די ווייטאגליכע היסטאריע פון "ביזת בית המקדש" חלק ב'

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליוויוס
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 30, 2017 12:56 am

די ווייטאגליכע היסטאריע פון "ביזת בית המקדש" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליוויוס »

קודם כל, א גרויסן ייש"כ פאר די אלע קאמפלימענטן ברבים און בהסתר.

לכבוד תשעה באב לייג איך ארויף חלק ב', אי"ה חלק ג' וועט נאכפאלגן.
קרעדיט: די ארטיקל האב איך אריינגעלייגט אינעם 'בלאט' דריי וואכן צוריק.

שנת ג' אלפים קי"ד.
שווער באוואפנטע סאלדאטן שטייען איבער דעם מויער פון ירושלים און גלייבן נישט וואס זייערע אויגן זעען. זייער באליבטער קעניג אמצי-ה מלך יהודה איז געבינדן הענט און פיס ווי א ביליגער קנעכט, מיט זיינע אויגן קוקנדיג פארשעמטערהייט אויף אראפ. דער מלך ישראל שטייט איבער אים און שרייט אויס מיט א הויכע שטימע צו די סאלדאטן, ״אדער עפנט איר אויף די טויערן פון ירושלים פאר מיר און מיינע סאלדאטן, אדער טויט איך אייער קעניג פאר אייערע אויגן!״.
די יהודה סאלדאטן האבן נישט געקענט צוזען וויאזוי זייער קעניג ווערט אזוי דערנידערט, און זיי האבן ברייט געעפנט די טויערן פאר יהואש מלך ישראל מיט זיין ארמיי.
כדי צו קענען פארשטיין וואס דא האט פאסירט און ווי אזוי כלל ישראל האט זיך דערקייקלט צו אזא נידריגן מצב, דארפן מיר צוריקגיין פערצן יאר פריער.
*
ג' אלפים שנת ס'
די איינוואוינער אונטער דעם נייעם הערשאפט פון יואש מלך יהודה זענען געווען זיכער אז א נייע עפאכע האט זיך אנגעפאנגען. דער כהן גדול יְהוֹיָדָע הכהן האט אויפגענומען א נייעם קעניג אויף ירושלים.
דער קעניג יואש וועלכע איז געווען 7 יאר אלט ווען ער איז געווארן קעניג איבער יהודה, האט געהאט גאר א טראגישע יוגנט. ווען יואש איז געווען א פיצל קינד, האט זיין באבע עַתַלְיָה באשלאסן צו הרג'נען אלע מיטגלידער פון די קעניגליכע פאמיליע (א פרשה פאר זיך, ועוד חזון למועד אי"ה). דער כהן גדול האט נישט געוואלט אז מלכות בית דוד זאל אונטערגיין האט ער באהאלטן דעם יורש פונעם קעניגליכן טראן אינעם קדשי הקדשים, און ער איז דארט פארבליבן ביז ער איז געווארן זיבן יאר אַלט, וואס דאן האט ער געפילט אז עס איז שוין געקומען די ריכטיגע צייט און כלל ישראל איז שוין גענוג רייף ווידערצושפעניגן אין די קעניגין עַתַלְיָה.
ווי לאנג יְהוֹיָדָע כהן גדול האט געלעבט האט יואש זיך אויפגעפירט ערליך, אבער אזוי ווי זיין באשיצער איז נפטר געווארן האט ער זיך אפגעקערט פונעם ערליכן וועג. געווען איז דאס איין טאג ווען יְהוֹיָדָע הכהן'ס זוהן, זכריה הנביא, האט זיך אויפגעשטעלט און מוסר געזאגט פארן פאלק פאר'ן אפלאזן דעם ערליכן וועג וואס זיין טאטע האט זיי געלערנט. יואש האט זיך אויפגערעגט און די פארזאמלטע מיט'ן רשות פונעם קעניג האבן פארשטיינערט און גע'הרג'ט דעם כהן גדול וועלכער איז אויך געווען א נביא אינעם בית המקדש. דער שרעקליכער אקט איז נישט פארשוויגן געווארן, און זכרי'ס בלוט האט געקאכט ביז דעם טאג ווען נבוזראדן איז אריינגעקומען אינעם בית המקדש און אומגעברענגט אויפ'ן בלוט צענדליגער טויזנטער מענער פרויען און קינדער ביז ווען דאס בלוט האט ענדליך אויפגעהערט זידן.
ווען צוויי ערליכע באדינער האבן צוגעזעהן דעם שענדליכן טאט פון יואש, האבן זיי עס מער נישט געקענט אויסהאלטן און זיי האבן אים גע'הרג'ט מיט דער האפענונג אז אצינד וועט כלל ישראל תשובה טוהן.

אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס

דער נייער קעניג אַמַצְיָה, א זוהן פונעם ערמארדעטן יואש, איז געווארן אויפגענומען אלס קעניג אין יונגן עלטער פון פינף-און-צוואנציג יאר.
אַמַצְיָה בן יואש איז געווען זייער ערליך און האט אנגעפאנגען זיין הערשאפט מיט'ן רעכטן פוס. איין חטא איז נאך טאקע פארבליבן, דאס וואס אין יענע צייטן האט א גרויס חלק כלל ישראל געהאט א קליינע מזבח ביי זיך (א במה) אינדערהיים וואס אויף דעם האט מען מקריב געווען קרבנות פאר'ן באשעפער, און דאס איז געווען אסור. אבער קיינער פון זיינע פארגייער האבן נישט געהאט צו א גרויסע הצלחה אין אויסרוימען די פריוואטע מזבחות, דעריבער איז זיין חטא דערויף נישט געווען אזוי שטארק.
א שטיק צייט איז פאראיבער, אמציה האט זיך שוין געשפירט גענוג שטארק צו קענען נעמען א שארפע שריט, האט ער צוזאמגערופן זיינע פריינד און פארגעלייגט פאר זיי א שווערע דילעמא מיט וואס ער מוטשעט זיך. ווי ערווענט, האבן צוויי באדינער גע'הרג'ט זיין טאטע. אמת זיי האבן עס געטוהן לשם שמים, אבער זיין טאטע איז פארט געווען א קעניג און ווער עס הרג'ט א קעניג האט א דין פון א מורד במלכות. אזוי ווי ער איז יעצט סיי דער קעניג און סיי דער גואל הדם פון זיין טאטן, ליגט זיכער אויף אים א חיוב צו הרג'ענען די צוויי באדינער. אפילו אז מען וועט זאגן אז דורכדעם זעט דאס אויס ווי ער איז מסכים צו זיין טאטן׳ס קרומע וועגן, מיט דעם אלעם דארף ער זיי הרג'נען. די שאלה איז נאר, וואס טוט מען מיט די קינדער פון די צוויי באדינער?
איין יועץ האט זיך באלד אויפגעשטעלט און געזאגט, ״אדוני המלך! אויב מעג איך זאגן מיין מיינונג. אין די גאנצע וועלט איז איינגעפירט אז אויב איינער איז א מורד במלכות און דער קעניג הרג'ט אים, הרג'ט מען דאך אויך זיינע קינדער כדי זיי זאלן זיך נישט אויפשטעלן איין טאג און נקמה נעמען פאר זייער טאטן׳ס בלוט. פארוואס זאל דא זיין אנדערש?״
האט אמציה געענטפערט, ״פארוואס זאל איך פארגיסן אומשולדיג בלוט, נאר ווייל אפשר וועלן זיי מיט די יארן מורד זיין אין מיר?״
האט א צווייטער יועץ זיך אנגערופן, ״אדוני המלך, די הלכה איז אז א קעניג מעג טוהן עפעס וואס איז געווענליך קעגן הלכה, אויב דאס איז צו באפעסטיגן זיין קעניגרייך.
"אפילו מיר קענען לכאורה טראכטן אז עס איז אסור צו הרג'ענען די קינדער סתם אזוי, אבער דא רעדט מען פאר די טובה פונעם מלכות במילא מעג מען זיכער יא. און נאך איין נקודה, ווען קינדער ווערן ערצויגן אין א שטוב וואס פון דארט קומט ארויס א רוצח וועלכע הרג'ט א קעניג, איז נישט קיין ספק אז דער חינוך אין יענע שטוב איז געווען צו חוצפה און רציחה, דארף מען דאך זיכער מורא האבן אז זיי וועלן נאך איין טאג זיך אויפשטעלן צו הרגענען דעם קעניג".
