שחיטת בית יוסף
היות עס איז דא חילוקים אין דער שחיטה אליין צווישען דער בית יוסף און רמ"א, און מיר פסק'נן ווי דער רמ"א, וויל איך פרעגען דא דער עולם (וואס ווייסט), צו מען רעדט דא פון פלייש מיט אלע חומרות פון בית יוסף און אלע חומרות פון רמ"א?
איך האב אנגערופען איינע וואס דארף וויסען, האט ער מיר געזאגט אז לגבי כשרות איז דאס מער מהודר ווי די אנדערע. איז מיר געבליבען נאר צו פרעגען צו עס איז נישט דא תרתי דסתרי'דיגע מהלכים ביים שחיטה גופא לשיטת בית יוסף ולשיטת רמ"א, און ווי גלייכט מען דאס אויס?
כ'פרעג ריין להלכה ולמהדרין מן מהדרין און האב נישט קיין שום אנדערע אינטערעסען פאר פרעגען.