מאכן די פיאות שבת נאך די מקוה ווען עס איז נאך נאס (טופח ע"מ להטפיח)
אזויווי עס הערשט א צעמישעניש וויל איך אפטיילן צו רעדן "בלויז" איבער מאכן די פיאות ווען סאיז נאס - טופח על מנת להטפיח - וואס אמאל האט מען געזעהן רוב רובו פון ביהמ"ד האט נישט צוגערירט צו די פיאות נאכן מקוה ווילאנג סאיז נאך שטארק נאס וואס איז בפשטות א איסור פון סחיטת שערות (און איינע פון די גזירות רחיצה בשבת איז טאקע ווייל מוועט קומען סוחט זיין די שערות) און היינט צוטאגס זעהט מען די בחורליך און אינגעלייט מאכן די פיאות תיכף נאך די מקוה ווען עס איז נאך געהעריג נאס.
איז דאס אזוי גלאטיג דא א היתר? איז דאס געווען בלויז א חומרא וואס מהאט אזוי מקפיד געווען? קומט דאס פון אומוויסענד?
(ביטע נישט רעדן איבער סחיטה מיט א האנטוך וכדומה)
---
אזויווי אסאך האבן מיר אנגעקוקט ווי איך קום דא מיט סתם עפעס א חומרא האב איך אביסל נאכגעקוקט אין שו"ע הרב און משנה ברורה און ציטירט וואס זיי שרייבן לייג איך דא צו א לינק אהין צו יענע תגובה
viewtopic.php?p=1544441#p1544441