מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?
מיר וועלן זיך באציען אויף די צווייטע חלק פון די משנה אויף די ווערטער "וכן הגודלת וכן הכוחלת וכן הפוקסת" און פון די צווייטע חלק, בעיקר אויף די טייטש פון דאס ווארט "וכן הפוקסת" ווייל דאס בעיקר נוגע פאר אונזער שמועס.
קודם פשט אין די משנה: אז איינער נעמט אראפ נעגל אדער האר פון זיין שנאץ אדער זיין בארד מיט די הענט אדער ציין, אדער א פרוי וואס טוט די מלאכה פון גודלת, כוחלת אדער פוקסת (מיר וועלן באלד מסביר יעדע איינע וואס דאס איז) איז א מחלוקה צוווישן רבי אליעזר און די חכמים אויב מ'איז מחייב מדאורייתא אדער נאר א שבות (א סארט איסור דרבנן). רבי אליעזר האלט עס איז אן איסור דאורייתא און די חכמים האלטן אז עס נאר אז איז נאר א שבות.
פרעגט די גמרא - גודלת כוחלת ופוקסת משום מאי מחייבא? ענפערט די גמרא - אמר רבי אבין א"ר יוסי בר' חנינא גודלת משום אורגת - וועבען, כוחלת משום כותבת - שרייבן, פוקסת משום טווה - שפינען. פרעגט די גמרא וכי דרך אריגה בכך? וכי דרך כתיבה בכך? וכי דרך טויה בכך? ענפערט די גמרא - אלא א"ר אבהו לדידי מפרשא לי מיניה דר' יוסי בר' חנינא אכוחלת משום צובעת - פארבן, בגודלת ופוקסת משום בונה - בויען, פרעגט די גמרא וכי דרך בנין בכך? ענפערט די גמרא - אין, כדדרש רבי שמעון בן מנסיא (בראשית ב, כב) ויבן ה' אלהים את הצלע מלמד שקילעה הקב"ה לחוה והביאה אצל אדם שכן בכרכי הים קורין לקלעיתא בניתא. תניא ר"ש בן אלעזר אומר גודלת כוחלת ופוקסת לעצמה פטורה, לחברתה חייבת וכן היה רבי שמעון בן אלעזר אומר משום רבי אליעזר אשה לא תעביר סרק על פניה מפני שצובעת ע"כ.
עכ"פ זעהן מיר פון די גמרא אז עס איז דא צוויי סיבות פארוואס הגודלת, הכוחלת און פוקסת זאל מען נישט טארן טוען אום שבת. לויט רבי רבי אבין איז גודלת וועגען דעם איסור פון וועבען, כוחלת וועגען דעם איסור פון כתיבה – שרייבן, פוקסת וועגען דעם איסור פון שפינען. לויט רבי אבהו איז כוחלת וועגען דעם איסור פון פארבן, גודלת און פוקסת וועגען דעם איסור פון בויען.
יעצט אז מען ווייסט די צוויי וועגן דארף מען וויסן די טייטש פון די דריי ווערטער. כוחלות - טייטשט פארבן. גודלת - זעהט אויס פון רשיז"ל און אנדערע אז דאס טייטש פלעכטן די האר.
פוקסת - ע"ז אנו דנין, דאס איז שוין א גרויסע שאלה. קודם וועלן מיר אנהויבן מיט רשיז"ל אויפן פלאץ און דערנאך גיין צו אנדערע פלעצער און אויך צו די אנדערע ראשונים.
רשיז"ל ד"ה וכן הפוקסת, יש מרבותי אומרים מתקנת שערה במסרק או בידי' ויש שמפרשין טחה כמין בצק על פניה וכשנוטלו מאדים הבשר. פשטות זעהט אויס ווי דאס ערשטע פשט אין רש"י איז, אז מען קעמט אויס די האר מיט א קאם און מ'האט מורא אז די האר וועלן ארויס געריסן ווערן, (אבער ווי מיר וועלן באלד זעהן האלטן די ראשונים אז נישט דאס איז פשט אין רש"י). די צווייטע פשט אין רש"י איז, אז מ'נעמט א שטיקל טייג מ'לייגט דאס ארויף אויפן פנים און נאך א שטיק צייט נעמט מען דאס אראפ און די פנים באקומט א קרויטן קאליר דערפון.
