מתנה איידיע
א אינגערמאן אפאר יאר נאך די חתונה האט מיר געפרעגט אן איידיע, דהיינו די שווער זיינער איז גאנץ א שיינער בעל בית מיט אפאר טאללער (מילד גערעדט..) אין היות דער איידעם זיינער א אינגערמאן א בן תורה זיצט אין לערנט פלייסיג העלפט ער אים ארויס מיט שיינע סכומים כסדר, ועל כולם האט אים דער שווער לעצטענס אראפ געלייגט א דאון פעימענט פאר א דירה וואס איז ווי פארשטייט זיך נישט קיין קלייניגקייט כהיום, איז איצט ווען דער אינגערמאן גייט זיך אי"ה אריבערציען צו דעם נייע דירה וואלט ער זייער געוואלט קויפן א שיינעם מתנה אלס הכרת הטוב פארן שווער, איז אזוי, ער איז גרייט צו ספענדן דערפאר אפאר אלפים, דער פראבלעם איז אז דער שווער זיינער זייענדיג א שיינער בעל בית ב"ה אין טיילט צדקה האט אלע בעיסיק מתנה/הכרת הטוב ארטיקלן, באקומענדיג פון די מוסדות אין ארגענזאציע'ס מתנות אין משלוח מנות ווי עס איז היינט די סטייל, בקיצור ער ברויך א איינגעארטיגע אינטערסאנטע בייפאל וואס איז פאסיג פאר אן ענרענסטער תורה'דיגער בעל בית, אין פארשטייט ס'ברויך זיין גענוג טייער אין מאכן סענס אלס אן הכרת הטוב פאר א דירה ועוד.
ווער ס'האט עפעס א גוטע איידיע זאל פליז קומען אין אישי (ווייל דא אויפ'ן וועלטל דרייען זיך תורה'דיגע אידן אויך ....)
ש'כח