דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

דרינגענד!!!! - וואס צו לערנען מיט א או.טי.די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א בחור פון בערך 25, וואס איז ל"ע אראפ פון דרך הישר רח"ל, מיט א גוט קעפל, איז מסכים צו קומען לערנען עטליכע מאל. דער ערשטער שיעורדארף שוין זיין היינט.
ער האט קיין אינטערעסע אין קיין שום ענין אדער נושא, אבער אויך נישט קיין קעגנערשאפט צו קיין שום לימוד.
וואס זאל מען לערנען מיט איהם.
ביטע העלפט מיט עצות און פארשלאגן וואס פריער, ווייל עס איז שוין נוגע!
כל המקיים נפש אחת וכו'...
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

פרק חלק מסכת סנהדרין

זיך נישט טענען אויף אמונה נאר לערנען פשוט פשט אדער וואס די מפרשים זאגן
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יאך וואלט געזאגט דעם ספה"ק 'באר הגולה' פונם מהר"ל,
אדער אנדערע ספרי מהר"ל
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

אויב האט ער א גוטע קאפ, אפשר לערנט מס' יבמות וועט ער הנאה האבן פון א בלאט גמרא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

אור החיים הקדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מקובל מצדיקים שלימוד בספר אור החיים הקדוש מסוגל מאוד.
לא צריכים לברר איזה קטע, רק פשוט ללמוד מפרשת השבוע.
ויה"ר שיערה עלינו רוח ממרום לעורר את לבבינו לתשובה שלימה.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

דער עולם האט דא זייער גוטע עצות...

מען דארף קאנטאקען איינעם מיט עקספריענס

ביטע קוק וואס איך האב געשריבן באישי
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

רעיונות ששמעתי מאחרים שעסקו בזה:
שיר השירים עם פירוש רש"י
ברית כהונת עולם פאר א גוטן קעפל (מראה נפלאות התורה)

אבער בעיקר דארף מען רעדן מיט איינער וואס פארשטייט באמת בענינים אלו
תורת חב"ד
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לערען נ"ך. דארט איז דא אסאך מעשיות ווי אידן האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין און געזינדיגט. דאס קען אים גיבן חיזוק רז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא און אים העלפן צוריק קומען. די אלע ספרים וואס רעדן פון מדריגות און חסידות קען שאטן ווייל דאס וועט ערוועקן אין אים זיין יוגענט פון וואס ער איז אנטלאפן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דרינגענד:

איינער מיט א טומאר אין קאפ קומט היינט אריין צו מיר פאר אן אפאראציע, עני איידיע וויאזוי דאס דורכצופירן?

ערנסט גערעדט, איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, ממ"נ וואס איז דער ציל, אויב איז דער ציל צו ארבעטן מיט אים, מיינט דאס אז דו פארשטייסט, איז פארוואס פרעגסטו וואס צו לערנען, און אויב דו פארשטייסט נישט וויאזוי צוצוגיין צו אזא האקעלע נושא, פליז לאז דאס פאר א צווייטן וואס פארשטייט
און אויב ס'איז סתם צו שטופן די צייט, וואס א חילוק וואס דו לערנסט?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער בני יששכר שרייבט אז פרשת האזינו איז מסוגל צו לערנען פאר פראבלעמען מיט אמונה.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ער איז מסכים צו לערנען מיט דיר, און דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג! אבער איך צווייפל אז ער איז איצט אויפן מאמענט אינטערעסירט אין לערנען א נושא וואס מאנט תיקון המעשים אדער אמונה. אביסל פרעשער און ער קאן ח"ו אנטלויפן אויף שטענדיג!

איך ראט אז דו זאלסט אים געבן צו שפירן א טעם אין תורה הקדושה שמגנא ומצלא. הויב אן מיט שנים אוחזין מיט תוספות. די סגיות רעדן זיך פון מציאה, מקח וממכר והמסתעף; אבער איינמאל א אידישע נשמה איז טועם דעם געוואלדיגן מתיקת התורה, פארט מען שוין פון זיך אליין אויף די ריכטיגע שינעס בעזהשי"ת.

