס אז דער גאנצע סיבה פארוואס עס הייסט שוין טאג איז נאר צוליב זיינע שטראלן. אויב אזוי ווען זיינע שטראלן קומען נישט אהן איז נישט דא קיין סיבה עס אנצורופן נץ.

לפי"ז עכ"פ ווען ס'איז דא א ליקוי נאכן שקיעה, און ס'איז גורם ראיות הכוכבים, וועט ווערן לילה. די זעלבע ווען ס'וועט זיין פאר'ן נץ, אויב ס'איז גורם ס'זאל נישט ווערן לעכטיג, וועט עס האבן א דין לילה, און ווען ס'ענדיגט זיך וועט ווערן צוריק יום.

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 1:42 pm
דורך פאטאקי08
א ליקוי חמה וועט געזעהן ווערן היינט באנייכט ביים מולד אין אנטארטיקע
א פולע ליקוי

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:47 pm
דורך יש הנאה
פאטאקי08 האט געשריבן: א ליקוי חמה וועט געזעהן ווערן היינט באנייכט ביים מולד אין אנטארטיקע
א פולע ליקוי


פשיהא! דער עולם איז געהעריג אהין געגאנגען!
sun.png
sun.png (528.45 KiB) געזען 4327 מאל

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:55 pm
דורך פאטאקי08
א בילד פון נעכטן

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 8:50 pm
דורך יש הנאה
שיינע בילדער פון די ליקוי החמה אין אנטארטיקע...

בילד



בילד

בילד

בילד

בילד

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2022 9:51 pm
דורך יש הנאה
פארגאנגענעם מיטוואך האט א סאטעלייט מיטן נאמען 'SDO' אויפגעכאפט א ליקוי החמה אין ספעיס, די אינטערעסאנטקייט איז געווען; די קלארע און נאנטע בילדער וואס דער סאטעלייט האט באוויזן צו פאטאגראפירן.



בילד
download.gif
download.gif (43 Bytes) געזען 3906 מאל
א לינק צום בילד
https://www.dropbox.com/s/x4qaul1lrac15 ... e.gif?dl=0

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 8:50 am
דורך פאטאקי08
א ליקוי חמה וועט געזעהן ווערן אין אייראפע/מיטל מזרח קומענדיגן מולד חודש מרחשון דינסטאג נח מיטאג צייט
(דערמאנונג צו קויפן זון גלעזער)
א ליקוי לבנה וועט געזעהן ווערן אין אמעריקע דינסטאג פארטאגס (וואל טאג) פרשת וירא

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:06 am
דורך בעלזא אייניקעל
פאטאקי08 האט געשריבן:
א ליקוי חמה וועט געזעהן ווערן אין אייראפע/מיטל מזרח קומענדיגן מולד חודש מרחשון דינסטאג נח מיטאג צייט
(דערמאנונג צו קויפן זון גלעזער)
א ליקוי לבנה וועט געזעהן ווערן אין אמעריקע דינסטאג פארטאגס (וואל טאג) פרשת וירא
היינט

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 4:02 pm
דורך פאטאקי08
טאטאלע ליקוי חמה צוזאמען מיט א רינג ליקוי (הייבריד ליקוי חמה) וועט געזעהן ווערן אין אויסטראליע ערב ר"ח אייר
בילד

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:50 am
דורך פאטאקי08
וואו זענען אונזער אויסטראליע (אדער מאלאזיע) חברים?

Re: "והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:29 am
דורך פאטאקי08
שיין בילד

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: