קול מבשר - נגינה אפטיילונגען
די וואך מיט..
מיכאל שניצלער מימיני מיכאל
מושי קרויס אידיש נחת 3
אייזיק האניג ניגון פון די וואך
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
לוי יצחק האט געשריבן: 1671 - "ליל ששי פראגראם - א שפאציר אין עולם הנגינה", חלק א (וועלוול שמעלצער)
בדחן ר' אלימלך שמעון פישער, בדחנות איבער רוקן די זייגער,
ר' אהרן משה ארלענדער, איבער ר' בן ציון שענקער ז"ל, וואס זיין ערשטע יארצייט פאלט אויס בקרוב,
ר' מיכאל שניצלער, איבער זיין נייע אלבום "מימיני מיכאל",
ר' משה קרויס פון MK סטודיאס, איבער די קומענדיגע אלבום "אידיש נחת 3",
ר' אייזיק האניג, איבער די ניגון "זכר לנו" פון זיין אלבום "בהר המוריה"
פריילעך אידל האט געשריבן: איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.
גיוס בנות האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן: איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.
געב הסבר וואס מיינסטו א שותף? ער רעדט דאך צו מענטשן.. לייגט מוזיק
פריילעך אידל האט געשריבן: איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.
בלויז מיין מיינונג האט געשריבן: געהערט, הנאה געהאט ב"ה,
נאר אלס מיינונג זאגער, וויל איך אריינקומען וויאזוי איך האלט אז אזא פראיעקט דארף אויסזען,
ווען דו רעדסט צו א מענטש איבער ליל שישי, מיינט עס בכלל נישט נגינה שטערנס, ליל שישי איז א צייט וואס אידן פארברענגען פון צייט צו צייט מיט א שיעור אין אוה"ח הק', אדער מיט א אינטערעסאנטע שיעור - אדער סתם שיינע ווערטער - אויף די פרשה, אדער גאר סיפורי צדיקים, און מ'בייסט צו באנדלעך מיט ביר \ סלייס אווערניי"ט קוגל, מ'איז אויפגעלייגט צו'זינגט מען זיך קה אכסוף מיט אפאר ווארימע ניגונים.
דעריבער האלט איך אויב וויל וועלוול טאקע מאכן א ליל שישי, זאל ער נישט איינמאל אין נאכאמאל ארויפברענגען די ריזן אין עןלם הנגינה (וואס זענען שוין א"פ רוב 5 מאל געווארן אינטעוויו"ט),
נאר ענדערש זאל די פראגראם ענטהאלטן: א צוויי שיינע טייטשן אויף די וואכעדיגע סדרה \ א שיינע געדאנק אין אינטערעסאטע ענינים - מדרשים דורך איינע פון די אויסגערופענע מגידים \ איבערזיכט איבער א ניגון פון א חסידישע הויף (אדער פון באקאנטע שבת זמירות) \ סיפורי צדיקים פון קומעדיגע וואך הילולא \ אידישע היסטאריע פון די וואך \ און צום סוף א אינטערווי"א מיט א זינגער. דאן וועט זיין געפראוועט ליל שישי.!
blue moon האט געשריבן:בלויז מיין מיינונג האט געשריבן: געהערט, הנאה געהאט ב"ה,

גא"מ
דער נאמען פונעם פראגראם האט מיר במשקל הראשון געגעבען א שטארקען קלאפ. איך האב מיך געפילט שרעקליך לויזעריש.
מיר גייען נישט איינטיילען וואס ער מעג אדער נישט טוהן. אוודאי נישט דא אין וועלטעל ווי מחאות זענען פארבאטען. אבער איך זאל זיין אסאסיעיטעט מיט א פראגראם וואס נעמט אזא הייליגע נאמען, אַ נאמען וואס ברענגט מיט זיך "עט די מינימום" א שטיקעל זֵכר פון פיללעווען אין חומ"ר, אַ נאמען וואס ברענגט אויף די געשמאק פון זיך פארגלייזען אין אַ שטיקעל אוהחה"ק. אין דאס פארוואנדלען אין דברים של מה בכך. נאנסענס בלע"ז. דאס האט מיר געגעבן אַ שטיקעל קיצל. דאס קליין מענטשעלע הונטערן מוח האט אַ שריי געטאהן, "אנטלויף פון דא". דאס איז נישט פאר דיר. די מעגסט נאך ארויס נעמען ליל שישי א גראבע מקראות גדולות חומש אין זיך פארדרימלען ביים צווייטען פסוק.
פאר ווער עס פארשטייט נישט, נאט אייך אַ משל. שטעלט אייך פאר דער דרעזדנער ברענגט ארויף ר' שאול קליין פורים נאכמיטאג, בעת משתה היין, צו געבען א שטיקעל איבער בליק אויף אוישוויץ. האט עס ווען פאסירט ביי עקסידענט, נו איז מען אים דן לכף זכות, ער האט עפעס פארמישט פורים מיט תשעה באב, אבער אז ער קרוינט דעם אוישוויץ אינטערוויא מיטן טיטול "ספעציעלע פורים פראגראם" דאן מיז איך פון דארט אפציען.
eller האט געשריבן: כ'וואלט געהאלטן אז ס'איז גיט אויב ער מאכט א עקסטערע קנעפל פאר ליל שישי.
און צווייטענס אז מ'זאל קענעו דריקו א באטן אויב מען וויל נישט הערן איין אינטערוויא זאל מען קענען גיין צום נעקסטען אזוי ווי חוה"מ מאכט ער געווענליך מיט #3
אבער מיר האבן גאר שטארק הנאה דערפון..
גיוס בנות האט געשריבן:בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: ווער איז אפ דע וואך ?
מאטי שטיינמעץ-- רובי בענעט הנשמה בקרבי
יואל גליק כשרונות
יונתן שווארץ ניגון פון וואך
יוסף משה כהנא נייע אלבום