הצלחה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יידישע קהילות האט געשריבן: א בחור פון בערך 25, וואס איז ל"ע אראפ פון דרך הישר רח"ל, מיט א גוט קעפל, איז מסכים צו קומען לערנען עטליכע מאל. דער ערשטער שיעורדארף שוין זיין היינט.
ער האט קיין אינטערעסע אין קיין שום ענין אדער נושא, אבער אויך נישט קיין קעגנערשאפט צו קיין שום לימוד.
וואס זאל מען לערנען מיט איהם.
ביטע העלפט מיט עצות און פארשלאגן וואס פריער, ווייל עס איז שוין נוגע!
כל המקיים נפש אחת וכו'...

וואס די זאלסט נישט לערענען מיט אים, האט דער תורה א כח אין זיך אז המאור שבה יחזירנה למוטב; אבער פארשטייט זיך אז עס מוז בלייבען א קביעות; איז דערפאר לערען מיט אים עפעס וואס ער זאל האבען אין דעם א געשמאק (אין אדם לומד אלא מה שלבו חפץ) און זאל וועלען נאכאמאל צוריק קומען.

היות היינט איז ערב השנה, מייניך אז עס איז כדאי אים מסביר זיין (מיט וויפיל מען קען) וואס מיינט דאס ראש השנה; און אז ער, נישט קיין נפקא מינה ווי ווייט איז שוין פארקראכען, אבער זייענדיג א בן אין דעם עם הנבחר בני אברהם יצחק ויעקב, האט דער ברירה און כח ביי זיך אויס צו פועלען פון דער טאטע אין הימעל א גוט יאר.

זאג אים אז מיר אלע; איך, די, און אונז אלע, האבען זיך אין משך פון יאר אוועק גערוקט פון דרך (נטה קו, אוועק פון שורה), און מיר קוקען ארויס אויף די הייליגע טעג, זיך צוריק צו קערען און זיך שטעלען אין שורה אין גיין ווידער אינעם גלייכען אידישען וועג.

זאל דיר דער אייבערשטער חונן דעת זיין, אז די זאלסט האבען די פאסיגע ווערטער, און עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב. מיר האפען אז איר וועט צוריק קומען און אונז אנזאגען גוטע בשורות.
--
הרב מונאוויטש זאגט עפעס; זאגט ווי אלעמאל גוט.

יעדער זאגט דא עפעס. נעם ארויס וואס איז צוגעפאסט אין דיין פאל, אין זאל דיר דער אייבערשטער געבען הצלחה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע:אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

קאזאבלאנקא האט געשריבן: דרינגענד:

איינער מיט א טומאר אין קאפ קומט היינט אריין צו מיר פאר אן אפאראציע, עני איידיע וויאזוי דאס דורכצופירן?

ערנסט גערעדט, איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, ממ"נ וואס איז דער ציל, אויב איז דער ציל צו ארבעטן מיט אים, מיינט דאס אז דו פארשטייסט, איז פארוואס פרעגסטו וואס צו לערנען, און אויב דו פארשטייסט נישט וויאזוי צוצוגיין צו אזא האקעלע נושא, פליז לאז דאס פאר א צווייטן וואס פארשטייט
און אויב ס'איז סתם צו שטופן די צייט, וואס א חילוק וואס דו לערנסט?

הא לא דמיא אלא להא....
ער רעדט זיך איין אז ער איז קלוגער פון יעדעם, די טומאר באדערט אים בכלל נישט, אז איך וועל אים זאגן "גיי צו א ספעציאליסט זיך באהאנדלן" וועט ער מיר ענטפערן "איך האב דיר נישט געפרעגט", ווי אזוי הייב איך אן א שמועס מיט אים אז איך זאל אים קענען צוביסלעך אויפקלערן צו טוהן וואס איז ריכטיג?...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יענקעלע האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן: דרינגענד:

איינער מיט א טומאר אין קאפ קומט היינט אריין צו מיר פאר אן אפאראציע, עני איידיע וויאזוי דאס דורכצופירן?

ערנסט גערעדט, איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, ממ"נ וואס איז דער ציל, אויב איז דער ציל צו ארבעטן מיט אים, מיינט דאס אז דו פארשטייסט, איז פארוואס פרעגסטו וואס צו לערנען, און אויב דו פארשטייסט נישט וויאזוי צוצוגיין צו אזא האקעלע נושא, פליז לאז דאס פאר א צווייטן וואס פארשטייט
און אויב ס'איז סתם צו שטופן די צייט, וואס א חילוק וואס דו לערנסט?

