רבי נפתלי צבי הלברשטאם מבאבוב זצ״ל - י״ב אדר ב׳ תשס״ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי נפתלי צבי הלברשטאם מבאבוב זצ״ל - י״ב אדר ב׳ תשס״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]

איז געבוירן צו זיין גרויסן טאטען הרה״ק רבי שלמה (השני) מבאבוב זצ״ל און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ בלומא רחל בת הגה״צ רבי חיים יעקב ט״ב אב״ד לימנוב זצ״ל (חתן מהר״ש הראשון זי״ע)

ביום כ״ה סיון שנת תרצ״א אין שטעטל לימאנוב.

וקרא שמו בישראל בפקודת זקינו הק׳ הקדושת ציון ״נפתלי צבי״ נאכן הייליגן ראפשיצער רב זי״ע.

ילדותו:
דער קליינער נפתלי צבי - נפתל׳טשע ווי מהאט אים גערופן בחיבה, איז געוואקסן אין אן אטמאספערע ווי א קרוין פרינץ ביי זיינע עלטערן אינדערהיים און ביים זיידענס גרויסן הויף זייענדיג דאס ערשטע באח״ב פונעם רבין דער קדושת ציון, ווי דער הייליגער זיידע פלעגט זיך טאקע זייער פיל מיט אים אפגעבן און משתשע זיין. אלס האט מען געקענט זעהן דעם קליינעם נפתל׳טשע שפאצירן האנט ביי האנט מיטן גרויסן זיידן און טאטן, ווי דער זיידע פלעגט דאן אריינפלאנצן און איבערגען פארן אייניקל פון זיינע הייליגע דרכים וספורי קודש.

בשנות הזעם:
מיטן אנקום פונעם צווייטן וועלט קריג, האט דער באבובער רב מיטגעמאכט די שווערע צרות זייענדיג נע ונד אויף פילע מקומות זיך געהאלטן אין איין אויסבאהאלטן ממקום למקום, שווערע אומסטאבילע יארן זענען דורך אויף נפתל׳טשע פונעם אנהייב קריג ביזן לעצטן סטאנציע אין ראמעניע פון ווי ער איז ארויף לארה״ק.

גלייך אנהייב פונעם קריג איז דער רבי מהר״ש געווען פון די וואס האבן באגריפן דעם עת צרה ליעקב און פארפירט און מסביר געווען אז מעדארף אנטלויפן פון די ברענעדיגע פוילין און זיך ראטעווען פון די נאצישע נעגל פאר עס איז צושפעט, ער האט כסדר געארבייט מיט פלענער און פעולות פאר הצלת ישראל און פאר הצלת משפחתו.

דער ערשטער וועם עס איז געווען מעגליך ארויסצושמאגלן מיט די באצאלטע פּויערן די גרעניץ שמאגלער איז געווען בנו נפתל׳טשע שוין זייענדיג א גרעסער און א באזעסן קינד מיט א קלוגן פארשטאנד צו פארשטיין דעם שווערן סיטואציע און נעמען די זאך ערענסט עס זאל דורכגיין מיט הצלחה, אזוי איז נאך גרויסע באמיאונגען געלונגען ארויף צושטעלן נפתל׳טשע אויף א שמוגלער טרעקל וואס האט זיך געדארפט ארויסשמאגלען פונעם באכניער געטא מיט נאך אידן, אינדערמיט האט מען אים געכאפט מיט די אלע איבריגע יודן, אבער בעזרת ה׳ איז ער אנגעקומען קיין אונגארן ווי ער האט זיך שפעטער צוזאמען געטראפן מיט זיין טאטען אין בודאפעסט ווי דער מהר״ש מיט זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן במשך א צייט.

אין בודאפעסט האט אים דער טאטע ענדליך נאך דריי שווערע יארן פון כסדרדיגע אנטלויפן און באהאלטן געקענט שיקן לערנען אין א ישיבה און ביי די צוועלעף יאר איז אריין אין די ישיבה פון זיין פעטער הגה״צ דער ווייטצנער רב בעל מקדשי השם זצ״ל.

