געשיקטער האט געשריבן: עס איז אסור אלס מוקצה מחמת מיאוס!
דאז גאנצע מאבכען פיאות מיט זשעל העיר ספרעי וכדומה איז אן אבזורד!
שטניקט מיט לא ילבוש גבר !
אוהב שלום האט געשריבן:בראשית ברא האט געשריבן:נודה לך האט געשריבן: קען זיין איך האב נישט נאכגעקוקט.
מיר באדערט בעיקר ווייל איך געדענק אז שבת אינדערפרי פאר 10 15 יאר צוריק האט מען כמעט קיינעם געזעהן צורירן צו נאסע פיאות.
אונז זעמיר דאך פרומע אידן און סאיז זיכער נישט אזוי אינגאנצן גלאטיג פארוואס זאל מען נישט צוווארטן די קורצע צייט און מאכן די פיאות ווען סאיז שוין נישט נאס.
וואס באדערט עס אייך. אויב האט מען דאס געטון אמאל איז דאס די אמת. וואס שטערט אייך אז א ע"ה אויף אינטערנעט שרייבט אנדערש..
כאפט נישט קיין התפעלות. ווייסט דעם אמת און האלט זיך
טראכט נישט וואס מען לייענט און נישט וואס מען שרייבט. כדרכם של חברי אשכול הנודע....
1.ער זאגט אז ס'באדערט אים פארוואס מען קען נישט צוווארטען.
2. איך האב סך הכל מציין געוועהן מראי מקומות וואס זענען מתיר, וואס קיינער דינגט זיך נישט אין דעם הינזיכט. איז ווי שטעקט "עם-הארצות"...
נאר וואס דען, קודם ע"ה, ווסע זעכער איזעכער...
און האסט אויך סך הכל אראפ געריסן ערליכע און עלטערע דיינים וואס האבן זיך דערוואגט צי פסק'נן אנדערש ווי דיינע מראי מקומות, און האסט נאך די אומדערהערטע חוצפה צי אפלאכן פון ווי זיי האבן אויסגעטראפן זייער איסור!
און דאס איז שוין נאכן אויסמעקן איינע פון דיינע נעכטיגע חוצפה'דיגע תגובות
איך בין מוחה בכל תוקף ועוז