האט אמציה געענטפערט, ״ביזט אפשר גערעכט מיט דער פסק הלכה, אבער עס שטייט דאך אין די תורה אז א טאטע ווערט נישט באשטראפט פאר די זינד פון זיינע קינדער, און א קינד ווערט נישט באשטראפט פאר די זינד פון זיינע עלטערן. איך בין דאך א איד! אויב וועלן זיי ווערן א פראבלעם מיט די יארן, וועלן מיר דאס קענען באהאנדלען דעמאלט. פארוואס זאלן מיר הרג'נען אומזיסט א גאנצע משפחה?״.
האט דער יועץ צוריקגעפרעגט, ״אבער דער פסוק וואס דער קעניג האט יעצט געזאגט אז מען שטראפט נישט קינדער צוליב די זינד פון זייערע עלטערן, אויף דעם זאגן אונזערע חכמים אז עס מיינט גאר א צווייטע זאך, און זיי דרשנ'ען דאס אויף הלכות עדות אז א טאטע קען נישט עדות זאגן אויף זיינ'ס א קינד".
דא האט זיך אויפגעשטעלט א אנדערע יועץ און געבעטן רשות צו רעדן, און ער האט זיך אנגערופן, ״אדוני המלך, ווען צוויי באדינער שמועסן אפ צו ווידערשפעניגן און הרג'ענען א קעניג, דאס פאסירט נישט אין איין טאג. זייערע ווייבער און קינדער האבן זיכער געהערט ווי אזוי זיי רעדן דערפון איידער זיי האבן געטון דעם שרעקליכן אקט. אדוני המלך! פארוואס זענען זיי נישט געקומען צום בית דין און געווארנט וואס זייערע טאטעס פלאנען שטילערהייט?! פארוואס האבן זיי געהאלפן זייערע עלטערן דאס האלטן אין געהיים? דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז זיי זענען געווען שותפים אין די מעשה און האבן א שייכות מיט די רציחה פון אונזער קעניג, דיין טאטע!״.
אמציה איז שטיל געבליבן פאר א מינוט, און דאן האט ער געענטפערט מיט א שטימע געשטיקט אין טרערן. ״מיינע טייערע יועצים, עס טוט מיר זייער וויי נישט ווייניגער פון אייך וואס ס׳האט פאסירט צו מיין טאטע. אבער איך קען נישט און איך וועל נישט הרג'נען א גאנצע משפחה, אפגעזען ווי גרויס עס זאל נאר זיין די זינד פון זייערע עלטערן. איי, די חכמים דרש'נען דעם פסוק אנדערש? אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. למעשה האט משה רבינו "געשריבן" דער פסוק אז א קינד זאל נישט גע'הרג'ט ווערן צוליב זיינע עלטערן, קען איך נישט עובר זיין דערויף.
"איי, פארוואס זענען זיי נישט געקומען עדות זאגן און פרובירט אפצושטעלן דעם אטענטאט אויף מיין טאטע? מיר האבן דאך פריער געשמועסט אז די חכמים דרש'נען פון דעם פסוק אז מ'נעמט נישט אן קיין עדות פון א קינד אויף זיין טאטן. ווען זיי קומען ווען יא צו בית דין, וואס וואלט געשען? מען וואלט זיי נישט געגלייבט און זיי וואלטן סתם אזוי דערציילט לשון הרע. טוביה חטא וזיגוד מינגוד? די עלטערן האבן געזינדיגט און די קינדער וועלן ליידן? בשום אופן נישט! איך שעץ און איך בין מכיר טוב אז איר מיינט מיין טובה, אבער די אסיפה איז געשלאסן און די קינדער בלייבן לעבן".

