רבי נפתלי צבי הלברשטאם מבאבוב זצ״ל - י״ב אדר ב׳ תשס״ה
המהרנ״צ מבאבוב[/align]
איז געבוירן צו זיין גרויסן טאטען הרה״ק רבי שלמה (השני) מבאבוב זצ״ל און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ בלומא רחל בת הגה״צ רבי חיים יעקב ט״ב אב״ד לימנוב זצ״ל (חתן מהר״ש הראשון זי״ע)
ביום כ״ה סיון שנת תרצ״א אין שטעטל לימאנוב.
וקרא שמו בישראל בפקודת זקינו הק׳ הקדושת ציון ״נפתלי צבי״ נאכן הייליגן ראפשיצער רב זי״ע.
ילדותו:
דער קליינער נפתלי צבי - נפתל׳טשע ווי מהאט אים גערופן בחיבה, איז געוואקסן אין אן אטמאספערע ווי א קרוין פרינץ ביי זיינע עלטערן אינדערהיים און ביים זיידענס גרויסן הויף זייענדיג דאס ערשטע באח״ב פונעם רבין דער קדושת ציון, ווי דער הייליגער זיידע פלעגט זיך טאקע זייער פיל מיט אים אפגעבן און משתשע זיין. אלס האט מען געקענט זעהן דעם קליינעם נפתל׳טשע שפאצירן האנט ביי האנט מיטן גרויסן זיידן און טאטן, ווי דער זיידע פלעגט דאן אריינפלאנצן און איבערגען פארן אייניקל פון זיינע הייליגע דרכים וספורי קודש.
בשנות הזעם:
מיטן אנקום פונעם צווייטן וועלט קריג, האט דער באבובער רב מיטגעמאכט די שווערע צרות זייענדיג נע ונד אויף פילע מקומות זיך געהאלטן אין איין אויסבאהאלטן ממקום למקום, שווערע אומסטאבילע יארן זענען דורך אויף נפתל׳טשע פונעם אנהייב קריג ביזן לעצטן סטאנציע אין ראמעניע פון ווי ער איז ארויף לארה״ק.
גלייך אנהייב פונעם קריג איז דער רבי מהר״ש געווען פון די וואס האבן באגריפן דעם עת צרה ליעקב און פארפירט און מסביר געווען אז מעדארף אנטלויפן פון די ברענעדיגע פוילין און זיך ראטעווען פון די נאצישע נעגל פאר עס איז צושפעט, ער האט כסדר געארבייט מיט פלענער און פעולות פאר הצלת ישראל און פאר הצלת משפחתו.
דער ערשטער וועם עס איז געווען מעגליך ארויסצושמאגלן מיט די באצאלטע פּויערן די גרעניץ שמאגלער איז געווען בנו נפתל׳טשע שוין זייענדיג א גרעסער און א באזעסן קינד מיט א קלוגן פארשטאנד צו פארשטיין דעם שווערן סיטואציע און נעמען די זאך ערענסט עס זאל דורכגיין מיט הצלחה, אזוי איז נאך גרויסע באמיאונגען געלונגען ארויף צושטעלן נפתל׳טשע אויף א שמוגלער טרעקל וואס האט זיך געדארפט ארויסשמאגלען פונעם באכניער געטא מיט נאך אידן, אינדערמיט האט מען אים געכאפט מיט די אלע איבריגע יודן, אבער בעזרת ה׳ איז ער אנגעקומען קיין אונגארן ווי ער האט זיך שפעטער צוזאמען געטראפן מיט זיין טאטען אין בודאפעסט ווי דער מהר״ש מיט זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן במשך א צייט.
אין בודאפעסט האט אים דער טאטע ענדליך נאך דריי שווערע יארן פון כסדרדיגע אנטלויפן און באהאלטן געקענט שיקן לערנען אין א ישיבה און ביי די צוועלעף יאר איז אריין אין די ישיבה פון זיין פעטער הגה״צ דער ווייטצנער רב בעל מקדשי השם זצ״ל.
לעול התורה והמצות:
אבער צו לאנג האט מען אין בודאפעסט אויך נישט געקענט פארבלייבן ווייל אונגארן איז אויך געפאלן אונטערן דייטש, און די פוילישע בירגער האבן דאס ערשטע געמוזט לויפן פאר זייער לעבן זענען זיי ווייטער געלאפן און זיך מסדר געווען אין גרויסווארדיין וואס איז נעבן דעם ראמענישן גרעניץ מיטן פלאן זיך צו אריבער שווערצן דעם גרעניץ קיין ראמעניע, ווען די ערשטע געלעגנהייט וועט אנקומען.
אין גרויסווארדיין איז אויך נישט געווען קיין גן עדן און מעהאט געדארפט אפזיצן אין בונקער׳ס אויסבאהאלטן פארשטיפט און פארהונגערט מיט נאך פילע אנדערע יודן.
בעתן וויילן אין איינע פון די נאסע קעלערן אין גרויסווארדיין האט זיך אונטערגעריקט א גאר גרויסן טאג פאר נפתל׳טשע די טאג פון זיין ״בר מצוה״ דער טאטע המהר״ש האט אנגעטון די תפילין פאר בנו צום ערשטן מאל, אבער נישט פאר ער האט געמאכט זיכער אז ער האט די מעגליכקייט צו כאפן א כמו מקוה לטיהר את הנפש, און דערנאך אין א ווינקל געמאכט די סעדות הבר מצוה מיט א רייכע סעודה פון רויע בונדלך... גרויס התרגשות האט ארומגענומען דעם פארשימעלטן בונקער און א אור בחושך האט מען געקענט טאפן אין די לופט.