לעול התורה והמצות:
אבער צו לאנג האט מען אין בודאפעסט אויך נישט געקענט פארבלייבן ווייל אונגארן איז אויך געפאלן אונטערן דייטש, און די פוילישע בירגער האבן דאס ערשטע געמוזט לויפן פאר זייער לעבן זענען זיי ווייטער געלאפן און זיך מסדר געווען אין גרויסווארדיין וואס איז נעבן דעם ראמענישן גרעניץ מיטן פלאן זיך צו אריבער שווערצן דעם גרעניץ קיין ראמעניע, ווען די ערשטע געלעגנהייט וועט אנקומען.

אין גרויסווארדיין איז אויך נישט געווען קיין גן עדן און מעהאט געדארפט אפזיצן אין בונקער׳ס אויסבאהאלטן פארשטיפט און פארהונגערט מיט נאך פילע אנדערע יודן.

בעתן וויילן אין איינע פון די נאסע קעלערן אין גרויסווארדיין האט זיך אונטערגעריקט א גאר גרויסן טאג פאר נפתל׳טשע די טאג פון זיין ״בר מצוה״ דער טאטע המהר״ש האט אנגעטון די תפילין פאר בנו צום ערשטן מאל, אבער נישט פאר ער האט געמאכט זיכער אז ער האט די מעגליכקייט צו כאפן א כמו מקוה לטיהר את הנפש, און דערנאך אין א ווינקל געמאכט די סעדות הבר מצוה מיט א רייכע סעודה פון רויע בונדלך... גרויס התרגשות האט ארומגענומען דעם פארשימעלטן בונקער און א אור בחושך האט מען געקענט טאפן אין די לופט.

שפעטער איז אים געלונגען אנצוקומען קיין בוקארעסט ראמעניע, און פון דארט איז ער ארויף אויפן באקאנטן שוף בולבול וואס פירט אים בעז״ה קיין ארה״ק. נאך פילע וואגלענישן אויפן ים האט ער ענדליך בערך בתשרי שנת תש״ה זוכה געווען לחונן את עפרה.

ימי הבחרות בירושלים עיה״ק:
א גאלדענע תקופה איז געווען פארן מהרנ״צ אין ירושלים עיה״ק ווי איז ער אריין לערנען אין די בארימטע סלונימער ישיבה, און זיך געדרייט מיט ירושלימער לבוש און ארום נאשן פון אלע צדיקים קדושים אין ירושלים של מעלה ווי זיי האבן אים אלע גאר מחבב געווען און מקרב געווען זעהנדיג אין אים א מהות פון א יונגען אדם גדול. פיל ווערט פארציילט און פיל איז געשריבן בדברי ימי באבוב איבער דעם גלעצענדע תקופה בקורת ימי חייו הק׳.

נאכן זיך משלים זיין אין א״י ביי זיינע רבי׳ס ווי הרה״ק רבי מאטיל סלאנימער ודומיהן, האט אים זיין טאטע געשיקט א מכתב ווי ער בעט אים אז ער זאל קומען צו אים קיין אמעריקא ווייל ער וויל גרינדן א ישיבה.

און ט״ו חשון תש״ו איז ער אנגעקומען לחסות בצל אביו זייענדיג פון די ערשטע באבובער תלמידים על אדמת אמעריקא אין די מאנהעטן וועסט סייד ווי די באבובער ישיבה איז דאן געווען סטאנצינירט.

נשואיו:
ביום ט״ו סיון תשי״א האט די רבי מהרנ״צ חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מרת העסא בת כ״ק מרן אדמו״ר רבי יוסף מדעעש זצ״ל.

ותגלה ותראה מלכותך:
טראץ וואס די רבי מהרנ״צ איז פאקטיש נישט געזעצן על כס המלוכה פאר צו לאנג שוין זייענדיג אפגעשוואכט פיזיש איבערנעמענדיג זיין טאטען ביי די פטירה ביום ב׳ אב תש״ס, איז אבער די רבי מהרנ״צ געשטאנען אלע יארן בראש כל מה שבשם באבוב יקרא, ער איז געווען איין חתיכה אחת מיט זיין גרויסן טאטען געבינדן מיט א קשר עליון און צוזאמען געווען אקטיוו און אויפבויען און אויפשטעלן דעם באבובער מלוכה פונדאסניי. פונעם אנהייב אנהייב ביים איינפלאנצן די ערשטע קערענדלך איז ער צוגעשטאנען צו זיין טאטען מיט מסירת נפש ממש און זיך מפקר געווען זיין כבוד, געזונט, פאר די הצלחה און ווידער אויפבליהונג פון די הערליכע באבובער אימפעריע דא אין אמעריקא, אזוי אז אפי׳ נישט דינענדיג צו לאנג אלס דער באבובער רבי איז ער גערופן געווארן איבעראל מיטן צונאמען רבי ״נפתל׳טשע באבובער״ כל ימיו... ווייל דאס איז געווען דאס מציאות וואס יעדער האט געוויסט אז ״רבי נפתל׳טשע״ מיט ״באבוב״ איז געגאנגען סינאנים.

