יהיה כן האט געשריבן:שמו האט געשריבן: יהי' פיין געשאסן, אבער נישט צום זאך
ס'דא אזא זאך, אז ווען מ'זעהט אז דער סיסטעם ארבייט נישט, טוישט מען דעם סיסטעם,
אויב ס'פאלט ארויס אזוי פיל שטיקער, איז נישט די עצה, צו נעמען אלע פראבלעמען (וואס דערווייל רעד איך נישט פון שקצים, אדער גרעסערע פראבלעמאטישע, נאר פון סטאנדארט בחורים) און ארויס ווארפן, און מאכן א עקסטערע מקום פאר זיי, ווי זיי וועלן אלע צוגרינד גיין (והמציאות כבר הוכיח כך ליידער), נאר ענדערש טוישן דער סיסטעם, זאל שטימען מיט רוב בחורים, און קענען דערהייבן אלע נארמאלע שוועריקייטן וואס קומט מיט מיט פירן א ישיבה.
כ'זעה אז די משל כאפשטו אבער נישט דעם נמשל...
עס איז היינט דא אסאך ישיבות פאר אזעלכע בחורים, די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען די בחורים פאסט נישט אהין צו גיין, און רייסן זיך צו בלייבן אין א מסגרת וואו זיי באלאנגען נישט,
איז אנשטאט זיך אינטער ציגעבן, שרייט מען מנהל רשע אכזר וכו' וכו', מען דארף דעם סיסטעם טוישן...., די גאנצע וועלט איז זיי שולדיג נאר נישט זיי אליינס!,
דער מנהל מוז זיי אלעס צישטעלן, מען זאל קיפן ביזי, מאכן בחורים מערכות, פייער'ס, הויז בחורים, און וואס נאך???, אבער אלעס מוז זיין דווקא אין די 'קהילה'ס' ישיבה, ווייל גאנץ קהל איז זיי שולדיג!! און אך און וויי טאמער וועט מען זיי נישט צישטעלן, מען וועט איבערדרייען די ישיבה, עס באשטינקען אין אלע גאסן, מאכן א ריזיגע ויצעקו, היתכן דער רבי זכרונו לברכה האט נישט געהאלטן פון ווארפן בחורים!!.......
פאלט דיר נישט ביי, אנשטאט צו טוישן דעם 'סיסטעם', [וואס גייט שוין אזוי אן זייט משה רבינו בהר סיני, ביים רבינו תם און ביים חתם סופר'ס ישיבות און אויך ביים גאלאנטער רב, און ביי הרב דושינסקי אין באראנאוויטש און אין סענדז סטריט, אין קאמענץ סאלבאדקע און פאנעווידזש און מיר, און וואו נישט] זאל מען ענדערש דעם בחור טוישן מקום, דער בחור זאל זיך אויפהייבן און גיין בכל הכבוד צו א ישיבה אדער א מסגרת וואו ער באלאנגט, ושלום על ישראל!!
[און דאס איז חוץ המעשה וואס די עלטערן אליינס האלטן נישט ביים לייגן זייער תכשיט וואו ער באלאנגט, צי ווייל זיי ווייסן אליינס אז ס'וועט זיי קאסטן די הויזן, צו ווייל זיי ווילן פארט טוהן א וואוילן שידוך מיטן זונד'ל, עכ"פ מען פראבירט צו אביוזן דעם סיסטעם וויפיל ס'לאזט זיך, קודם זאל יענער זיין דער רשע מרושע.....]
איך האב שוין פריער געשריבן, אויב איר האלט אז מען דארף טוישן סיסטעם, ביזטו מכובד אליינס צו עפענען אזא ישיבה [וואס כ'האב שוין מיטגעהאלטן אזא ישיבה], און טוישן סיסטעם כפי ראות עיניך, אבער דעם ציבור'ס\קהל'ס ישיבה, האסטו נישט קיין רעכט צו טוישן.
כ'גלייב אז ס'פונקט אזוי פארקערט אויכעט, רוב בחורים מצוינים ווילן אז זייער ישיבה זאל זיין אן ערנסטער מקום, ווי מען הארעוועט אויף תורה הקדושה נישט א פלאץ צו האצקענען און בארדענען.[/
איך האב געקלערט מער נישט צי ענפערען
אבער זאג קלאר דער רבי האט נישט געוויסט ווי צי פירען א ישיבה אין דער אין דער בעלבאס ווייסט יא
אן קיין שים בושה או ווי׳