מתנה איידיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

מתנה איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

א גוט יאר טייערע אידן
א אינגערמאן אפאר יאר נאך די חתונה האט מיר געפרעגט אן איידיע, דהיינו די שווער זיינער איז גאנץ א שיינער בעל בית מיט אפאר טאללער (מילד גערעדט..) אין היות דער איידעם זיינער א אינגערמאן א בן תורה זיצט אין לערנט פלייסיג העלפט ער אים ארויס מיט שיינע סכומים כסדר, ועל כולם האט אים דער שווער לעצטענס אראפ געלייגט א דאון פעימענט פאר א דירה וואס איז ווי פארשטייט זיך נישט קיין קלייניגקייט כהיום, איז איצט ווען דער אינגערמאן גייט זיך אי"ה אריבערציען צו דעם נייע דירה וואלט ער זייער געוואלט קויפן א שיינעם מתנה אלס הכרת הטוב פארן שווער, איז אזוי, ער איז גרייט צו ספענדן דערפאר אפאר אלפים, דער פראבלעם איז אז דער שווער זיינער זייענדיג א שיינער בעל בית ב"ה אין טיילט צדקה האט אלע בעיסיק מתנה/הכרת הטוב ארטיקלן, באקומענדיג פון די מוסדות אין ארגענזאציע'ס מתנות אין משלוח מנות ווי עס איז היינט די סטייל, בקיצור ער ברויך א איינגעארטיגע אינטערסאנטע בייפאל וואס איז פאסיג פאר אן ענרענסטער תורה'דיגער בעל בית, אין פארשטייט ס'ברויך זיין גענוג טייער אין מאכן סענס אלס אן הכרת הטוב פאר א דירה ועוד.
ווער ס'האט עפעס א גוטע איידיע זאל פליז קומען אין אישי (ווייל דא אויפ'ן וועלטל דרייען זיך תורה'דיגע אידן אויך ....)

ש'כח
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

לויט אלע איינצעלהייטן וואס דו האסט אראפגעלייגט זעט מיר אויס אז דו רעדסט טאקע פון מיין חשובן געראטענעם איידעם, ס'איז מיר באמת א שטאלץ צו האבן אזא איידעם, און איך בין שטארק מחשיב זיין תורה, און איך בין אויך שטארק מחשיב דאס אז ער זוכט ווי ארויסצוברענגען זיין הכרת הטוב

איז לאמיר דיר זאגן
דו ווייסט אליין אז איך האב ב"ה וואס איך דארף, אפילו א גוטן איידעם..., יעצט אז דו גייסט מיר שיקן א מתנה [געקויפט פון מיין געלט וואס דו האסט נעכטן באקומען] און מיר ווייזן ווי שולדיג דו שפירסט זיך פאר מיר, איך בין נישט זיכער אז דאס גייט מיר מאכן העפפי, און איך זע אויך נישט די געוואלדיגע הכרת הטוב, ווען דו לייגסט עפעס צוריק אין מיין טאש

אויב ווילסטו באמת מיר מכיר טובה זיין:
1. מאך זיכער אז דו לערנסט פלייסיג און דו ביזט ווערט דאס געלט וואס איך גיב דיר
2. באדאנק זיך כסדר, מיטן זאגן ישר כח
3. והוא העיקר... זאלסט טריטן מיין טאכטער ווי עס פאסט זיך פאר א בן תורה
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

הרב קאזאבלאנקא, ערשט איך גלייב נישט אז ער איז דיין איידעם ווייל יענעמס מהות איז נישט דער נאמען קאזאבלאנקא ....
נאמבער 2 ער גייט נישט קויפן פון אייער געלט דער אינגערמאן מאכט ב"ה שיין פרנסה
יעצט צום פאוינט, האסט אן איידיע ???
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דאס איז שוין רכילות
איך האב געמיינט אז מיין איידעם האט נישט, און דערפאר שטיץ איך אים, דא הער איך אז ער האט גאר אליין
איך וועל דארפן איבערטראכטן וועגן ווייטער
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