אן אדום'ס שטייערן איז נישטא קיין געלט

די אויסגעווענליכע שריט פון אמציה אז ער האט געלאזט לעבן די קינדער פון די אויפשטענדלער, האט געהאט א געוואלדיגע פאזיטיוון אפקלאנג צווישן גאנצן פאלק. יעדער איז געווען זיכער אז אט קומט שוין פרידליכע צייטן, מיר האבן א קעניג וועלכער נוצט זיין געוואלדיגן שכל הישר און טוט וואס איז גוט פאר יענעם און טראכט נישט נאר פון זיך. אין אלע בתי מדרשים האט מען גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם קעניג'ס שיקול הדין אין אזא שטארק האקעלע נושא, מיט א פסק געבויעט לויט א פסוק. דאס איז געווען א שטארקע טויש אינעם ריכטונג פון וואס ס׳איז געווען אין זיין טאטן'ס צייטן.
יעצט ווען אמציה האט שוין געהאט דאס גאנצן פאלק אויף זיין זייט, האט ער זיך גענומען צום ערנסטן פראבלעם וועלכע האט גאר שטארק געשטערט מלכות יהודה פינאנציעל. אנדערש ווי מלכי ישראל וועלכע האבן געהאט א בארטן וואו שיפן פלעגן כסדר קומען און פארן, און דאס האט אריינגעברענגט געלט פאר די רעגירונג, און זיי האבן געהאט א גרעניץ מיט עטליכע גוי׳אישע לענדער און דאס האט אויפגעבויעט די עקאנאמיע, האבן די מלכי יהודה נישט געהאט קיין שום גרעניץ, נאר ים המלח און דאס לאנד אדום.
פון ווען יואב בן צרויה האט איינגענומען אדום פאר דוד המלך, ביז בערך זעכציג יאר איידער אמציה איז געווארן געקרוינט, פלעגט אדום צאלן פעטע שטייערן פאר מלכי יהודה און דאס האט געהאלפן אנפולן די אוצרות. יעצט אבער, ווען אדום האט נישט באצאלט שטייערן, האבן די מלכי יהודה כמעט נישט געהאט פון וואו צו פארשאפן הכנסה אויסער פון די שטייערן אויף זייער אייגענע באפעלקערונג, וועלכע זענען שוין געווען איבערגעשטרענגט וויבאלד די הוצאות פון בית המקדש איז אויך געווען אויף זייער חשבון.
אמציה האט באשלאסן צו גיין מלחמה האלטן מיט אדום און צוריק אייננעמען דאס לאנד, און אזוי צוריק איינקאסירן די שטייערן וועלכע האבן אזוי וויכטיג אויסגעפעלט. אמציה האט געלאזט אויסרופן אז יעדער קאמפס-פעאיגער מאנספערזאן מוז זיך שטעלן צום מיליטער, חוץ די וועלכע די תורה האט באפרייט, ווי א שנה ראשונה יונגערמאן וכדומה.
ווי נאר דער עולם האט זיך געשטעלט מיט א גרויס התלהבות אויפן קעניג׳ס באפעל, איז אמציה געקומען קוקן ווי די ארמיי זעט אויס, אבער ס׳איז אים שווארץ און ביטער געווארן. נישט צו לאנג צוריק האט מלכי יהודה געהאט א מיליטער וועלכע האט געציילט איבער א מיליאן גוט געשולטע סאלדאטן, און דא האט זיך אמציה געטראפן מיט א נישטיגע דריי הונדערט טויזנט סאלדאטן. במשך די יארן וואס יהודה איז געשלאגן געווארן מיט אינערליכע איבערקערענישן, איז דער מיליטער שטארק פארנאכלעסיגט געווארן ביז עס איז געפאלן צו ווייניגער פון א דריטל!
אמציה האט געוואוסט אז מיט דריי הונדערט טויזנט סאלדאטן לוינט זיך בכלל נישט ארויסצוגיין אין א מלחמה, עס איז כמעט נישט מעגליך אז ער זאל געווינען די גאר קריטישן קריג. דעריבער האט אמציה געשיקט א שליח צו יהואש מלך ישראל (נישט זיך פארמישן מיט אמציה'ס טאטע, יואש מלך יהודה) און האט אים געבעטן אז ער זאל בארגן פון זיין ארמיי די מערסטע העלדישע, גוט געשולטע, הונדערט טויזנט סאלדאטן, און ער וועט אים באצאלן דערפאר הונדערט כיכר זילבער. צו פארשטיין וואס א גרויסע פארמעגן דאס איז, קען מען זען אז ביים אויפשטעלן דעם משכן, פון די האלבע שקל וואס גאנץ כלל ישראל האט געגעבן, איז אריינגעקומען א משהו מער פון הונדערט כיכר!
פאר'ן מלך ישראל יהואש איז דאס זייער געפאלן, און ווי נאר ער האט ערהאלטן די 100 כיכר זילבער האט ער אריבערגעשיקט הונדערט טויזנט סאלדאטן פארן מלך יהודה.

דער נביא ווארנט!

