אדווערטייזמענט: וויכטיגע און נוצבארע אינפארמאציע איבער "פייער אינשורענס"

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: וויכטיגע און נוצבארע אינפארמאציע איבער "פייער אינשורענס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

וויכיגע און נוצבארע אינפארמאציע
איבער "פייער אינשורענס"

איבערגעגעבן דורכ'ן היימישן אינשורענס-אגענט
ר' יואל מייזעלס
פון "די מייזעלס אגענטור"



אין א רואיגן מינוט

יעדע עטליכע וואכן מאכט זיך א התעוררות און ווינט ביים ציבור זיך צו אינטערעסירן איבער "היים-פייער-אינשורענס", אפטמאל נאכדעם וואס עס פאסירט ח"ו א שריפה, און מען גיבט א טרייסל, זיך כאפענדיג אז עס איז וויכטיג צו זיין געדעקט אין פאל פון – עס זאל זיך נישט מאכן – א שריפה ה"י. אין אזעלכע פעלער ווערן אסאך מענטשן היסטעריש און מען 'כאפט' א פאליסי, אן דעם וואס מען פארשטייט גענוי וואס מען קויפט, און וואס מען דארף באמת, אדער ווערט מען אפגעקליט און מען פארגעסט צו מאכן אינשורענס.

די ריכטיגע מהלך איז, זיך אראפצוזעצן אין א רואיגן מינוט, און ארויסהאבן די סאמע כללים פון פארמעגן-אינשורענס, און מאכן א רעאליסטישן חשבון וויפיל ווערד נכסים מען פארמאגט, און וועלכע פאליסי עס איז געאייגנט פאר אייך אז אייערע "אלע" נכסים זאלן ווערן געדעקט מיט די ריכטיגע אינשורענס.

דעריבער ברענגען מיר אייך די פאלגענדע אינפארמאציע, וואו מיר נעמען בעז"ה ארום די וויכטיגסטע פונקטן און ידיעות צו וויסן בנוגע אן אינשורענס פאליסי: פארוואס, וויפיל, און וואס זיך איינצוהאנדלען.


וויפיל זענט איר ווערד?

האלט אייך נישט אזוי קליין... אסאך מענטשן מענטשן שאצן אונטער זייערע פארמעגנס. זיי קלערן צ.ב. אז א פאליסי פון 50,000$ דעקונג וועט זיין גענוג. אבער למעשה איז זייער פארמעגן פיל מער ווערד. א געווענליכע היימישע משפחה פארמאגט נכסים צווישן פופציג און צוויי הונדערט טויזנט דאלאר. אפילו גאר יונגע פארפעלקער פארמאגן רוב מאל היפש אריבער 50,000$ ווערד.

אז איר וועט ארויסנעמען א רעכן-מאשין און איבערעכענען אלע אייערע חפצים, ווי פורניטשור, עפלייענסעס, קליידונג, צירונג, זילבערווארג, ספרים, שטאפיר פון די גאנצע פאמיליע, געשיר, קאך-געצייג, און אזוי ווייטער, וועט איר זעהן אז עס באטרעפט א געוואלד מיט געלט. דעריבער איז וויכטיג ביים מאכן א פאליסי צו וויסן קלאר וויפיל מען איז באמת ווערד. 


פון וואס דארף מען זיך באהיטן?

עס איז וויכטיג צו וויסן אז ווען מען רעדט פון "פייער אינשורענס", רעדט מען אייגנטליך פון פיל מער ווי בלויז "פייער" אינשורענס. א געווענליכער היים-אינשורענס פאליסי דעקט נישט בלויז א פייער שאדן, נאר אויך פארשידענע אנדערע ערליי מזיקים וועלכע קענען אנמאכן שאדנס ח"ו. אריינגערעכנט: וואסער, רויעך, א בליץ, געז-אויפרייס, געפאלענער בוים, א.א.וו. צווישן אונז גערעדט רופן מיר עס טאקע מיט'ן שם הכולל "פייער אינשורענס", אבער עס איז באמת פיל מער פון דעם.