תתן אמת:
דער באבובער רב מהרנ״צ זצ״ל איז געווען מפורסם מיט זיין אייגענארטיגער מהות פון ״ארגענעל״ זיין גאנצע הלוך ילך און באנעמונג איז געווען מיט א געוואלדיגער ״פשטות״ איינפאך.. און זיין גאנצער מהלך איז געווען בלויז מיטן ״מדת האמת״ אן איין איבריגע חנופה ווארט, אדער אן איין איבריגע תנועה קלה, דער געוואלדיגער באשיידענע באהאלטענקייט איז געווען זיין יוניק ״כולו אומר כבוד״ פון דעם מזג געמיש פון זיינע הייליגע מדות און ענוה ופשטות איז אראפגעמאלן געווארן דעם ציור אין יעדענס מח פון דעם באוויסטן פיגור ״הרב הצדיק רבי נפתל׳טשע באבובער זכר צדיק לברכה.

אדמו״ר אבדק״ק באבוב:
מיט די פטירה פון כ״ק מרן אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצ״ל ביום א׳ אב תש״ס איז כ״ק מרן אדמו״ר מהרנ״צ זצ״ל אויפגענומען געווארן למלא מקום אביו הק׳ באדמורת באבוב לשם ולתפארת. ביז יום פטירתו לחיי העולם הבא י״ב אדר ב׳ תשס״ה.

הציון המציונת יחד עם אביו באוהל אדמורי באבוב בנוי גערסי.

ממלא מקומו: אחיו הצעיר כ״ק מרן אדמו״ר רבי בנציון אריה לייביש הלברשטאם מבאבוב שליט״א.

חתנו השני כ״ק מרן אדמו״ר רבי מרדכי דוד אונגער מבאבוב - 45 שליט״א.
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:19 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

האדמו״ר מהרנ״צ לאחר החופה שלו עוד עם הקיטל
אטעטשמענטס
RenderedContent-484AEF2F-14C5-41F6-82F7-4316CF6B7F8C.JPG
RenderedContent-484AEF2F-14C5-41F6-82F7-4316CF6B7F8C.JPG (86.44 KiB) געזען 7653 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בבראשית השנים כתובה בחופה
אטעטשמענטס
IMG_0066.JPG
IMG_0066.JPG (209.96 KiB) געזען 7653 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

א באשרייבונג אויף די צדיק אמת, אהן צו באשרייבן די געוואלדיגע מידת החסד וההטבה וזורע צדקות אויף א משונה'דיגע אופן, וואס דער צדיק איז געווען באצייכנט כל ימיו, און אהן צו שרייבן וועגן זיינע מידת ההסתרה [אויסער די אויסערגעווענדליכע פשטות וואס איז יא געצייכנט], און על הכל די מצמיח ישועות וואס מ'האט געזעהן אויף א הפלא'דיגע אופן מיום שבתו על כסא ממלכתו, ותגזר אומר ויקם לך, וואס די גאנצע וועלט איז געווארן איבעראשט פון די מופתים גלויים ורוה"ק שהופיעה בבית מדרשו, איז דאך עיקר חסר מן הספר.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אבן יקרה האט געשריבן: א באשרייבונג אויף די צדיק אמת, אהן צו באשרייבן די געוואלדיגע מידת החסד וההטבה וזורע צדקות אויף א משונה'דיגע אופן, וואס דער צדיק איז געווען באצייכנט כל ימיו, און אהן צו שרייבן וועגן זיינע מידת ההסתרה [אויסער די אויסערגעווענדליכע פשטות וואס איז יא געצייכנט], און על הכל די מצמיח ישועות וואס מ'האט געזעהן אויף א הפלא'דיגע אופן מיום שבתו על כסא ממלכתו, ותגזר אומר ויקם לך, וואס די גאנצע וועלט איז געווארן איבעראשט פון די מופתים גלויים ורוה"ק שהופיעה בבית מדרשו, איז דאך עיקר חסר מן הספר.

