הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!
כ׳האב פרובירט צו טרעפן אזא נעשכול אבער אן ערפאלג, כ׳װאונדער מיך װײל ס׳איז א מכת מדינה, אדרבא צײגטס מיר אן.
די רעדע איז פון א פײנע בחור (זיך סה״כ נישט אינגאנצן צוגעשטעלט צו די סדרים) װאס די מנהל האט חוה"מ סוכות אײנגעמאלדן דעם פאטער אז מ׳נעמט אים נישט צוריק, זײענדיג גוט מיט אן אײנגעשטעלטן װאס איז נאנט מיטן בחור זאגט ער מיר אז ער העט עס גאנץ שנעל ערלעדיגן פארשטײעניג אז מ׳װיל פשוט אביסל אין פלאץ שטעלן דעם בחור װאס איז א נארמאלע פראסעס.
בקיצור כבין נישט קײן שרײבער און כאניש קײן צײט, סאו טא דע פאױנט, אפאר אײנגעשטעלטע מיטן תורה׳דיגן אױטאריטעט אינאײנעם װאס דארף צו זײן העכער פון אים האבן זיך שױן געשלאגן מיטן מנהל און מ׳האקט א שטײן, דער אײנגעשטעלטער זאגט מיר אז ס׳זיכער דא באהאלטן עפעס אן אײגענע נגיעה (ער האט מיר געזאגט אפאר השערות) װײל ער האט אים נאך קײנמאל נישט געזען אזױ פאר׳עקשנ׳ט און ס׳פשוט נישט אין פלאץ דאס עקשנות.
די גרױסע ישיבה פון די קהלה װי ער באלאנגט זאגט אז זײ האבן א פאלעסי זײ נעמען נישט קײן בחורים פון יענע ישיבה צוליב װאס זײ האבן זיך אפגעבראטן אמאל.. אנדערע ישיבות איז צו שפעט זיך מסדר צו זײן סינס דער צדיק האט מיט זײן גרױס גוטסקײט נישט געװאלט מצער זײן דעם טאטן פאר די צײט... (דאס זאגט ער.. ביטער געלעכטער..) און רוב ישיבות נעמען שױנישאן..
למעשה האמער דא א מצב װי א פײנער בחור האט זיך לײדער דערזען אן א ישיבה בעסיקלי װעגן א טעקניקל ריזן (די רציחה פון א מנהל - צװײ - וחוסר הזמן) ליגט מיר אין קאפ עפעס װעגן א ארגעניזעישן װאס פלאצירט בחורים אין ישיבות, װיל איך װיסן אױב אײנער האט עפעס אינפאו, און צו איז דאס נאר פאר דראפ אוטס וכדו׳ אדער איז אױך דא װאס נעמען קעיר פון אזעלכע מצבים ודומה לזה
ייש״כ למפרע