אשר על כן, ווען מען מאכט א היים-אינשורענס דארף מען טאקע מאכן זיכער צו מען איז געדעקט אויף אלעם. אמאל פלאצט א פייפ ביים שכן און א שאפע גייט קאליע - א מעגליכע שאדן פון צען ביז צוואנציג טויזנט דאלאר, און דער עגמת נפש איז גרויס. עס לויפן טאקע נישט קיין פייערלעשער, מ'הערט נישט קיין געטומל, די גאנצע מעשה האט גענומען קוים צען מינוט, אבער מ'בלייבט מיט א שאדן פון שווערע טויזנטערס אין אייניגע מינוטן וואס קען געדעקט ווערן דורך האבן א פאסיגן אינשורענס-פלאן.


וואספארא אינשורענס דארף איך?

טענענטס: אויב פארמאגט איר נישט קיין אייגענע דירה, נאר איר וואוינט אויף רענט, דארפט איר האבן "רענטערס אינשורענס"; וואס דעקט אלע אייער פריוואטע חפצים וואס געפונט זיך אין די דירה, אין פאל פון א שאדן ה"י. אויב איר האט אליינס אריינגעלייגט אפגרעידס אין די דירה, דארף איר עס אריינרעכענען אין די פאליסי.

פריוואטע הויז אייגנטומער:א בעל הבית פון א פריוואטע הויז דארף מאכן "האום אונערס אינשורענס"; וואס דעקט סיי די הויז און סיי אלע חפצים דערינען, לייעביליטי, לאו-סוט א.א.וו.
אויב האט מען א פריוואטע דירה פאר אינוועסמענט, דאר, מען א "לענדלארד" אינשורענס-פאליסי צו דעקן די הויז, רענט-פארלוסט, לייעביליטי, און לאו-סוטס.

קאנדימיניום היים-אייגנטומער:טאמער זענט איר דער אייגנטימער פון א קאנדאמיניום יוניט – ווי עס איז די סדר פון דירות אין רוב היימישע געגנטער – דארפט איר מאכן "א קאנדאו-יוניט-אונערס אינשורענס", אדער ווי עס ווערט גערופן אן HO6 פאליסי.

אויב וואוינט איר דערין דארפט איר אריינלייגן אין די פאליסי צו דעקן דעם יוניט, חפצים, לייעביליטי, לאו-סוט, א.א.וו., און טאמער איז עס פארדינגען דארפט איר דעקן אייגנטומערשאפט, לייעביליטי, רענט-פארלוסט און לאו-סוט, ווי אויבנדערמאנט.

פאראן אייגנטימער פון קאנדאמיניום דירות וועלכע זענען רואיג אז זיי האבן די "קאנדאו מעסטער פאליסי" דעקונג וואס איז געווענליך דא אויף די גאנצע געביידע, אבער דער פאקט איז אז דאס דעקט בלויז די ווערד פון די געביידע-סטרוקטור און די בעיסיק דירה זעלבסט. איר דארפט אבער פארמאגן אן אייגענע פאליסי וועלכע דעקט אייער לייעביליטי (אחריות), לאו-סוט, אזוי אויך סיי וועלכע אפגערעידס אין אייער דירה, ווי למשל קלאזעטס, צענטראל-עירקאנדישאן, מאלדינג טירן, א פסח קיך, א.ד.ג.

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז דוקא א לעגאלער אייגנטומער פון א דירה קען מאכן אינשורענס אויף א דירה אדער אפגרעידס. אויב זענט איר נישט דער אפיציעלער לעגאל-פארשריבענער בעל הבית אויף די דירה, קענט איר נישט מאכן אויף דעם אינשורענס, נאר עס דארף זיין צוויי באזונדערע פאליסיס פאר'ן אייגנטומער און פאר'ן פאקטישער איינוואוינער.


איז אן אינשורענס-פאליסי א טייערע מעשה?

א פאליסי קאסט נישט קיין סך. און נעמענדיג אין באטראכט די ריזיגע פארלוסט וואס מ'שפארט זיך איין איז עס ממש קליין געלט. צום ביישפיל: א קאנדאו-פאליסי פאר אן אינוועסמענט-דירה קאסט בערך 100-150$ א יאר, און מ'קען זיך דערמיט שפארן אן א שיעור עגמת נפש.

