El Rushbo האט געשריבן:
@זבחי. ביזט מעגליך גערעכט, אבער ווען דו פארציילסט נישט פארן טאטן און דו לייגסט אין שאול תחתית מיטן לאזן ישיבה-לאז טוסטו אפ פיל מער שאדן, ווי די קאנסעקווענצן פון יא פארציילן
איך פארשטיי ביידע זייטן, ובכהאי גוונא, שב ואל תעשה עדיף, אז דער מנהל האט מורא אז דער טאטע ווערט ווערן הארץ קראנק ווען ער וועט געוואויר ווערן די מעשים אשר לא יעשו אויף זיין צדיק'ל, איז שב ואל תעשה עדיף, זייער מעגליך אז דער מנהל איז בארעכטיגט עס לאזן אויפן רבוש"ע זאל פירן ווי אזוי דער בוכ"ע וויל!, פארפאלן, רוב פראבלעמען אויף דעם עולם השפל האבן נישט קיין מענטשליכע לעזונג... עס איז דא א ווארט פונם גערער רבי'ן, אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט פארן רבוש"ע 'האנכי הריתי את כל העם הזה אשר תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האמן את היונק', משה רבינו האט גע'טענה'ט איך בין נישט דער פאטער און דער טאטע פון כלל ישראל, איז דאך משמע פון דעם אילו וואלט ער יא געווען זייער טאטע, וואלט נישט גילטיג געווען די טענה 'הצאן ובקר ישחט להם, אם כל דגי הים יאסף להם ומצא להם', ווייל א טאטע דארף זיין א טאטע פאר זיין קינד אן קיין הגבלות, לענינינו, דער מנהל האט גבולים, וויפיל ער האלט אז ער איז מחויב צו טוהן, און וויפיל ער קען טוהן, אבער די עלטערן דארפן צישטעלן א ישיבה פאר זייער זון, פאר יעדע פרייז אין די וועלט, קיין שום תירוץ וועט עס נישט פארענטפערן פארן טאטן 'פארוואס האסטו נישט געטוהן פארן חינוך פון דיין קינד'!!, קיין שום אמתלא אדער אונס, וועט עס נישט מישב זיין, אבער אויף א מנהל איז די טענה נישט שייך
שוידערליך צו זעהן דא תגובות וואס גרעניצט זיך מיט חיזוק לרציחה מילא די מנהלךים קענען אמאל זיין שוגגים פון גרויס פרעשור און דארפן טאקע באקומען התעוררת פון דא און נאך עד היכן הדברים מגיעים אבער גיין געבן חיזוק למעשה רשע לכתחילה האב איך נישט געגלייבט
נקוט האי כללא בידך: די עקסטרעים פון רעכט איז ראסיזעם וואס טויג נישט פאר אידן און די עקסטרעים לינק איז גזירות נגד הדתווי מזעהט ליידער איבער די וועלט לעצטענס
El Rushbo האט געשריבן:
@זבחי. ביזט מעגליך גערעכט, אבער ווען דו פארציילסט נישט פארן טאטן און דו לייגסט אין שאול תחתית מיטן לאזן ישיבה-לאז טוסטו אפ פיל מער שאדן, ווי די קאנסעקווענצן פון יא פארציילן
איך פארשטיי ביידע זייטן, ובכהאי גוונא, שב ואל תעשה עדיף, אז דער מנהל האט מורא אז דער טאטע ווערט ווערן הארץ קראנק ווען ער וועט געוואויר ווערן די מעשים אשר לא יעשו אויף זיין צדיק'ל, איז שב ואל תעשה עדיף, זייער מעגליך אז דער מנהל איז בארעכטיגט עס לאזן אויפן רבוש"ע זאל פירן ווי אזוי דער בוכ"ע וויל!, פארפאלן, רוב פראבלעמען אויף דעם עולם השפל האבן נישט קיין מענטשליכע לעזונג... עס איז דא א ווארט פונם גערער