הא לא דמיא אלא להא....
ער רעדט זיך איין אז ער איז קלוגער פון יעדעם, די טומאר באדערט אים בכלל נישט, אז איך וועל אים זאגן "גיי צו א ספעציאליסט זיך באהאנדלן" וועט ער מיר ענטפערן "איך האב דיר נישט געפרעגט", ווי אזוי הייב איך אן א שמועס מיט אים אז איך זאל אים קענען צוביסלעך אויפקלערן צו טוהן וואס איז ריכטיג?...

עס ווענד זיך זייער שטארק פון וועם דו רעדסט אבער רוב דראפ אוטס האבן נישט קיין פראבלעם מיט אמונה.
עס איז דא א צווייטע זאך וואס באדערט זיי.
מיין עקספערינס... טריי נישט צו לערנען צו סאך מיט אים נאר די עיקר שמיעסן [אויך לערנען כדי עס זאל קענען האבן א קיום]
ער וויל נישט זיך זעצן לערנען ער וויל טשאסט פארברענגען מיט דיר.
אז ער וועט דיר ארויף קוקן און באקומען א קשר צו דיר וועסטו זעהן די נעקסטע סטעפ. [וואס געשעט אליין צוביסלעך]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ייש"כ פאר אלע עצות דא און אין אישי.
קאזאבלאנקא: ביסט נישט גערעכט, איך רעד זיך נישט איין אז איך בין א מומחה, איך בין נישט קיין עקספערט אבער נאכן שמועסן מיט איהם און איהם פרעגן "ווילסט לערנען אביסל?" האט ער *מיר* ג'ענטפערט "יא". דארף איך וויסן וואס צו טוהן דעם נעקסטן סטעפ. וואל זאל איך טוהן איך זאל איהם שיקן צו א עקספערט? וועט ער דען גיין? אוודאי נישט!!
ער טוט מיר א גאנצע טובה, ווייל ער ווייסט אז איך וויל. איהם גייט עס נישט אן, און האט נישט פונקט עפעס בעסערס וואס צו טוהן.
שמועסן און רעדן השקפה וחיזוק וועט פארשטייט זיך מיטקומען, אבער מיר מוזן האבן א שיעור אין 'עפעס'.
איך האב נאכנישט מחליט געווען. דער עולם איז נאך געבעטן אויפצוקומען מיט נאך הצעות. אפילו אויב פאר מיר וועט עס נישט נוגע זיין, איז אלעמאל כדאי צו וויסן וואס פאר א מעגליכקייטן עס זענען דא פאר אנדערע פעלער.
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

לענ"ד: חומש רש"י... גיי צו וזאת הברכה...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7096
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פליעז. ווער עס האט נישט עקספיריענס מיט OTD'ס זאל ביטע האלטן די עצות צו זיך. ווען מען הייבט מיט זיי אן אין אמונה אדער אידישקייט זאכען, דאן ווערט א צעשפרינגעניש צווישן זיי און דער וואס פרובירט אים צו לערנען עניני אמונה ודעות באהאלטענערהייט. זיי זיינען נאר אפגעפארען, אבער נישט אלעמאל בהמות...
אויב האט ער א גוט קעפל, קאנסטו אים פרעגן וועלכע ספר ער זעלבסט האט אמאל געלערנט, און אים בעטן פאר א טיפע ספר אויף צו לערנען ביינאזאם.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שירת האזינו די וואכעדיגע סדרה שטייט נישט ארויס אמונה אז ער זאל שפירן אז די קריכט אים, אבער איז א גאר גאר גרויסע סגולה פאר אמונה כידוע
אין עס מאכט די מערסטע סענס זייענדיג פרשת השבוע

אה יעצט באמערקט להודיע האט עס שוין געזאגט זאל עס זיין כיהודה ועוד לקרא
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

יידישע קהילות האט געשריבן: ייש"כ פאר אלע עצות דא און אין אישי.
קאזאבלאנקא: ביסט נישט גערעכט, איך רעד זיך נישט איין אז איך בין א מומחה, איך בין נישט קיין עקספערט אבער נאכן שמועסן מיט איהם און איהם פרעגן "ווילסט לערנען אביסל?" האט ער *מיר* ג'ענטפערט "יא". דארף איך וויסן וואס צו טוהן דעם נעקסטן סטעפ. וואל זאל איך טוהן איך זאל איהם שיקן צו א עקספערט? וועט ער דען גיין? אוודאי נישט!!
ער טוט מיר א גאנצע טובה, ווייל ער ווייסט אז איך וויל. איהם גייט עס נישט אן, און האט נישט פונקט עפעס בעסערס וואס צו טוהן.
שמועסן און רעדן השקפה וחיזוק וועט פארשטייט זיך מיטקומען, אבער מיר מוזן האבן א שיעור אין 'עפעס'.
איך האב נאכנישט מחליט געווען. דער עולם איז נאך געבעטן אויפצוקומען מיט נאך הצעות. אפילו אויב פאר מיר וועט עס נישט נוגע זיין, איז אלעמאל כדאי צו וויסן וואס פאר א מעגליכקייטן עס זענען דא פאר אנדערע פעלער.