איך בין דאך נישט דא צו מאכן באשרייבונגען אויף צדיקים, פארדעם איז דאך דא די ספרי התולדות פון יעדן צדיק באזונדער.

קען מען דען אפי׳ באשרייבן פעולת צדיקים ווי עס דארף צו זיין און די ראמען פון איין צוויי דריי תגובה׳ס?

איך זעה כמה וכמה צדיקים מפורסמים וגם אינם מפורסמים כ״כ פיגורירן נאכנישט דא, פראביר איך אנצוהייבן א שמועס אויף אביסל וואס איך ווייס, כדי אז די וואס זענען מער באקאנט זאלן טאקע צולייגן דאס זייעריגע.

אזוי קלויבט זיך צוזאמען א שטיקל ידיעה, איבערן צדיק פארווער עס זוכט עס אויף א שנעלערן קורצן איבערבליק.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אין די צייט וואס מהר"ש איז נישט געזינט געווען האט מען אים מכבד געווען אנצופירן די הקפות. געדענק איך אז ער האט אנגעהאט א קליין טלית'ל אן קיין עטרה וואס ער האט גענומען פון בעל תפילה'ס עמוד און אזוי געפראוועט פאר טויזענטער מענטשן מיט א משונה'דיגע פשטות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]


ותגלה ותראה מלכותך:
טראץ וואס די רבי מהרנ״צ איז פאקטיש נישט געזעצן על כס המלוכה פאר צו לאנג שוין זייענדיג אפגעשוואכט פיזיש איבערנעמענדיג זיין טאטען ביי די פטירה ביום ב׳ אב תש״ס,

טעות
זיין טאטע איז אוועק ר"ח אב, נישט ב'
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רבניש האט געשריבן: איך זעה כמה וכמה צדיקים מפורסמים וגם אינם מפורסמים כ״כ פיגורירן נאכנישט דא, פראביר איך אנצוהייבן א שמועס אויף אביסל וואס איך ווייס, כדי אז די וואס זענען מער באקאנט זאלן טאקע צולייגן דאס זייעריגע.

אזוי קלויבט זיך צוזאמען א שטיקל ידיעה, איבערן צדיק פארווער עס זוכט עס אויף א שנעלערן קורצן איבערבליק.

ייש"כ דאס איז זייער וויכטיג דא, צו באקומען א שטיקל באגריף אויף די צדיקים, ויבואו תלמידיהם ותלמידי תלמידיהם, און צולייגן וואס זיי ווייסן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]


ותגלה ותראה מלכותך:
טראץ וואס די רבי מהרנ״צ איז פאקטיש נישט געזעצן על כס המלוכה פאר צו לאנג שוין זייענדיג אפגעשוואכט פיזיש איבערנעמענדיג זיין טאטען ביי די פטירה ביום ב׳ אב תש״ס,

טעות
זיין טאטע איז אוועק ר"ח אב, נישט ב'

יש״כ פארראכטן
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

רבניש האט געשריבן: ימי הבחרות בירושלים עיה״ק:
א גאלדענע תקופה איז געווען פארן מהרנ״צ אין ירושלים עיה״ק ווי איז ער אריין לערנען אין די בארימטע סלונימער ישיבה, און זיך געדרייט מיט ירושלימער לבוש און ארום נאשן פון אלע צדיקים קדושים אין ירושלים של מעלה ווי זיי האבן אים אלע גאר מחבב געווען און מקרב געווען זעהנדיג אין אים א מהות פון א יונגען אדם גדול. פיל ווערט פארציילט און פיל איז געשריבן בדברי ימי באבוב איבער דעם גלעצענדע תקופה בקורת ימי חייו הק׳.

נאכן זיך משלים זיין אין א״י ביי זיינע רבי׳ס ווי הרה״ק רבי מאטיל סלאנימער ודומיהן, האט אים זיין טאטע געשיקט א מכתב ווי ער בעט אים אז ער זאל קומען צו אים קיין אמעריקא ווייל ער וויל גרינדן א ישיבה.