ווען אמציה מלך יהודה האט געהאט צווישן זיין ארמיי די הונדערט טויזנט סאלדאטן פון ישראל, האט ער זיך אראפגעזעצט אויספלאנירן א סטראטעגיע פאר מלחמה. ווי ער זיצט אזוי מיט זיינע גענעראלן קומט אריין א באדינער און זאגט, ״אדוני המלך, דיין ברודער דער נביא אמוץ איז דא, און ער זאגט אז ער האט א גאר וויכטיגע שליחות איבערצוגעבן". אמציה האט יעדן גראד ארויסגעשיקט און אריינגערופן דעם נביא צו זיך.
אמוץ הנביא שטעלט זיך פאר׳ן קעניג און הייבט אן זאגן, ״אדוני המלך, איך קום דא בשליחות פונעם הייליגן באשעפער ווי ער האט מיר געהייסן איבערגעבן, 'דו זאלסט נישט נעמען מיט דיר אין מלחמה די סאלדאטן פון מלך ישראל, ווייל דער אויבערשטער איז נישט מיט זיי. אויב דו וועסט זיי נישט נעמען, וועט דער אויבערשטער זיין מיט דיר צו הילף. אויב דו וועסט זיי יא מיטנעמען, וועט דיר השי״ת נישט העלפן. און זאלסטו וויסן, אז דער זכות וואס דו האסט מחליט געווען נישט צו הרג'ענען די קינדער פון די מערדער פון דיין טאטן, וועט דיר באשטיין זאלסט געווינען די מלחמה. אבער נאר אויב דו גייסט נישט מיט די סאלדאטן פון מלך ישראל".
אמציה איז געבליבן ערשטוינט און ערשיטערט. אלע זיינע מלחמה פלענער זענען אים געגאנגען א גאנג, און ער האט געשפירט ווי ער לייגט זיך אריין אין א געוואלדיגע סכנה. רופט ער זיך אן צו אמוץ, ״הייליגער נביא, ווי אזוי וועל איך אפילו קענען זאגן פאר מיינע סאלדאטן אז מיר לאזן זיך אריין אין א קריג וואס בדרך הטבע קענען מיר אפילו נישט געווינען?!״.
האט אים אמוץ געענטפערט, ״ווייסטו דען נישט אז דער אייבערשטער דארף נישט קיין מיליטער צו קענען געווינען א מלחמה? ווייסטו דען נישט אז אויב השי״ת וויל אז איינער זאל געווינען אדער פארלירן א מלחמה, ווענדט זיך עס בכלל נישט אין וויפיל סאלדאטן מען האט? עס ווענדט זיך בכלל נישט ווי גוט מושטירט זיינע סאלדאטן זענען! אויב האסטו דעם אויבערשטן מיט דיר, זארגסטו זיך אפילו וואס צו זאגן פאר דיינע סאלדאטן?!״
דער קעניג האט גראד אנגענומען די אויפריכטיגע רייד פונעם נביא און צוגעזאגט אז ער וועט אהיימשיקן די סאלדאטן פון מלכות ישראל, טראץ וואס ער האט געוואוסט אז בדרך הטבע וועט ער נישט געווינען. אמציה האט אבער אויך נישט געוואלט אנפאנגען א רייבעריי מיט די סאלדאטן פון מלכות ישראל, האט ער זיי געזאגט אז דאס געלט וואס ער האט געגעבן זיי צו דינגען, קענען זיי האלטן און ער בעט עס נישט צוריק. זיי קענען יעצט אהיימגיין לחיים ולשלום. ״איר האט סיי פארדינט געלט און סיי פארדינט אז איר דארפט נישט ריזיקירן מיט אייער לעבן אין א מלחמה, וואס קען זיין בעסער?". ער האט זיך געזעגנט מיט זיי.
דער הויפט פון די די סאלדאטן האבן נישט געוואוסט צו דאס איז די ווירקליכקייט אדער א שפיל. זענען זיי א גרופע שיק-אינגלעך? ווען מ'דארף זיי, רופט מען זיי און אביסל שפעטער זאגט מען זיי, אנטשולדיגט עס איז א טעות און גייט צוריק אהיים? ״אנטשולדיגט אדוני המלך״, האט איינער א שריי געגעבן. ״זענען מיר עפעס א שפילצייג מיט וואס מ'קען זיך ארומשפילן? דו האסט אונז געדינגען און מיר פאדערן אז זאלסט איינהאלטן דיין חלק פונעם געשעפט״.
אמציה האט זיך אבער נישט דערשראקן און זיי באפוילן צו פאקן פעק און גיין לחיים טובים ולשלום. ״נו נו״, האט יענער געפאכעט מיט זיינע פינגער צום קעניג, ״ווען דו וועסט מיאוס פארלירן די קריג זאלסטו נישט קומען וויינען צו אונז, מיר וועלן לאכן אויף דיין חשבון. דיין באשלוס, דיין טעות״.
ווי נאר דער קלאנג איז ארויס אז דער מלך האט אהיימגעשיקט די סאלדאטן פון מלכי ישראל, זענען די געמיטער פון די מלך יהודה סאלדאטן גאר שטארק געפאלן. וואס האט דא דער קעניג געטוהן? האבן זיך אלע געוואונדערט. אינמיטן איז א סאלדאט געקומען צו לויפן אינעם לאגער און אויסגעשריגן, ״דער קעניג קומט, יעדער זאל זיך יעצט אויסשטעלן אים באגריסן״!
אמציה שפאצירט אדורך זיינע סאלדאטן, ער שטעלט זיך ארויף אויפן פלאטפארמע און רופט אויס מיט א הויכע שטימע, ״מיינע העלדישע סאלדאטן! איר גייט היינט אַרויס אין א מלחמה פארזיכערט מיט א זיג!! מיר האבן אן הבטחה פונעם הייליגן באשעפער וועלכע האט אונז ארויסגענומען פון מצרים און פאר אונז געשפאלטן דעם ים, אז מיר וועלן געווינען! צו דען דארפן מיר מער פון דעם? מיר האבן דעם באשעפער אויף אונזער זייט, און וואס האבן זיי? גארנישט! ווער עס האט מורא זאל שוין אהיימגיין, און ווער נישט, לאמיר הערן אז ער איז גרייט!״.
אלע דריי הונדערט טויזנט סאלדאטן פון מלך יהודה האבן אויסגעשריגן מיט א הילכיגן קול, ״מיר זענען גרייט! מיר זענען גרייט!".

