קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?
אין ענגליש איז באקאנט אז יערליך קומען צו נייע ווערטער צו דער דיקשאנערי, א שטייגער ווי "סעלפי", נאמעפאביע, סטעיקעישן און נאך, וואס זענען גאנץ נייע ווערטער. די שאלה איז צי נייע ווערטער קומען אויך אריין אין אידישן שפראך אדער נישט.
אויף אזויפיל איז זיכער, אז נייע אויסדרוקן זענען פאראן, לדוגמא "רויט-האנטיג" געכאפט דעם פארברעכער, איז א נייער אויסדרוק וואס איז איבערגעזעצט פון ענגליש, אדער "חובות דאך" פון אמעריקע... איך רעד אבער פון גענצליך נייע ווערטער אויף נייע מושגים. איז פאראן אין אידיש נייע ווערטער וואס ווערן באנוצט ביים המון-עם?