שמעלקא טויב נאכגעברענגט א לענגערע באשרייבונג אויף דעם

viewtopic.php?p=1183501#p1183501
.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]

ילדותו:
דער קליינער נפתלי צבי - נפתל׳טשע ווי מהאט אים גערופן בחיבה, איז געוואקסן אין אן אטמאספערע ווי א קרוין פרינץ ביי זיינע עלטערן אינדערהיים און ביים זיידענס גרויסן הויף זייענדיג דאס ערשטע באח״ב פונעם רבין דער קדושת ציון, ווי דער הייליגער זיידע פלעגט זיך טאקע זייער פיל מיט אים אפגעבן און משתשע זיין. אלס האט מען געקענט זעהן דעם קליינעם נפתל׳טשע שפאצירן האנט ביי האנט מיטן גרויסן זיידן און טאטן, ווי דער זיידע פלעגט דאן אריינפלאנצן און איבערגען פארן אייניקל פון זיינע הייליגע דרכים וספורי קודש.

אויפ'ן וואגן אינעם קוהר ארט קרעניץ מיט זיין זיידע דער קדושת ציון און זיין טאטע זצ"ל
אטעטשמענטס
2009118_12193115293_6.jpg
2009118_12193115293_6.jpg (52.25 KiB) געזען 7463 מאל
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן: א באשרייבונג אויף די צדיק אמת, אהן צו באשרייבן די געוואלדיגע מידת החסד וההטבה וזורע צדקות אויף א משונה'דיגע אופן, וואס דער צדיק איז געווען באצייכנט כל ימיו, און אהן צו שרייבן וועגן זיינע מידת ההסתרה [אויסער די אויסערגעווענדליכע פשטות וואס איז יא געצייכנט], און על הכל די מצמיח ישועות וואס מ'האט געזעהן אויף א הפלא'דיגע אופן מיום שבתו על כסא ממלכתו, ותגזר אומר ויקם לך, וואס די גאנצע וועלט איז געווארן איבעראשט פון די מופתים גלויים ורוה"ק שהופיעה בבית מדרשו, איז דאך עיקר חסר מן הספר.

איך בין דאך נישט דא צו מאכן באשרייבונגען אויף צדיקים, פארדעם איז דאך דא די ספרי התולדות פון יעדן צדיק באזונדער.

קען מען דען אפי׳ באשרייבן פעולת צדיקים ווי עס דארף צו זיין און די ראמען פון איין צוויי דריי תגובה׳ס?

איך זעה כמה וכמה צדיקים מפורסמים וגם אינם מפורסמים כ״כ פיגורירן נאכנישט דא, פראביר איך אנצוהייבן א שמועס אויף אביסל וואס איך ווייס, כדי אז די וואס זענען מער באקאנט זאלן טאקע צולייגן דאס זייעריגע.

אזוי קלויבט זיך צוזאמען א שטיקל ידיעה, איבערן צדיק פארווער עס זוכט עס אויף א שנעלערן קורצן איבערבליק.

ביסטו דאך גערעכט אין גאנצן

אבער אלס נקודות וואס איז געווען ספעציעל מיט א שייכות פון יעדן, שרייבט מען יא. ווי מ'האט געשריבן די קעפל דא ותגלה ותראה מלכותך, האט מען לענ"ד געפעלט דא די עיקר 3 נקודות, געוואלדיגע הסתרה, משונה'דיגע בעל חסד והטבה, אין בעל רוה"ק גלויה ותגזר אומר ויקם לך אין א שטייגער ווי צדיקים פון גאר פריעדיגע דורות.
אוודאי קען מען נאך און נאך שרייבן, ואין כאן מקומו, אבער דאס איז עקסטער 3 נקודות וואס לענ"ד איז דער צדיק געווען גאר ספעציעל אנגעקערט מיט דעם.