נאך א ביישפיל: א רענטערס-פאליסי קאסט בערך 150-300$ און עס דעקט דאס גאנצע האב-און-גוטס פון א משפחה וואס ליגט אין די דירה, זיי צוריקצושטעלן אויף די פיס אין פאל פון סיי וועלכע שאדן, ס'זאל זיך נישט מאכן. און דאס זעלבע איז אויך ביי אלע אנדערע סארט פאליסיס וואס די קאסטן פון די אינשורענס איז ווי א שפיי אין ים קעגן וואס מען קען ח"ו שאדן האבן אויב מען פארמאגט נישט קיין אינשורענס.


למעשה: וועלכע פאליסי נעם איך?

עס איז נישטא קיין "וואן סייז פיטס אלל", נאר יעדע פאליסי און יעדע משפחה נויטיגט זיך אין א אייגנארטיגע פאליסי, און פאר יעדן דארף מען באזונדער אהערשטעלן די פאליסי לויט זיינע געברויכן און אומשטענדן. עס לוינט זיך צו נעמען די מיה און אראפגעבן צען-פופצן מינוט און איבערגיין אייער פערזענליכע פרטים,


דיסקלעימער:

דער ארטיקל איז געשריבן בלויז צו געבן אינפארמאציע פאר די ליינער, יעדע פירמע האט זייער אייגענע פאליסי. פאר סיי וועלכע באשלוס אדער פראפעסיאנאלע ראט, ביטע זיך פארבינדן פערזענליך מיט אונזער אפיס. 845-783-4000 אדער אימעיל [email protected]




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ייש"כ פאר די גאר נוצבארע אינפארמאציע!

זייער שיין געשריבן און צולייגט מיט אלע פרטים און פרטי פרטים.
---
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

כקען מעיד זיין אויף ר' יואל, ער ווייסט וואס ער טוט
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

יישר כח
עטליכע פראגן, רעדנדיג מיט א אגענט פון ווערט פון חפצים מ'הייבט אן אויסרעכענען צירונג גאלד און זילבער, זאגט ער ניין דאס איז נישט געקאווערט, נו, אם כן למה זה אנכי, ווייטער ספרים זאגט ער אויך נישט. שטריימל אויך נישט ס'איז טייערע פור, נו וואס יא אפאר הויזענעס ? וואס איז די עצה.
צווייטנס, זאגט ער אז בשעת'ן קויפן בעט מען גארנישט מ'דארף נאר צאלן, אבער ווען ס'קומט אויפצופיקן א טשעק, הייבט זיך אן אז ברענג פרוף ברענג רעסיטס, ווער זאגט אז דו האסט טאקע געהאט אזויפיל אין די דירה, נו וואס טוט מען מיט למען לא ניגע לריק, וואס איז אייער תירוץ ?
אדאנק
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט.

מיין קרוב האט געהאט א 'מילדע' פייער פון נאר $100,000 שאדן און אסאך עגמת נפש, איך האב אביסל מיטגעהאלט די צוגאנג פון די אינשורענס קאמפאני.

אן אפשאצער איז אראפגעקומען און געמאכט א רעפארט וואס דארטן טוט זיך, דערנאך האט זיך דאס פארשלעפט אפאר וואכן און ס'איז אנגעקומען א טשעק פון כמעט די גאנצע סומע, אנע רעסיטס און הוכחות. דאס איז חוץ דעם טשעקל וואס מען האט שפעטער באקומען פאר די רענט וואס מען האט געדארפט צאלן ווילאנג מען איז געווען אינדרויסן פון די אייגענע דירה, מיט די מופן קאסטן.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