תוס' שרייבט אין ד"ה פוקסת - מה שפירש בקונטרס פוקסת היינו סורקת ביד או במסרק אין נראה, דבגמרא משמע דהוי כעין טוויה וסריקה אינה כעין טוויה כלל, ועוד דא"כ היה שונה סורקת כדתנן (נזיר דף מב.) נזיר חופף ומפספס אבל לא סורק. תוס' זאגט אז עס קען נישט זיין אזוי-ווי די ערשטע פשט פון רש"י אז עס מיינט קעמן די האר מיט א קאם ווייל די גמרא זאגט (לויט רבי אבין) אז ס'איז אסור וועגן טוויה - שפינען, און שפינען האט גארנישט מיט קעמן די האר מיט א קאם, תוס' פרעגט דארט נאך א קשיא אויף רש"י. תוס' ענפערט נישט און אויך קומט ער נישט אויף מיט אן אייגענעם פשט וואס עס טייטשט די ווארט פוקסות. אין ספר מגיני שלמה שטייט יא עפעס א תירוץ ועיי"ש. באמת איז שווער לויט רש"י אפילו די וואס זאגן (לויט רבי אבהו) אז די איסור איז בונה, בויען אויך האט גארנישט מיט קעמן די האר מיט א קאם?
אין רש"י אליין זעהט מען אנדערע טייטשן אויף דאס ווארט "פוקסת", אין די גמרא אין מסכת מועד קטן (דף ט, ב) אויף די ווארט "ופוקסת" זאגט רש"י מחלקת שערה לכאן ולכאן. ווידעאום אין מסכת כתובות שרייבט רשיז"ל (דף ד, ב) פוקסת - מעברת שרק על פניה.
אין רמב"ם הלכות שבת (פרק כב הלכה כו) ווערט גע'פסק'נט אזוי - אין גודלין את שער הראש ואין פוקסין אותו מפני שנראה כבונה. זאגט אויף דעם די מגיד משנה אז עס מוז זיין אז דער רמב"ם האט געהאלטן ווי דער ערשטער פשט אין רש"י ווייל טאמער נישט איז נישט שייך קיין בונה (ב"י).
אין פירוש המשניות שרייבט דער הייליגער רמב"ם ז"ל: וגודלת היא האשה היודעת לגדל השער פלעכטן די האר ולעשותו עבות - געפלאכטן, ופוקסת היא הנות:ת שער על הצדעים והוא ממין גדילת השער. פשטות מיינט עס אויך א סארט וועג וויאזוי מ'האלט צוזאם די האר (נישט קלאר פונקטליך וויאזוי) וואס איז ענדליך צו פלעכטן ממילא איז עס אויך אסור וועגן מלאכת בונה מדרבנן. דאס שטימט לכאורה מיט די ווערטער פון דעם מגיד משנה וואס דער בית יוסף האט צוגעברעגט, אבער אז מ'קוקט אין רש"י זעהט עס בכלל נישט אויס ווי דער ערשטער פשט אין רש"י וואס זאגט אז פוקסת מיינט מען קעמט אויס די האר מיט א קאם.
רבינו עובדיה מברטנורא זאגט: הפוקסת - מחלקת שער שבאמצע הראש מכאן ומכאן אצל הצדעים. צוטיילט די האר צו צוויי חלקים ארויף אויף די שלייפן זייער ענדליך צו ווערטער פון רשיז"ל אין מו"ק. ממש די ווערטער שרייבט אויך רבי ישעי דטראני (שו"ת באר משה).