כ'האב דיר דאך געזאגט אז דאס איז נישט דיין איידעם ... ס'איז דא מענטשען וואס ווילן דוקא יא אז זייער איידעם זאל מאכן פרנסה ...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ארויסגעבען א ספר מפרי עטו אויף דעם שווער'ס נאמען אזוי ווי דער חתן סופר געטוען אויף דעם זיידע'ס נאמען

דער מהרש"א האט זיך געשריבען איידליש על שם חמותו
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

א טייערע ריזיקן זייגער פארן דיינינג רום
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

קאזאבלאנקא האט געשריבן: לויט אלע איינצעלהייטן וואס דו האסט אראפגעלייגט זעט מיר אויס אז דו רעדסט טאקע פון מיין חשובן געראטענעם איידעם, ס'איז מיר באמת א שטאלץ צו האבן אזא איידעם, און איך בין שטארק מחשיב זיין תורה, און איך בין אויך שטארק מחשיב דאס אז ער זוכט ווי ארויסצוברענגען זיין הכרת הטוב

איז לאמיר דיר זאגן
דו ווייסט אליין אז איך האב ב"ה וואס איך דארף, אפילו א גוטן איידעם..., יעצט אז דו גייסט מיר שיקן א מתנה [געקויפט פון מיין געלט וואס דו האסט נעכטן באקומען] און מיר ווייזן ווי שולדיג דו שפירסט זיך פאר מיר, איך בין נישט זיכער אז דאס גייט מיר מאכן העפפי, און איך זע אויך נישט די געוואלדיגע הכרת הטוב, ווען דו לייגסט עפעס צוריק אין מיין טאש

אויב ווילסטו באמת מיר מכיר טובה זיין:
1. מאך זיכער אז דו לערנסט פלייסיג און דו ביזט ווערט דאס געלט וואס איך גיב דיר
2. באדאנק זיך כסדר, מיטן זאגן ישר כח
3. והוא העיקר... זאלסט טריטן מיין טאכטער ווי עס פאסט זיך פאר א בן תורה

;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פיינע נייעס די גאנצע שמועס דא הין און קריג.

לחיים לחיים לחיים
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מאכן א קביעות'דיגע שיעור מיטן שווער טעגליך / וועכנטליך (שבת / זונטאג) אלס הכרת הטוב, "אויב"די שווער קען א יודיש ווארט וועט ער מורא'דיג הנאה האבן.
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

קויף א מתנה פון "כבוד", וואס ער אליינס פאר זיך פאסט נישט,למשל: א הארעגע תפילין בייטל, א שטענדער אין בית מדרש, וכדומה.

(איין איידיע, יש לי עוד...)
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

דערעולם האט פארגעסן פונם אישי תנאי אדער מהאלט אזש עס איז נישט און די קאטעגאריע פון גוטע איידיע.....?

אבי געהאקט...
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

סאמעטוכע האט געשריבן: דערעולם האט פארגעסן פונם אישי תנאי אדער מהאלט אזש עס איז נישט און די קאטעגאריע פון גוטע איידיע.....?

אבי געהאקט...

אזיל בתר טעמא
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איך קלער ער קען ניצן א לעדערנע סעט ש"ס
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכע בחור »

איך מיין אז ער זאל אים אנהייבן געבן אסאך אטענשאן.
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע:אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

עס מיז נישט ווערט זיין אפאר אלפים, א שיינע גרויסע פיקטשער פרעים מיט דאנק בריווען פון די משפחה (קליין ביז גרויס) קאן ארויסברענגן פיינע טיפע געפילן און ווערט זיין כפלי כפלים איט דיפענדס וואספארא טייפ שוועק דער איז
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מים שלנו, האס ארויסט געכאפט די ווערטער פון מויל..

קויפן א טייערע 4-3 טויזנט דאלאר'דיגע מתנה פארן שווער האט נישט קיין שום פשט, לפענ"ד. דער שווער ברויך נישט דיינע פרעזענטס. ער וויל איין זאך: "נאטורליכע" אפרישיעשאן.

