שחיטת בית יוסף

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

שחיטת בית יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לעצטענס פארקויפט מען Birdsboro פלייש וואס קומט פון אורעקוויי וואס עס שטייט דערויף "בית יוסף", דאס הייסט שחיטת בית יוסף; און עס האט דער הכשר פון התאחדות הרבנים. מיין ווייב האט זיך דערמאנט אז איך האב איר אמאל געזאגט אז שחיטת בית יוסף איז פלייש אן א סירכא אזוי ווי דער בית יוסף פסק'ענט, איז האט זי מיר געפרעגט אז אפשר קויף מיר דאס.

היות עס איז דא חילוקים אין דער שחיטה אליין צווישען דער בית יוסף און רמ"א, און מיר פסק'נן ווי דער רמ"א, וויל איך פרעגען דא דער עולם (וואס ווייסט), צו מען רעדט דא פון פלייש מיט אלע חומרות פון בית יוסף און אלע חומרות פון רמ"א?

איך האב אנגערופען איינע וואס דארף וויסען, האט ער מיר געזאגט אז לגבי כשרות איז דאס מער מהודר ווי די אנדערע. איז מיר געבליבען נאר צו פרעגען צו עס איז נישט דא תרתי דסתרי'דיגע מהלכים ביים שחיטה גופא לשיטת בית יוסף ולשיטת רמ"א, און ווי גלייכט מען דאס אויס?

כ'פרעג ריין להלכה ולמהדרין מן מהדרין און האב נישט קיין שום אנדערע אינטערעסען פאר פרעגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

SPUSMN האט געשריבן: לעצטענס פארקויפט מען Birdsboro פלייש וואס קומט פון אורעקוויי וואס עס שטייט דערויף "בית יוסף", דאס הייסט שחיטת בית יוסף; און עס האט דער הכשר פון התאחדות הרבנים. מיין ווייב האט זיך דערמאנט אז איך האב איר אמאל געזאגט אז שחיטת בית יוסף איז פלייש אן א סירכא אזוי ווי דער בית יוסף פסק'ענט, איז האט זי מיר געפרעגט אז אפשר קויף מיר דאס.

היות עס איז דא חילוקים אין דער שחיטה אליין צווישען דער בית יוסף און רמ"א, און מיר פסק'נן ווי דער רמ"א, וויל איך פרעגען דא דער עולם (וואס ווייסט), צו מען רעדט דא פון פלייש מיט אלע חומרות פון בית יוסף און אלע חומרות פון רמ"א?

איך האב אנגערופען איינע וואס דארף וויסען, האט ער מיר געזאגט אז לגבי כשרות איז דאס מער מהודר ווי די אנדערע. איז מיר געבליבען נאר צו פרעגען צו עס איז נישט דא תרתי דסתרי'דיגע מהלכים ביים שחיטה גופא לשיטת בית יוסף ולשיטת רמ"א, און ווי גלייכט מען דאס אויס?

כ'פרעג ריין להלכה ולמהדרין מן מהדרין און האב נישט קיין שום אנדערע אינטערעסען פאר פרעגען.

בדרך כלל מיינט עס נאר לגבי ריין אן סירכות.
ביי אלע אנדערע זאכן נעמען מיר אן דעם פסק פונעם רמ"א בין לקולא ובין לחומרא.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב יעצט באקומען א טעלפאן קאל פון אים; (זעהט אויס אז עס איז באשערט געווען אז דער אשכול זאל גע'עפענט ווערען); און זאגט מיר טאקע דאס, אז דער לעבל "בית יוסף" מיינט טאקע נאר דאס אז עס איז 100 פרוצענט גלאט (לגבי בדיקת הראיה) ווי עס דארף זיין לשיטת בית יוסף, אבער דער שחיטה איז די זעלבע ווי ביי אונז אשכנזים און מיט אלע חומרות פון דער רמ"א.