רבי'ן, אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט פארן רבוש"ע 'האנכי הריתי את כל העם הזה אשר תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האמן את היונק', משה רבינו האט גע'טענה'ט איך בין נישט דער פאטער און דער טאטע פון כלל ישראל, איז דאך משמע פון דעם אילו וואלט ער יא געווען זייער טאטע, וואלט נישט גילטיג געווען די טענה 'הצאן ובקר ישחט להם, אם כל דגי הים יאסף להם ומצא להם', ווייל א טאטע דארף זיין א טאטע פאר זיין קינד אן קיין הגבלות, לענינינו, דער מנהל האט גבולים, וויפיל ער האלט אז ער איז מחויב צו טוהן, און וויפיל ער קען טוהן, אבער די עלטערן דארפן צישטעלן א ישיבה פאר זייער זון, פאר יעדע פרייז אין די וועלט, קיין שום תירוץ וועט עס נישט פארענטפערן פארן טאטן 'פארוואס האסטו נישט געטוהן פארן חינוך פון דיין קינד'!!, קיין שום אמתלא אדער אונס, וועט עס נישט מישב זיין, אבער אויף א מנהל איז די טענה נישט שייך
האב נישט אזוי רחמנות אויפן טאטן'ס הארץ ער וועט זיך גרינגער ספראווען מיטן זון'ס ערליכקייט ווי מיטן זיין אן א ישיבה, רוב טאטעס פארשטייען פראבלעמען פון בחורים, זיי זענען נישט געבוירן אלס טאטעס, זיי זענען אלע געווען בחורים, און רוב פראבלעמען זענען אמאל אויך געווען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ליסען, נישט איך און נישט דו פארשטייען צו חינוך, און קיין איין ראש ישיבה איז נישט איז ביזנעס צו שעדיגען בחורים, אדער ווי דו ריפסט עס אן: נידון ל........(וואע"מ),
כ'האב נארוואס געלערנט דיע וואך אין מסכת סנהדרין קז: אז גחזי איז געווען א חוטא ומחטיא את הרבים און דערוועגן אין מספיקין בידו לעשות תשובה, און איז נישט זוכה צו עולם הבא. פרעגט די גמרא מאי עביד? ...רבנן דחה מקמיה און רש"י איז מסביר תלמידים דחה מישיבתו של אלישע.

די לעצטע פאר תגובות קוק איך אהן ווי גאר א קליינע פערצענט פארוואס מנעמט נישט צוריק.
ווי טייל דערמאנען שוין דא סאיז דא בחורים וואס שטערן די גאנצע הנהגת הישיבה און אסאך מאל איז די לא נתקבל'ס פשוט א זאך וואס מזאל קענען האלטן די בחור אין די ראמען פאר די נעקסטע זמן אז ער ווייסט אז מגיבט אים נאך איין טשענס און מנעמט אים צוריק די לעצטע מינוט מיט פראטעקציע מיט אלע הבטחות אז ער וועט זיך צושטעלן וועט ער שוין האבן הכנעה צום מנהל די גאנצע זמן.
די בחורים זענען כמה פעמים שולדיג אז זיי מאכן עס פאר די עלטערן די גאנצע "לא נתקבל" אדער "צריך לדבר" ערגער ווי סאיז באמת כדי צו אריינמישן די עלטערן שטעלט ער אהן א פנים אז ער איז נעבעך א נרדף על לא עוול בכפו...
כ'האב נארוואס געלערנט דיע וואך אין מסכת סנהדרין קז: אז גחזי איז געווען א חוטא ומחטיא את הרבים און דערוועגן אין מספיקין בידו לעשות תשובה, און איז נישט זוכה צו עולם הבא. פרעגט די גמרא מאי עביד? ...רבנן דחה מקמיה און רש"י איז מסביר תלמידים דחה מישיבתו של אלישע.
