אומאן ראש השנה תשע"ח - פראקטישע הילף און אינפארמאציע
נ.ב ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול מיט זייטיגע ענינים.
בתודה למפרע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חסדי אבות האט געשריבן: קען איינער מאכן דא א פונקטליכע ליסטע פון אלע שוהלן, חבורות און שטיבלעך וואס עס זענען פאראן אין אומאן?
איינער זאל מאכן ביטע סדר, וואס עס איז דא דארט, אנגעהויבן פון דער קלויז המרכזי ביז דער אחרון שבנ נח, וואו מען קען מיטהאלטן מיט א געהויבענע אווירה אין אומאן.
חסדי אבות האט געשריבן:ערנסט גערעדט האט געשריבן: די אשכול איז געווידמעט צו סערווירן די היימישע סארט ציבור וועלכע באזוכן דא אין אייוועלט, איבעריגס געהער ביי די נייעס אדער קרעטשמע אפטיילונג.
יישר כח.
איך בין פון דער היימישער סארט ציבור וואס באזוכט אייוועלט און איך האב געפרעגט א שאלה.
יישר כח.
איש פשוט אני האט געשריבן: איז דא א פלאץ ווי מען קען האבן א שטיבל פאר נישט מער ווי 3-4 מענטשן פאר א נערמאלער פרייז?
איז דא א פלאץ ווי מען סערווירט עסן פאר אידן פון ארצות הברית נישט קיין חצילים חמס פרלפל מיט פעררפעל?