ווי כאפט דער נפקא מינה, איז אז די ספרדים אין ארץ ישראל (און אויך די פרומערע ספרדים דא אין אמעריקע) וועלען דאס נישט עסען, וויל דער שחיטה איז נישט בית יוסף נאר דער רמ"א.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח הרב נחוניא, און א מזל טוב לרגל ווערען א שר האלפיים!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מפי השמועה פון א שו"ב שחיטתבית יוסף האט אזויפיל פשט ווי גלאטטשיקען אין אמעריקא


גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן: כ'האב יעצט באקומען א טעלפאן קאל פון אים; (זעהט אויס אז עס איז באשערט געווען אז דער אשכול זאל גע'עפענט ווערען); און זאגט מיר טאקע דאס, אז דער לעבל "בית יוסף" מיינט טאקע נאר דאס אז עס איז 100 פרוצענט גלאט (לגבי בדיקת הראיה) ווי עס דארף זיין לשיטת בית יוסף, אבער דער שחיטה איז די זעלבע ווי ביי אונז אשכנזים און מיט אלע חומרות פון דער רמ"א.

ווי כאפט דער נפקא מינה, איז אז די ספרדים אין ארץ ישראל (און אויך די פרומערע ספרדים דא אין אמעריקע) וועלען דאס נישט עסען, ווייל דער שחיטה איז נישט בית יוסף נאר דער רמ"א.

וויל נאר פארעכטען וואס כ'האב פריער געשריבען נישט ריכטיג בשמו.

דער ריכטיגע איז אז דער לעבל "בית יוסף" מיינט טאקע נאר דאס אז עס איז 100 פרוצענט גלאט (לגבי בדיקת הראיה) ווי עס דארף זיין לשיטת בית יוסף, אבער דער שחיטה איז די זעלבע ווי ביי אונז אשכנזים לשיטת הרמ"א לקולא ולחומרא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קאץ און מויז האט געשריבן: סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף

שחיטת אדער בדיקת ריאות :?:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אלע בדיקת היינט זענען שחיטת בית יוסף ווייל אונז זענען מיר מער מחמיר ווי די בית יוסף בימיו נאר שחיטת בית יוסף רופט מען נאך מער גלאט אבער אלע היימישע שחיטות זענען 100% כשר לויטן בית יוסף.

איך האב אמאל געהערט איינער האט געפרעגט האדמו"ר מסאטמער [מהר"א] פארוואס די בית השחיטה עדווערטייזט זיך נישט אלץ שחיטת בית יוסף, [ווייל אין בית השחיטה איז מען אויך מקפיד אזוי דאס וואס מען רופט שחיטת בית יוסף] האט ער גע'ענטפערט אז עס האט נישט קיין פשט ווייל אלע זענען שחיטת בית יוסף.
די בית השחיטה איז פשוט מער מהודר אזוי אין ארץ ישראל רופט מען שחיטת בית יוסף.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

רב סאדאם, לפיענ"ד מישט איר אויס די יוצרות. ביי עופות איז נישט דא קיין בית יוסף. דערמאן דיך ווען אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט דערמאנט ביי די יארצייט סעודה בזה"ל "נישט דא אזא בית יוסף"

די בית יוסף פאסקענט לגבי סירכות אז עס מיז זיין גלאט, לעומת זה האלט ער, אז מען מעג בין די אחוריים.
די רמ"א האלט אז מען מעג קולף זיין א סירכא. אהער מען טאר נישט עסן קיין אחוריים. אשר על כן קען מען נישט אננעמען מקולי ב"ש ומקולי ב"ה.
קומט יעצט די נייע חומרא אז מען איז נישט קולף קיין סירכות, מען נעמט נאר גלאט גלאט, וזהו שחיטת בית יוסף.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

קאץ און מויז האט געשריבן: סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף


כמעט - כמעט נישטא קיין שחיטת בית יוסף ביי גסות נאר ביי קעלבער.

ביי גסות איז עס ממש א זעלטנהייט.

דאס פארקויפן פלייש מיט א לעבל שחיטת בית יוסף איז א מארקעטינג קאמפיין. (מפי רח״ד כ״ץ שליט״א)
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

אמאל געהערט פון ר' זלמן ליב (סאטמערע רב ווילנסבורגס זוהן) אז רב עובדיה האט עפיס געמוטשעט זיין זיידע אז מען זאל עס רופן שחיטת בית יוסף, און אז ער האט נישט מסכים געוועהן...
נאזי באדי
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאזי באדי »

קיסריה האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן: סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף


כמעט - כמעט נישטא קיין שחיטת בית יוסף ביי גסות נאר ביי קעלבער.