נישט לגבי די ספיציפישע ישיבה וואס איז דא אויפן טיש, נאר לגבי אסאך אנדערע ישיבות (מיט דעם זעלבן פראבלעם פון ווארפן בחורים אין די וועלט אריין)
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אין כמה ישיבות א ווארפעריי, אויף נער'ישע פראבלעמען,(די וואס רעדן פון 'לא יחטא' דארט האט די ישיבה א פראבלעם צו לאזן, אין נישט יעדער איז דער ח"ח וואס קען אריין נעמען צו זיך אין שטוב),איך רעדט פון סתם פראבלעמען, וואס א בחור האט זיך נישט צוגעשטעלט, אדער נישט גענוג מכניע געווען צום צוויי אין צוואנציג יערי'גער ראצער, וואס ניצט דעם טיטל משגיח, צו ווייזן דאס בעלות וואס פעלט אים אינדערהיים
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
נישט לגבי די ספיציפישע ישיבה וואס איז דא אויפן טיש, נאר לגבי אסאך אנדערע ישיבות (מיט דעם זעלבן פראבלעם פון ווארפן בחורים אין די וועלט אריין)
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אין כמה ישיבות א ווארפעריי, אויף נער'ישע פראבלעמען,(די וואס רעדן פון 'לא יחטא' דארט האט די ישיבה א פראבלעם צו לאזן, אין נישט יעדער איז דער ח"ח וואס קען אריין נעמען צו זיך אין שטוב),איך רעדט פון סתם פראבלעמען,וואס א בחור האט זיך נישט צוגעשטעלט, אדער נישט גענוג מכניע געווען צום צוויי אין צוואנציג יערי'גער ראצער, וואס ניצט דעם טיטל משגיח, צו ווייזן דאס בעלות וואס פעלט אים אינדערהיים
האב מיר אמאל געהערט א גוטע מעשה, א טרעפליך ווארט ממש צום ענין. אין סלבודקא ישיבה אין בני ברק, זענען אמאל געווען א גרופע בחורים וועלכע האבן דווקא נישט געוואלט לערנען די מסכתא וואס די ישיבה האט אויסגעקליבן, למשל, די ישיבה האט געוואלט לערנען כתובות, און די בחורים האבן געוואלט לערנען בבא קמא, נו וואס טוט מען, מ'קען דאך נישט סתם אין די וועלט אריין טוהן אנדערש ווי דער ראש ישיבה / משגיח הייסט, זענען די בחורים אריבער געגאנגען צום חזון איש זי"ע, (כידוע האט סלבודקא ישיבה זיך שטארק פאררופען אויפן חזו"א, און כסדר מיט אים זיך שואל עצה געווען בנוגע די ישיבה, און דער חזו"א האט אסאך געשטופט און געהאלפן די ישיבה בעצה ותושיה), די בחורים האבן פארציילט פארן חזו"א בתמימות אז ס'דא א רעדע פון לערנען בבא קמא, און זיי ווילן הערן פונעם חזו"א צו בבא קמא איז א פאסיגע מסכתא, און דער חזו"א האט עס באשטעטיגט אז ס'איז זייער פאסיג פאר א ישיבה מסכתא. מער האבן זיי נישט געדארפט, זיי זענען צוריק געקומען אין ישיבה מיט א הוראה פונעם חזו"א, "דער חזו"א האט געהייסן מ'זאל לערנען בבא קמא...". דער משגיח, אדער ווי מ'רופט עס אין די ליטא "משגיאאאאאח", האט זיך נישט פארלוירן, און ארויף אויפן ארון הקודש און אויסגעקלאפט: מיר לערנען די וואך (פ' לך) אין די סדרה, וואו הגר האט גרינגגעשעצט איר בעה"ב, "ותקל גבירתה בעיניה", פאר שרה האט דאס זייער פארדראסן ביז "ותענה שרי", שרה האט געפייניגט הגר, און הגר איז אנטלאפן פון שרה. גייענדיג אין מדבר באגעגענט הגר א מלאך, און ווי די מדרש זאגט זענען געווען 3 באזונדערע מלאכים, יעדער מלאך האט געזאגט נאך א בשורה, איינער זאגט "הנך הרה ויולדת בן", א צווייטער זאגט "הרבה ארבה את זרעך", און אן אנדערער זאגט "שובי אל גבירתך והתעני תחת ידיה", לכאורה פארוואס זאגט ער "והתעני תחת ידיה", פייניג דיך אונטער אירע הענט, פארוואס זאל נישט דער מלאך זאגן "קער דיך צוריק צו שרה און זי וועט דיך מער נישט פייניגן"? נאר, זאגט דער משגיח, "ווייל ביי שרה אין ישיבה, טוט מען וואס שרה הייסט, נישט קיין חילוק מיט וויפיהל מלאכים הגר רעדט, הגר קען קומען מיט 3 מלאכים, אבער ביי שרה אין ישיבה פאלגט מען וואס שרה זאגט...".