בפרט אז לע"ע כמדו' איז נאכנישט דא קיין ספר וואס פארמאגט זיינע תולדות פעולות חייו בקודש [אויסער א ספר וואס איז ארויס אויף די מלחמה יאהרן, איך געדענק נישט די נאמען]. ס'איז דא גליונות וואס קומען ארויף יעדע ייארצייט אין די לעצטערע יאהרן אין אר"י, מיט'ן נאמען "ואורח צדיקים כאור נוגה" וואס דארטן איז דא ממש בעל שם'ס מעשה'ס אויף דער גרויסע צדיק, סיי בעבודה און סיי ברוה"ק, עפעס גאר גרויס. אבער די וועלט האט דעס נאכנישט, און ממילא איך וואלט געמיינט אז צו שרייבן עפעס אויף איהם אהן צו באצייכענען חאטש די דריי נקודות הנ"ל, איז עיקר חסר מן הספר.
לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]

בשנות הזעם:
מיטן אנקום פונעם צווייטן וועלט קריג, האט דער באבובער רב מיטגעמאכט די שווערע צרות זייענדיג נע ונד אויף פילע מקומות זיך געהאלטן אין איין אויסבאהאלטן ממקום למקום, שווערע אומסטאבילע יארן זענען דורך אויף נפתל׳טשע פונעם אנהייב קריג ביזן לעצטן סטאנציע אין ראמעניע פון ווי ער איז ארויף לארה״ק.

גלייך אנהייב פונעם קריג איז דער רבי מהר״ש געווען פון די וואס האבן באגריפן דעם עת צרה ליעקב און פארפירט און מסביר געווען אז מעדארף אנטלויפן פון די ברענעדיגע פוילין און זיך ראטעווען פון די נאצישע נעגל פאר עס איז צושפעט, ער האט כסדר געארבייט מיט פלענער און פעולות פאר הצלת ישראל און פאר הצלת משפחתו.

דער ערשטער וועם עס איז געווען מעגליך ארויסצושמאגלן מיט די באצאלטע פּויערן די גרעניץ שמאגלער איז געווען בנו נפתל׳טשע שוין זייענדיג א גרעסער און א באזעסן קינד מיט א קלוגן פארשטאנד צו פארשטיין דעם שווערן סיטואציע און נעמען די זאך ערענסט עס זאל דורכגיין מיט הצלחה, אזוי איז נאך גרויסע באמיאונגען געלונגען ארויף צושטעלן נפתל׳טשע אויף א שמוגלער טרעקל וואס האט זיך געדארפט ארויסשמאגלען פונעם באכניער געטא מיט נאך אידן, אינדערמיט האט מען אים געכאפט מיט די אלע איבריגע יודן, אבער בעזרת ה׳ איז ער אנגעקומען קיין אונגארן ווי ער האט זיך שפעטער צוזאמען געטראפן מיט זיין טאטען אין בודאפעסט ווי דער מהר״ש מיט זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן במשך א צייט.

אין בודאפעסט האט אים דער טאטע ענדליך נאך דריי שווערע יארן פון כסדרדיגע אנטלויפן און באהאלטן געקענט שיקן לערנען אין א ישיבה און ביי די צוועלעף יאר איז אריין אין די ישיבה פון זיין פעטער הגה״צ דער ווייטצנער רב בעל מקדשי השם זצ״ל.

אין בודאפעסט מיט די זון פונעם בעל אכסניא ר' שלום גרינפעלד הי"ד (אבי ר' משה גרינפעלד ע"ה משב"ק בבית באבוב)
אטעטשמענטס
141718.gif
141718.gif (81.14 KiB) געזען 7461 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
המהרנ״צ מבאבוב[/align]

ימי הבחרות בירושלים עיה״ק:
א גאלדענע תקופה איז געווען פארן מהרנ״צ אין ירושלים עיה״ק ווי איז ער אריין לערנען אין די בארימטע סלונימער ישיבה, און זיך געדרייט מיט ירושלימער לבוש און ארום נאשן פון אלע צדיקים קדושים אין ירושלים של מעלה ווי זיי האבן אים אלע גאר מחבב געווען און מקרב געווען זעהנדיג אין אים א מהות פון א יונגען אדם גדול. פיל ווערט פארציילט און פיל איז געשריבן בדברי ימי באבוב איבער דעם גלעצענדע תקופה בקורת ימי חייו הק׳.