שפעטער איז אים געלונגען אנצוקומען קיין בוקארעסט ראמעניע, און פון דארט איז ער ארויף אויפן באקאנטן שוף בולבול וואס פירט אים בעז״ה קיין ארה״ק. נאך פילע וואגלענישן אויפן ים האט ער ענדליך בערך בתשרי שנת תש״ה זוכה געווען לחונן את עפרה.
ימי הבחרות בירושלים עיה״ק:
א גאלדענע תקופה איז געווען פארן מהרנ״צ אין ירושלים עיה״ק ווי איז ער אריין לערנען אין די בארימטע סלונימער ישיבה, און זיך געדרייט מיט ירושלימער לבוש און ארום נאשן פון אלע צדיקים קדושים אין ירושלים של מעלה ווי זיי האבן אים אלע גאר מחבב געווען און מקרב געווען זעהנדיג אין אים א מהות פון א יונגען אדם גדול. פיל ווערט פארציילט און פיל איז געשריבן בדברי ימי באבוב איבער דעם גלעצענדע תקופה בקורת ימי חייו הק׳.
נאכן זיך משלים זיין אין א״י ביי זיינע רבי׳ס ווי הרה״ק רבי מאטיל סלאנימער ודומיהן, האט אים זיין טאטע געשיקט א מכתב ווי ער בעט אים אז ער זאל קומען צו אים קיין אמעריקא ווייל ער וויל גרינדן א ישיבה.
און ט״ו חשון תש״ו איז ער אנגעקומען לחסות בצל אביו זייענדיג פון די ערשטע באבובער תלמידים על אדמת אמעריקא אין די מאנהעטן וועסט סייד ווי די באבובער ישיבה איז דאן געווען סטאנצינירט.
נשואיו:
ביום ט״ו סיון תשי״א האט די רבי מהרנ״צ חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מרת העסא בת כ״ק מרן אדמו״ר רבי יוסף מדעעש זצ״ל.
ותגלה ותראה מלכותך:
טראץ וואס די רבי מהרנ״צ איז פאקטיש נישט געזעצן על כס המלוכה פאר צו לאנג שוין זייענדיג אפגעשוואכט פיזיש איבערנעמענדיג זיין טאטען ביי די פטירה ביום ב׳ אב תש״ס, איז אבער די רבי מהרנ״צ געשטאנען אלע יארן בראש כל מה שבשם באבוב יקרא, ער איז געווען איין חתיכה אחת מיט זיין גרויסן טאטען געבינדן מיט א קשר עליון און צוזאמען געווען אקטיוו און אויפבויען און אויפשטעלן דעם באבובער מלוכה פונדאסניי. פונעם אנהייב אנהייב ביים איינפלאנצן די ערשטע קערענדלך איז ער צוגעשטאנען צו זיין טאטען מיט מסירת נפש ממש און זיך מפקר געווען זיין כבוד, געזונט, פאר די הצלחה און ווידער אויפבליהונג פון די הערליכע באבובער אימפעריע דא אין אמעריקא, אזוי אז אפי׳ נישט דינענדיג צו לאנג אלס דער באבובער רבי איז ער גערופן געווארן איבעראל מיטן צונאמען רבי ״נפתל׳טשע באבובער״ כל ימיו... ווייל דאס איז געווען דאס מציאות וואס יעדער האט געוויסט אז ״רבי נפתל׳טשע״ מיט ״באבוב״ איז געגאנגען סינאנים.
תתן אמת:
דער באבובער רב מהרנ״צ זצ״ל איז געווען מפורסם מיט זיין אייגענארטיגער מהות פון ״ארגענעל״ זיין גאנצע הלוך ילך און באנעמונג איז געווען מיט א געוואלדיגער ״פשטות״ איינפאך.. און זיין גאנצער מהלך איז געווען בלויז מיטן ״מדת האמת״ אן איין איבריגע חנופה ווארט, אדער אן איין איבריגע תנועה קלה, דער געוואלדיגער באשיידענע באהאלטענקייט איז געווען זיין יוניק ״כולו אומר כבוד״ פון דעם מזג געמיש פון זיינע הייליגע מדות און ענוה ופשטות איז אראפגעמאלן געווארן דעם ציור אין יעדענס מח פון דעם באוויסטן פיגור ״הרב הצדיק רבי נפתל׳טשע באבובער זכר צדיק לברכה.
אדמו״ר אבדק״ק באבוב:
מיט די פטירה פון כ״ק מרן אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצ״ל ביום א׳ אב תש״ס איז כ״ק מרן אדמו״ר מהרנ״צ זצ״ל אויפגענומען געווארן למלא מקום אביו הק׳ באדמורת באבוב לשם ולתפארת. ביז יום פטירתו לחיי העולם הבא י״ב אדר ב׳ תשס״ה.
הציון המציונת יחד עם אביו באוהל אדמורי באבוב בנוי גערסי.
ממלא מקומו: אחיו הצעיר כ״ק מרן אדמו״ר רבי בנציון אריה לייביש הלברשטאם מבאבוב שליט״א.
חתנו השני כ״ק מרן אדמו״ר רבי מרדכי דוד אונגער מבאבוב - 45 שליט״א.