פארזעצונג קומט אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך ליוויוס אום דינסטאג אוגוסט 01, 2017 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יישר כח
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

Very very interesting, and professional;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

WE WANT MORE!!!!!!! THANKS
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2781
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

יישר כח זייער שיין
יהא בואך לברכה
בילד
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע:צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

Amazing.
!!thanks
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

הערליך שיין געשריבן. איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען, און איך ווארט אויף נאך
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

מ'קען נישט לאזן אזוי אינמיטן די אנגעצוגענע צייט.
ביטע זיי ממשיך ווי שנעלער.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9250
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין, שרייב פליז נאך
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Wow what a great job , we want more !
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

הערליך שיין. ווי ניד מאר.
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

יישר כח פאר דיין שיינע באשרייבונג
און א עקסטערן יישר כח
יענע וואך איז אויסגעקומען אין תורתיך שעשועי, ווי די גמרא ברענגט וועגן בנין נערים סתירה סתירת זקנים בנין
ברענגט די גמרא וועגן שלמה המלך'ך זוהן, וואס האט נישט געפאלגט די אלטע יועצים פון זיין טאטן, און געפאלגט זיינע יונגע יועצים
די גמרא ברענגט עס דארט נאר ברמז
אבער אז איך האב פונקט איין וואך בעפאר געליינט דיין ארטיקל אין בלאט, האב איך נישט געדארפט גיין זוכן מקורות צו וויסן די פונקטליכע מעשה דארט
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

הערליך!
ווי קען מען ליינען חלק א׳?
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

טשאקלעט האט געשריבן: הערליך!
ווי קען מען ליינען חלק א׳?

viewtopic.php?f=63&t=34580
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

געוואלדיג אינטערסאנט און שיין באשריבען
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5005
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רייך באשריבן א פעטע חלק פון די ווייטאגליכע היסטאריע פון כלל ישראל
חן חן לך, שרייב ווייטער, מיר ווארטן אויף נאך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

רייך און פליסיג געשריבן.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

ערשט יעצט אויסגעקומען צו ליינען. א אויסערגעווענליכע ארבעט פיל מיט ידיעות.

א ריזן דאנק צו אייך, מיר וועלן אי״ה ווייטער נאכפאלגען!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

קען איינער מאכן פידיעף אפשר?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
א שס איד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

נודה לך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 7:54 pm
קען איינער מאכן פידיעף אפשר?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”