איך בין מציע אז לכבוד דעם ערשטן שבת נאכן זיך אריבערציען אין די נייע דירה, זאל דער אינגערמאן מיט די ב"ב ארויסגייען קויפן אן עלעגאנטע וואזע מיט א שיינע ארעינדזשמענט בלומען. צולייגן א האנט געשריבענע פאום וואו זיי דריקן אויס זייער הכרת הטוב פאר אלעס וואס די עלטערן האבן געטאהן פאר זיי, באגלייט מיט ברכות.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

א פענטינג פון די גאנצע משפחה. קען זיין הערליך שיין, און קען ארויס ברענגן די בעסטע געפילן.
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

שטאלצער יוד האט געשריבן: א פענטינג פון די גאנצע משפחה. קען זיין הערליך שיין, און קען ארויס ברענגן די בעסטע געפילן.



מים שלנו האט געשריבן: עס מיז נישט ווערט זיין אפאר אלפים, א שיינע גרויסע פיקטשער פרעים מיט דאנק בריווען פון די משפחה(קליין ביז גרויס) קאן ארויסברענגן פיינע טיפע געפילן און ווערט זיין כפלי כפלים איט דיפענדס וואספארא טייפ שוועק דער איז


א קאמבינעישן פון די צוויי מיינעך איז גאנץ פיין, איז דאס אן איידיע ? וואס זאגט דער עולם
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

ניס קראכער האט געשריבן: איך קלער ער קען ניצן א לעדערנע סעט ש"ס

אויך געקלערט דערפון גראדע , גאנץ א פיינע איידיע
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

אוהב שלום האט געשריבן: קויף א מתנה פון "כבוד", וואס ער אליינס פאר זיך פאסט נישט,למשל: א הארעגע תפילין בייטל, א שטענדער אין בית מדרש, וכדומה.

(איין איידיע, יש לי עוד...)

ער איז נישט די סארט
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אנהייבן א נייע לימוד, ווצב"ש סדר טהרות אדער סדר זרעים. אדער למשל עפעס א פארשטיפטע מסכתא אדער הלכה, מס' שקלים, ירושלמי מס' חלה וכדומה. און מודיע זיין פארן שווער אז ער האט צוגלייגט צייט און מוסיף געווען נאך א סדר אלס הכרת הטוב פאר דעם דאון פעימענט, און מודיע זיין דעם פלאן אז אי"ה ווען ער ענדיגט גייט ער מאכן א גרויסע סיום מיט זיין שווער אלס ראש המסובים, ווייל עס איז געלערנט געווארן לזכותו.
דוגמת יששכר זבולן
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע:בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

אים אויפסיינען פאר א מעמבערשיפ ביי עיני ישועה, אז פין די אלע געלט וואס ער האט אין פין זיין געלונגענעם איידעם זאל חלילה נישט שאטן קיין עין הרע..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

באשטעלן ביי א קאמפויזער א ניגון, און זיין שווער וועט עס ארויסגעבן על שמו..

לאזן שמעלצן א צדקה פושקע פון זילבער, כצורת פון די נייע הויז

ער זאל לאזן מאכן אזעלכע קליינטשיגע מענטשעליך אזויווי מצוה קינדער, מיט די עכטע צורה פון די גאנצע פאמיליע זיידע באבע און אלע קינדער און אייניקלעך, וואס די זיידע וועט טיילן חנוכה פאר אלע אייניקלעך אלס אן עקסקלוסיוו חנוכה מתנה און משפחה געים

לאזן מאלן א פעינטינג פון די גאנצע משפחה...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

א שיינע "הארציגע" דאנק בריוו מיט עפעס א ניצלעכע פשוט'ע זאך איז לעניות דעתי די בעסטע עצה און וועט זיין די שענסטע זאך

פארשטייט זיך יעדער מענטש און משפחה איז אנדערש.

איך האב שוין געהאט ענליכע צייטען און דאס האב איך געטוהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”