וויל ער דען לערנען? זיכער נישט
ער וויל זאלסט אים אויסהערן
עפן עני ספר... און הער אים אויס...
לייג נישט קיין פרעשור אויף דיר, ווייל דו גייסט אים נישט צוריק ברענגען אזוי שנעל

#פון א מומחה
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

נחוניא האט געשריבן: מקובל מצדיקים שלימוד בספר אור החיים הקדוש מסוגל מאוד.
לא צריכים לברר איזה קטע, רק פשוט ללמוד מפרשת השבוע.
ויה"ר שיערה עלינו רוח ממרום לעורר את לבבינו לתשובה שלימה.
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע:ביים גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

מונאוויטש האט געשריבן: ער איז מסכים צו לערנען מיט דיר, און דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג! אבער איך צווייפל אז ער איז איצט אויפן מאמענט אינטערעסירט אין לערנען א נושא וואס מאנט תיקון המעשים אדער אמונה. אביסל פרעשער און ער קאן ח"ו אנטלויפן אויף שטענדיג!

איך ראט אז דו זאלסט אים געבן צו שפירן א טעם אין תורה הקדושה שמגנא ומצלא. הויב אן מיט שנים אוחזין מיט תוספות. די סגיות רעדן זיך פון מציאה, מקח וממכר והמסתעף; אבער איינמאל א אידישע נשמה איז טועם דעם געוואלדיגן מתיקת התורה, פארט מען שוין פון זיך אליין אויף די ריכטיגע שינעס בעזהשי"ת.

הצלחה!

אט אזוי

יעצט איז נישט די צייט פאר ספרי מוסר.. גמרא מיט רשי בלאט נאך א בלאט וועט אים צוביסלעך צוריק שלעפן צום בורא

דאס ברענגט סיפור און עס ארבעט ווען א מאגנעט
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער איז שוין גארנישט אזוי או טי די אז ער איז גרייט זיך צו זעצן לערנען, עס איז דא א סיבה פארוואס ער זעצט זיך לערנען מיט דיר.

זעה זאלסט אים נישט דיסעפוינטען, ער ערווארט עפעס פון דיר והא ראי ער גייט קומען.

כקאזאבלאנקא.

הצלחה רבה
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פלעטבוש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעטבוש »

מסכת בבא קמא.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

פירוש אויף חובת הלבבות פון ר אביגדר מילער..
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

ר"ט מאנאוויטש אלף פעמים...

יעצט איז נישט די צייט פאר מוסר אפי' ברמיזה, עס וועט אים נאר אוועקשטיפן, מוסר האט ער שוין געהערט געניג.
טו וואס ארגון "אחינו" טוט אין א"י,
א. קוק דיך גוט פאר א בלאט שנים אוחזין,
מאך זיכער אז די לימוד זאל פארן ווי א פידעלע נישט ווערן סטאק, אנקומען בכמות ובאיכות,
דער עיקר ער זאל טועם זיין א טעם אין לימוד התורה.
-פרעג אים וואס ער האלט קען זיין די סברא פאר די הלכה אד"ג, לאז אים רעדן און זאגן זיינע סברות נישט לערן פאר און ער זאל זיצן ווי א גולם.
ב. נישט שמיעסן נאר די לעצטע 5 מינוט, זאג אים אנהייב אונז וועלמיר רעדן נאכן לערנען אביסל
ג. צום סוף לערנן לערנן פאר 5 מינוט א ספר אויף די וואך. שבת. ראש השנה וואס געט א העכערע בליק השגה אונעם יו"ט מיט חיזוק ווי למשל שפת אמת אדער אנדערע ספרים, נישט די זעלבע ספרים וואס ער האט געווען געוואונט אלץ יונגענט.

מיט א קורצע תפילה וועסטו זיין אי"ה די ריכטיגע שליח. הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”