אין ירושלים מיטן ירושלימער לבוש
אטעטשמענטס
0.jpg
0.jpg (285.72 KiB) געזען 7459 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לענוים יתן חן
אטעטשמענטס
Doc1.jpg
Doc1.jpg (157.12 KiB) געזען 7455 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין א שמועס מיט זיין שוואגער יבלח"ט רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב
אטעטשמענטס
Doc12.jpg
Doc12.jpg (139.05 KiB) געזען 7453 מאל
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
מבאבוב[/align]



בשנות הזעם:

דער ערשטער וועם עס איז געווען מעגליך ארויסצושמאגלן מיט די באצאלטע פּויערן די גרעניץ שמאגלער איז געווען בנו נפתל׳טשע שוין זייענדיג א גרעסער און א באזעסן קינד מיט א קלוגן פארשטאנד צו פארשטיין דעם שווערן סיטואציע און נעמען די זאך ערענסט עס זאל דורכגיין מיט הצלחה, אזוי איז נאך גרויסע באמיאונגען געלונגען ארויף צושטעלן נפתל׳טשע אויף א שמוגלער טרעקל וואס האט זיך געדארפט ארויסשמאגלען פונעם באכניער געטא מיט נאך אידן, אינדערמיט האט מען אים געכאפט מיט די אלע איבריגע יודן, אבער בעזרת ה׳ איז ער אנגעקומען קיין אונגארן ווי ער האט זיך שפעטער צוזאמען געטראפן מיט זיין טאטען אין בודאפעסט ווי דער מהר״ש מיט זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן במשך א צייט.

אין בודאפעסט האט אים דער טאטע ענדליך נאך דריי שווערע יארן פון כסדרדיגע אנטלויפן און באהאלטן געקענט שיקן לערנען אין א ישיבה און ביי די צוועלעף יאר איז אריין אין די ישיבה פון זיין פעטער הגה״צ דער ווייטצנער רב בעל מקדשי השם זצ״ל.


צו באמערקן אז ער איז ארויס פון דארט צוזאמען מיט די גאנצע משפחת המלוכה, טייל קינדער פון זיין טאטע דער קדו"צ הי"ד, אלע זיינע קינדער, די רעבעצינ'ס, סיי די קדו"צ רעבעצין, די באבעס, זיין רעבעצן, אלע זענען ארויס פון פולין, אויסער דער זוהן פון קדוש"צ הבחור הקדוש משה אהרן הי"ד, וואס האט זיך געפאדערט פון דעם רשע אז ער וויל באגלייטן מיט די טאטע ביום המר א' אב ווען מ'האט איהם געכאפט אין לעמבערג, אין געפירט להריגה ביום ד' אב. אין דער זוהן הרב הקדוש ר' חיים יהושע הי"ד וואס די רוס'ן האבן איהם געכאפט אין לעמבערג.

אבער ליידער אנטלויפנדיג פון גרויסווארדיין, האבן די רעבצינ'ס געבליבן פון אונטן, אין א טאג דערנאך ווען זיי האבן געוואלט אויך נאכגיין אזוי ווי די פלאן איז געווען, איז שוין געווען לאחר מעשה, ווען די רשעים ימ"ש וזכרם האבן שוין פארזאמלט אלע אידן אין געטא. זיי די רעבעצין בלומא רחל הי"ד מיט די קלענערע קינדער מרדכי דוד אין?, צוזאמען מיט די מאמע רעבעצין ברכה סימא, זענען אוועק געפירט קיין אוישוויץ. ארץ אל תכסי דמם.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

למעשה איז רובא דרובא פון די משפחה פונעם קדוש"צ געבליבן לעבן וואס איז נישט געווען א מילתא דשכיחא איו פולין/גאליציא
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

א אינטרעסאנטע זאך, ס'איז דא א תשובה אין ספר אגרות משה חו"מ ח"ב סי' ס"ג צום באבובער רב ר' שלמה זצ"ל, אויף די שווערע חובות וואס ער האט אויף זיך אויף גענומען בשנות הזעם.