ביי גסות איז עס ממש א זעלטנהייט.

דאס פארקויפן פלייש מיט א לעבל שחיטת בית יוסף איז א מארקעטינג קאמפיין. (מפי רח״ד כ״ץ שליט״א)

סאלעמאנ'ס פלייש איז נישט שחיטת בית יוסף?
השמש
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

קיסריה האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן: סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף


כמעט - כמעט נישטא קיין שחיטת בית יוסף ביי גסות נאר ביי קעלבער.

ביי גסות איז עס ממש א זעלטנהייט.

דאס פארקויפן פלייש מיט א לעבל שחיטת בית יוסף איז א מארקעטינג קאמפיין. (מפי רח״ד כ״ץ שליט״א)

אמת דאס רופט זיך
KG
און עס איז כמעט דאפעלט די פרייז
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עמקן האט געשריבן: אמאל געהערט פון ר' זלמן ליב (סאטמערע רב ווילנסבורגס זוהן) אז רב עובדיה האט עפיס געמוטשעט זיין זיידע אז מען זאל עס רופן שחיטת בית יוסף, און אז ער האט נישט מסכים געוועהן...

ביי א דינער אין קרית יואל האט ער געזאגט די סיבה ווייל לויטן בית יוסף איז דאס אויך נישט גוט
דאס טייטש ער לאזט קולף זיין א סירכה וואס מען דארף זיך נישט שפילן ער האט דאס מסביר געווען אזוי ווי די געלע סטיקי נויט פאפיר
די גאנצע וועלט רופט דאס בית יוסף, ער האלט אז לויטן בית יוסף איז דאס אויך אסור

לגבי אורוגוויי איז די בכלל סאך גרינגער מיט סירכות ווייל די וועטער קלימאט איז בעסער און געזינטער און אוטומאטיש איז דא וויניגער פראבלעמען ווי אין נארט אמעריקע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נאזי באדי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן: סאטמאר מהרי"י שחיטה איז שוין א שיינע פאר יאר שחיטת בית יוסף

כמעט - כמעט נישטא קיין שחיטת בית יוסף ביי גסות נאר ביי קעלבער.
ביי גסות איז עס ממש א זעלטנהייט.
דאס פארקויפן פלייש מיט א לעבל שחיטת בית יוסף איז א מארקעטינג קאמפיין. (מפי רח״ד כ״ץ שליט״א)

סאלעמאנ'ס פלייש איז נישט שחיטת בית יוסף?

סאלאמאנס האט בית יוסף וואס האט א ספעציעלע סטיקער אז עס איז בית יוסף.
פישלס איז אלעמאל בית יוסף.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

ביי א דינער עטליכע יאר צירוק פון מוסדות קרית יואל האט מוהר"א געזאגט אז לפי די חומרות וואס מען האט איינגעפירט בשחיטתו קען מען אנרופען די שחיטה שחיטת בית יוסף, און ער האט דאן מסביר געווען די חילוקים פון די צוויי שחיטות, וטעם הדבר פארוואס מען רופט עס נישט מיט די נאמען.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

קיקיון האט געשריבן: מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?

KG=Kelber Glad
ביי דיפאלט פארקויפן זיי אויך 'נישט' גלאט, נאר זיי האבן די אפציע פון גלאט ביי קעלבער פלייש פאר די פרומע
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Amazing האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?

KG=Kelber Glad
ביי דיפאלט פארקויפן זיי אויך 'נישט' גלאט, נאר זיי האבן די אפציע פון גלאט ביי קעלבער פלייש פאר די פרומע

זיי אזוי גוט זיי מסביר בפרטיות
איך פארשטיי גוט?
בדרך כלל איז די קעלבערנע פלייש וואס "אונזערע" בוטשערס פארקויפען נישט גלאט נור דאס וואס "זיי" באצייכענען KG איז גלאט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

קיקיון האט געשריבן: מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?

נעכטן נאכט גערעדט צו א שוחט לברר הדברים
לגבי שחיטה נעמען מיר אהן נישט ווי ב"י און נישט ווי דער רמ"א. נאר ווי דער שמלה חדשה.