לענינינו, אז דו ווילסט מ'זאל האלטן דיין בחור אין ישיבה, מוזטו זיך צושטעלן צו וואס די ישיבה פארלאנגט, אריינגערעכנט זיך מכניע זיין פאר דעם צוויי און צוואנציג יעריגער ראצער וואס ניצט דעם טיטל משגיח, אויב נישט, דאן זאלסטו צו קיינעם נישט קומען מיט קיין טענות אז מ'וויל נישט האלטן דיין בחור אין ישיבה, ס'נישט דא קיין שום ישיבה אויף די וועלט וועלכע קען האלטן א בחור וועלכער פאלגט נישט אויס די מנהלים, משגיחים, און מגידי שיעור. אויב האלטסטו אז יענער צוויי און צוואנציג יעריגער ראצער, איז נישט פאסיג צו זיין קיין משגיח פאר דיין "חשובע בחור", דאן קענסטו זיך ווענדן צום מנהל, הנהלה, רבי וכו' וכו', אבער ווי לאנג דער בחור האלט נישט ביים פאלגן, דאן זאל ער צו קיינעם נישט קומען מיט קיין טענות ווען מ'ווייזט אים די טיהר. אדרבה, טרעף מיר איין רב בישראל, וועלכער האט שוין אמאל טועם געווען די טעם פון זיין א מגיד שיעור, מנהל, מלמד וכדו', וואס וועט פארשטיין אז מ'מוז האלטן א בחור אין ישיבה, וועלכער וויל נישט זיך מכניע זיין פאר דעם צוויי און צוואנציג יעריגע ראצער...
זייט מתפלל אזנחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.
1) א בחור א מחוצף 2) גייסטישע פראבלעם 3) רעדיא 4) סעלפאונס 5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה 6) קומט פון א שוואכע ישיבה 7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט. 8) קדושה פראבלעמען 9) רייכערט 10) קומט שפעט
יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.

פיין געזאגט. וביתר ביאור, אז דער בחור וויל זיך נישט צושטעלן צו די ישיבה וואס וויל ער פארדינען פון זיין דארט. א ישיבה קען נאר משפיע זיין אויפן בחור אויב ער ווערט דארט אפגעהיטן, אויב פארשטייט ער אז ער דארף קענען טון וואס ער וויל, וואס א חילוק צו ער איז אין ישיבה אדער אויפן גאס?
מטעמים האט געשריבן:
.... א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אזזיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.