די וועלט איז נישט באקאנט מיט די געוואלדיגע פעולות פון באבובער רב אלס אינערמאן, בעיצומם של שנות הזעם, זייענדיג אליין בעמק הבכא, נאכ'ן פארלוירן זיין גרויסע טאטע דער רבן של רבבות אלפי ישראל, אין מיט וועלט פעולות חובקי עולם האט ער פראבירט צו ראטעווען אזוי פוהל אידן. סיי אין באכניע [ווי ער האט זיך געדרייט פרייעדיגע הייט אינדרויסן פון בונקער דורך פאלשע פאספארטן וואס ער האט געמאכט פאר די גאנצע משפחה], סיי זייענדיג אין בודאפעסט, בוקארעסט, אא"וו.
אלע רעדן אויף די שפעטערדיגע יאהרן, ווען ער צוזאמען מיט זיין גרויסע זוהן דער באבובער רב ר' נפתלצ'ע זצ"ל אויפגעבויט פון פריש ממלכת בית באבוב על מכונה ותפארתה. אין די פעולות פון די פריעדיגע יאהרן זענען אביסל באהאלטן.
דער מסירות נפש איז געווען טאקע אויך ביים באבובער רב ר' נפתלטשע, וואס האט אויף זיך גענעמען שווערע חובות פון מיליאנען אויף מיליאנען, סיי אויפצובויען און אויפצושטעלן מלכות באבוב של שלמה פון זיין פאטער זצ"ל, און סיי וועגן סתם טובות מאכן פאר אידן און צוהעלפן פאר אלע סארט געבראכן מיט עפעס א משונה'דיגע פארנעם. איז ער געווען כל ימיו א שווערע בעל חוב, בדוחק עצום.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אבן יקרה האט געשריבן: די וועלט איז נישט באקאנט מיט די געוואלדיגע פעולות פון באבובער רב אלס אינערמאן, בעיצומם של שנות הזעם, זייענדיג אליין בעמק הבכא, נאכ'ן פארלוירן זיין גרויסע טאטע דער רבן של רבבות אלפי ישראל, אין מיט וועלט פעולות חובקי עולם האט ער פראבירט צו ראטעווען אזוי פוהל אידן. סיי אין באכניע [ווי ער האט זיך געדרייט פרייעדיגע הייט אינדרויסן פון בונקער דורך פאלשע פאספארטן וואס ער האט געמאכט פאר די גאנצע משפחה], סיי זייענדיג אין בודאפעסט, בוקארעסט, אא"וו.

כ'וואלט מייעץ געווען ווער ס'וויל באקומען א קלארע בליק אויף די יארן זאל זיך פארשאפן די צוויי חלקים פונעם ספר פעולת צדיק לחיים פון ר' ב"צ גאלדמאן
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
מבאבוב[/align]




דא האט רבניש@ געלייגט 3 ערליכע ספעציעלע בילדער פון דער באבובער רב זצ"ל
viewtopic.php?p=1480769#p1480769
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: [align=center]כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק בו״ק רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ״ל
מבאבוב[/align]




דא האט רבניש@ געלייגט 3 ערליכע ספעציעלע בילדער פון דער באבובער רב זצ"ל
viewtopic.php?p=1480769#p1480769

טאקע ערליך...
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

נאך איינער, בשבתו עם זקני ארץ, אויך געווען ערגעץ דא.

ביי א מסיבה לטובת כולל גאליציא אין לאנדאן

ווערן געזעהן
הרה"ק אדמו"ר מפשעווארסק זצ"ל
הרה"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל
הרה"צ אדמו"ר ר' משולם אשכנזי מסטאניסלאוו זצ"ל
הגה"צ ר' אלחנן האלפערין זצ"ל מראדומישלא לאנדאן
אטעטשמענטס
כולל גאליציא.jpg
כולל גאליציא.jpg (28.81 KiB) געזען 7364 מאל
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

און א ביכל וואס איז ארויסגעקומען פון די תקופה פון ירושלים שטייט דארט אפאר זאכן פון זיין שייכת צו סאטמער רב זי"ע (ציווישן די זאכן איז אז ער האט עהם פארהערט אלס בחור, און שמיעסן וואס ר מאטל טבריה האט געהאט מיט סאטמער רב וואס מען האט יעדעם ארויסגעשיקט אויסער עהם, ועוד)

א שיינע (תרתי משמע) שטיקל פון זיין לעבען
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

ספר שבעים שנות המלכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

פוקנט שיקט מיר א באבובער חבר אריין דעם ספר וואס איז ערשינען היינט.
וואס מעהאט געטיילט פאר די נדיבים.
אטעטשמענטס
IMG_0106.JPG
IMG_0106.JPG (348.08 KiB) געזען 7320 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”