לגבי סירכות איז טאקע דא א קולא פון רמ"א וואס דער בית יוסף איז מחמיר (נישט קולף זיין, נאר א אנדערע נאמען, ושכחתי כעת) אפילו לגבי שחיטת בית יוסף איז אויך דא געוויסע סירכות וואס דער ב"י אליין איז מיקל קולף צו זיין, און מען פאלאזט זיך טאקע אויף דעם לגבי קעלבערן, וזהו קעלבער גלאט וזהו שחיטת בית יוסף.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

רבי משה האט געשריבן: רב סאדאם, לפיענ"ד מישט איר אויס די יוצרות. ביי עופות איז נישט דא קיין בית יוסף. דערמאן דיך ווען אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט דערמאנט ביי די יארצייט סעודה בזה"ל "נישט דא אזא בית יוסף"

די בית יוסף פאסקענט לגבי סירכות אז עס מיז זיין גלאט, לעומת זה האלט ער, אז מען מעג בין די אחוריים.
די רמ"א האלט אז מען מעג קולף זיין א סירכא. אהער מען טאר נישט עסן קיין אחוריים. אשר על כן קען מען נישט אננעמען מקולי ב"ש ומקולי ב"ה.
קומט יעצט די נייע חומרא אז מען איז נישט קולף קיין סירכות, מען נעמט נאר גלאט גלאט, וזהו שחיטת בית יוסף.


לויט ווי איך געדענק איז די חומרא פון אחוריים איינגעפירט נאך תקופת הרמ"א
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

קיקיון האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?

KG=Kelber Glad
ביי דיפאלט פארקויפן זיי אויך 'נישט' גלאט, נאר זיי האבן די אפציע פון גלאט ביי קעלבער פלייש פאר די פרומע

זיי אזוי גוט זיי מסביר בפרטיות
איך פארשטיי גוט?
בדרך כלל איז די קעלבערנע פלייש וואס "אונזערע" בוטשערס פארקויפען נישט גלאט נור דאס וואס "זיי" באצייכענען KG איז גלאט

אקוראט. גוט פארשטאנען.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

איך האב אמאל געהערט אין נאמען פון הג"ר אברהם טייכמאן, הרב דאיגוד הכשרות דלאס אנדזאלאס, אז ער גלויבט נישט וואס זיי פארקיופין בשם בית יוסף. ער טענהעט אז ער ווייס פון זיין אייגענער שחיטה אז איז נישט דא גענוק בהמות וואס זענען כשר להב"י. וואס זיי טוהען איז אז אויב דאס סירכא גייט אראפ גרינגערהייט זיי רופען דאס א ריר און זאגען אז דאס כשר אויך לויט דער בית יוסף. אבער ער זאגט אז דאס איז נישט דער פשטות אין בית יוסף.
איך האב דאס געהערט מער פון דרייסיק יאהר צוריק. אפשר היינט איז אנדערש.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך האב אויך עפעס אזוי געהערט, אז די מדריגה אין כשרות איז אלץ איין סטעפ נידעריגער ווי מען מיינט; נאר האלט אויס טעכניש אדער מיט לומדות, און מען קען עס בדיעבד אנרופען דער מדריגה. אויב דאס איז אמת, קומט אויס לויט דעם אז ווען מען שרייבט "בית יוסף" מיינט עס אז בדיעבד קען מען עס אנרופען בית יוסף; אבער אויב עס שטייט נישט בית יוסף איז עס זיכער נישט בית יוסף.

פון דעסטוועגען וויל איך ח"ו נישט פלאנצען קיין ספיקות אין קיינעם, און מען קען זיין רואיג אז מען פארקויפט אונז כשר וישר'דיגע פלייש; אבער היות מען האט דאס אריין געשטעלט אין ידיעת התורה (ווי עס דרייען זיך מייסטענס תלמידי חכמים); מייניך אז עס איז וויכיטיג אז די מחמירים זאלען וויסען די מציאות הדברים.

פאר די מחמירים וואס ווילען באצאלען, וועליכע איז חשובער? אורעגעוויי מיטען סטיקער בית יוסף, סאלאמאנס מיטען סטיקער בית יוסף, אדער פישלס? אויב איינער האט די ריכטיגע ידיעות, ביטע אונז לאזען וויסען.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 11:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”