דארף מען וויסן וואסערע קאווערידזש ער האט פונקטליך געהאט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7311
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בלעטל האט געשריבן: יישר כח
עטליכע פראגן, רעדנדיג מיט א אגענט פון ווערט פון חפצים מ'הייבט אן אויסרעכענען צירונג גאלד און זילבער, זאגט ער ניין דאס איז נישט געקאווערט, נו, אם כן למה זה אנכי, ווייטער ספרים זאגט ער אויך נישט. שטריימל אויך נישט ס'איז טייערע פור, נו וואס יא אפאר הויזענעס ? וואס איז די עצה.
צווייטנס, זאגט ער אז בשעת'ן קויפן בעט מען גארנישט מ'דארף נאר צאלן, אבער ווען ס'קומט אויפצופיקן א טשעק, הייבט זיך אן אז ברענג פרוף ברענג רעסיטס, ווער זאגט אז דו האסט טאקע געהאט אזויפיל אין די דירה, נו וואס טוט מען מיט למען לא ניגע לריק, וואס איז אייער תירוץ ?
אדאנק

אמאל געהערט אז עס איז כדי צי מאכען פיקטשערס פון די חפיצים און אפליינסעס דאס קען העלפען ביי א שריפה ח"ו
וועגן שטריימלעך און דזולערי ווייס איך טאקע נישט
Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע:Monroe, NY

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Meisels »

Iphone האט געשריבן: כקען מעיד זיין אויף ר' יואל, ער ווייסט וואס ער טוט


Thank you for your vote;l;p-
Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע:Monroe, NY

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Meisels »

בלעטל האט געשריבן: יישר כח
עטליכע פראגן, רעדנדיג מיט א אגענט פון ווערט פון חפצים מ'הייבט אן אויסרעכענען צירונג גאלד און זילבער, זאגט ער ניין דאס איז נישט געקאווערט, נו, אם כן למה זה אנכי, ווייטער ספרים זאגט ער אויך נישט. שטריימל אויך נישט ס'איז טייערע פור, נו וואס יא אפאר הויזענעס ? וואס איז די עצה.
צווייטנס, זאגט ער אז בשעת'ן קויפן בעט מען גארנישט מ'דארף נאר צאלן, אבער ווען ס'קומט אויפצופיקן א טשעק, הייבט זיך אן אז ברענג פרוף ברענג רעסיטס, ווער זאגט אז דו האסט טאקע געהאט אזויפיל אין די דירה, נו וואס טוט מען מיט למען לא ניגע לריק, וואס איז אייער תירוץ ?
אדאנק


It really depends which company and which coverage you have, its much more than a chat on a blog.
Some companies include silver, jewelry, fur etc for all BUT not for theft it would be limits how much you can get for those and some similar categories, and some companies would limit those categories always.
Its always better to have receipts and pics to make it easier at times of a claim and the adjuster will work much harder to present a case without those.

Just to address the question in a nutshell.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

איך וויל פארשטיין פארוואס פייער אינשורענס קען נישט ארבעטן אויף בערך אזא וועג ווי לייף אינשורענס?
דהיינו דער מענטש זאל באקומען א קעש וועליו וואס וואקסט צוביסלעך מיט די יארן.
Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע:Monroe, NY

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Meisels »

you mean that the policy should be same idea as a life policy? its simply 2 different kind of products and goals.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך בין זיכער ר׳ יואל איז פארנומען מיט זיין ארבעט אין האט נישט קיין צייט צו זיצן דא אין שרייבן אין ער טוט עס נאר לשם מצוה, פאר קיין שום איד נישט געזאגט די צער מיט עגמת נפש נאך א שריפה,
ווען ר׳ יואל לייגט אריין זיין הארץ אין נשמה צו זעהן יענעם שטיין צוריק אויף די פיס.
כה לחי.
..
Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע:Monroe, NY

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Meisels »

שטייגען האט געשריבן: איך בין זיכער ר׳ יואל איז פארנומען מיט זיין ארבעט אין האט נישט קיין צייט צו זיצן דא אין שרייבן אין ער טוט עס נאר לשם מצוה, פאר קיין שום איד נישט געזאגט די צער מיט עגמת נפש נאך א שריפה,
ווען ר׳ יואל לייגט אריין זיין הארץ אין נשמה צו זעהן יענעם שטיין צוריק אויף די פיס.
כה לחי.


Thanks for the LOL,;l;p-

I'm here to assist in anyway I can but not online much to see comments here.
Feel free to email me directly to [email protected] and I'll be happy to chat and discuss any questions and assist best I can iy'h.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”