דער הייליגער ריב"א איז דער עושה שלום דא אין אונזער סוגיא, ער זאגט פשט אין רש"י דא אין מסכת שבת און דאס ברענגט אלעס מער ווייניגער צו איין מהלך, וז"ל: אין כונת רש"י בזה בסריקה, דזה אסור משום גוזז, ועוד שלא אמרו סורקת במסרק, אלא הוא תקון אחר נעשה במסרק. ואפשר שהוא התקון שעושין הנערות שאחר שראשן היה סרוק יפה ואין בו חשש של השרת נימין, רוחצין המסרק בשמן טרוף במים ומעבירין המסרק על ראשן להדביק השערות זו בזו ולהשכיבן על הראש וזה דומה לבנין עכ"ל.
אין אידיש: עס קען נישט זיין אז רשיז"ל אינעם ערשטן פשט וואס מיינט "פוקסות" אז מען קעמט אויס די האר מיט א קאם און מ'האט מורא אז האר וועלן ארויס געריסן ווערן ווייל דאס איז אן איסור פון מלאכת גזיזה און אויך ווייל רש"י נוצט נישט די לשון סורקת במסרק - קעמט מיט א קעמל, נאר דאס איז נאכדעם וואס די האר איז שוין גוט אויסגעקעמט טונקט מען איין די קעמל אין אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן פלאך און דאס איז ממש דומה צו בנין.
דער מגן אברהם (ס"ק כב) וואס מיר פסק'נען געווענדליך וואו אים, ברעגנט אראפ דעם ריב"ש להלכה. דער ביאור הלכה (סעיף כ"ז) ברעגט אראפ דעם מגן אברהם.
קומט דער דעברעצינער רב אין זיין ספר שו"ת באר משה און ער גייט מיט א טריט ווייטער. ער שרייבט אז דאס וואס דער רש"י שרייבט מסכת מועד קטן (דף ט, ב) אז "ופוקסת" מחלקת שערה לכאן ולכאן מיינט ממש דאס וואס דער ריב"א האט מסביר געווען בדברי רש"י אין מסכת שבת ער האט שיינע ראיות דערויף, אויך שרייבט ער אז דער אור זרוע האט אויך אזוי געלערנט פשט אין רש"י סיי אין מסכת שבת און סיי אין מסכת מו"ק.
השתה דאתית להכי קען מען זאגן אז אז דער רמב"ם אין די פסקים און אזוי אויך אין פירוש המשניות און אזוי רבינו עובדיה מברטנורא זאגן אלע אזויווי דער פשט פונעם ריב"א בדברי רשיז"ל. מיט דעם וועט אויך פארענפערט ווערן די קשיא פון תוס' וסריקה אינה כעין טוויה כלל? דאס איז נאר אז מען לערנט אז עס מיינט קעמן די האר מיט א קאם אבער טאמער מיינט דאס טונקט מען איין די קעמל אין אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן קען דאס יא זיין דומה צו טוויה ווייל כעין זה טוט מען מיט פעדערן ווען מ'שפינט, און אוודאי וועט מען פארשטיין וואס דאס האט מיט בנין. איינציגסטע זאך וואס איז יא געבליבן שווער איז די רש"י אין מסכת כתובות וואס שרייבט: פוקסת - מעברת שרק על פניה, מיר וועלן אי"ה בהמשך הדברים דאס אויך פארענטפערן.
היוצא לנו מכל זה אז: קעמען די האר אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן איז ממש דומה צו בנין.
אויב אזוי איז "דזשעל" וואס איז איר עיקר ציל איז געמאכט געווארן צו צוזאמען קלעבן די האר/פיאות עס זאל זיך האלטן איז לכאורה נישט מותר צו ניצן אום שבת. אזוי פסק'נט טאקע דער דעברעצינער רב אין זיין ספר שו"ת באר משה (חלק א סי יט) און אסאך היינטיגע פוסקים.