די עצה פון שטעלן א וועד איז אי-רעלעווענט, די וועד וואס מ'וועט שטעלן, וועט זייער שנעל איינזעהן אז ס'גארנישט אזוי פשוט, און וועלן מער ווייניגער מסכים זיין מיט אלע החלטות פון די ישיבה (עי' ערך שכר לימוד העכערונג). ווער געדענקט נאך די גערודער ארום די מעטאדן וויאזוי מ'לערנט נקודות פאר די מיידלעך אין סקול, פילע האבן גערודערט דערקעגן, וואס האט מען געטוהן, מ'האט גענומען איינעם פון די רודערערס און אים געשטעלט אויפן פראבלעם, מ'האט אים געמאכט אלס חבר וועד החינוך, און די פראבלעם איז געווארן אויס פראבלעם.

גבריאל האט געשריבן:
אן אריינגיין ווען מען מעג יא אדער נישט ווארפן איז זיכער אז אויב א ישיבה האט אן התנהגות אז: אן עושר'ס בחור ווערט פארשוינט און מען טרעפט עצות וויאזוי זיך אומצוגיין און עס איז נישט עק וועלט אבער בא א פשוט'ן בחור זעהט מען נישט קיין וועג ארויס.. מיט אלע גוטע תירוצים נאר ווארפן.. איז ער א ריכטיגע מפקיר נשמות ישראל. געלט טאר נישט זיין די חילוק ביים ווארפן א בחור. אויב קען מען זיך אן עצה געבען קען מען אפי' ביים עני, אויב איז ער א משחית און סנישט דא קיין וועג ארוינס נאר ווארפן קומט אזוי אויך פארן ראש הקהל'ס בחור. נשמות ישראל אינם הפקר.
הרבה קולמוסין ודמען נשפכו על סוגיא דידן דהיינא זריקת נשמות ישראל ברחובות עמא-ריקא הללו צעוקין והללו מסתירין עניהם בחול בצדק אין בזה לא כלל ולא דרך סלולה בנושא מרכבת זו שהיא כספינה המוטרפת בלב ים אבל שורה אחד יש לי לומר היות שעזרתי ב''ה לרבות בחורים לסדרם בישבה שלהם די שליסעל דאס צו פארמיידען איז [געלט מיט] דרץ ארץ.......... ושורה אחד למנהלים ומשגיחים החשובים התעוררי התעוררי בפיקוח נפש עסקינן און אזוי ווי ב''ד האט געפאסט און א טאג ווען זיי האבען ליידער געדארפט הארגענען אזוי אויך זאל דער משגיח אויך טוען און א צייט וואס מ'מיז''........... און אויב ביסו נישט גרייט צו פאסטען איין טאג פאר דו טוסו אזא דרמאטישער זאך ''קענסטו נישט זיצען און ב''ד פון דיני נפשות...................
מטעמים האט געשריבן:
אקעי מען רעדט דא פון ישיבה גדולה בחורים און מען רעדט פון צען אנדערע פראבלעמען און מען מאכט א גרויס קוגעל און עס זעהט שוין אויס פונקט ווי דער דור הפלגה.
1) א בחור א מחוצף 2) גייסטישע פראבלעם 3) רעדיא 4) סעלפאונס 5) האלט נישט מיט סדרי הישיבה 6) קומט פון א שוואכע ישיבה 7) קומט פון א גוטע ישיבה אבער די מנהל איז נישט אין די מוד צו נעמען פון דארט. 8) קדושה פראבלעמען 9) רייכערט 10) קומט שפעט
יעדע איינס איז א הלכה פאר זיך, די אלע פראבלעמען ליגט אויף די מח פונעם מנהל, אבער א קהלה ישיבה מיז האבען א ישיבה אדער א מהלך פון העלפען יעדע איינע פון זייערע פראבלעמען אדערווייז איז מען אין פאר גרויס טראבעל אין די לאנג ראן - עס איז די אבסולוט אחריות אויף די הנהלת הישיבה עס צו צושטעלן, מען בעט גארנישט פון זיי א חוץ אז זיי זאלען הייערן א וועד וואס וועט אלעס ארלעדיגען.
זייער קלאר עס ארויס געברענגט.
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.