פ' לך לך האט געשריבן: דער רב ראטער פרעגט אן אייזן קשיא, פארוואס זאל מען זיך נישט נעמען צו דעם לעגאהרן, וואס אויף דעם איז לכאו' כו"ע מודי אז עס איז גוט.
דער לעגהארן איז אויך חולק את רגליו. אין אור ישראל (לה, עמ' קלז) איז דא א שטיקל פון הרב יחזקאל סלומון פון בני ברק וואס איז מסביר פארוואס הייסט דאס נישט חולק את רגליו, אבער דער וואס טענה'ט אז דער בראקל איז חולק את רגליו כנראה האלט נישט פון דעם. ווי זיי עס'ן אייער איז נאך א שאלה.